בית פורומים כל העולם כולו

פארטעסטן געשלעג איצט אין סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2009 21:27 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין פריינט פאר סקווירא און אויך נישט קיין פיינט. פאר די וואס ווילן זען א מרידה\חלוקה\סתם איבערקערניש אין סקווירא, איר וועט מוזן ווארטן נאך אביסל, עס איז נאך נישט דאס.

ס"ה רעדט זיך דא פון אפאר ליידיג גייערס וועלכע פלעגן זיך יעדן שבת ביים דאווענען צאמקומען אין בנין הישיבה (וועלכע איז פונקט געגן איבער דעם בית מדרש) און פלעגן דארט קאלעצן. איבריג צו זאגן אז קיין שום אחריות'יגע קהילה טאר אזאנס נישט צולאזן, האט מען דעם ישיבה בנין פארשפארט און געשטעלט א סעקיוריטי קאמפאני זאל היטן די אריינגענג. מען האט אויך געשיקט בריוו פאר די חברה מטעם דעם בי"ד אז דאס זאל זיך אויפהערן.

איינער פון די חברה, לכאורה א איד מיט גאר ווייניג שכל, ווייל דער מענטש מאכט שוין חתונה קינדער און קיינער פארשטייט נישט פארוואס עס פעלט אים אויס אזאנס (בד"וו, דער מענטש האט שוין איינמאל געהאלטן ביים ארויסמופן פון סקווער, אבער ער איז געוואר געווארן אז דעער עולם פרייט זיך, האט ער געקענסלט דעם פלאן). עניוועי, דער חברה מאן איז זיך געגאנגע ןשלאגן מיט די גארדס. און די פראטעסט איז א רעאקציע צו דעם.

און פאר די וואס שרייען אז סיז גארנישט מיט גארנישט, און אין סקווער איז אלעס שא שטיל. וועקטס ענק אויף, און הייבטס אן זען דעם מציאות. אויב יעצט איז נאך נישט געשען א מרידה, קען עס יעדן טאג געשען. עס איז מער נישט די וועלט וואס אמאל. דער געדאנק איז געווען עס זאל זיין א שטעטל, דערווייל איז עס געווארן א שטאט. עס וואינען אין סקווער בערך צוועלף הונדערט משפ' קע"ה, און צווישן אזא גרויסן ציבור איז אלעמאל דא כמה דעות (איך רעד שוין נישט פון דעם אז א גרוש מוז אלעמאל דאווענען אין איין בימ"ד מיט זיין געוועזענעם שווער וכדו', ווייל עס איז נישט דא קיין אנדערער פלאץ ווי צו גיין), און דער ציבור איז צו גרויס צו האלטן יעדעם אינטער קאנטראל.

די ראשי הקהילה ווייסן דאס און זיי זענען אובד עצות, מען לאז שוין נישט היינט דעם שטעטל וואקסן אזוי ווי אמאל, נישט יעדער תלמיד קען בלייבן ווואינען דארט, אבער זיי האבן פארשפעטיגט, זיי האבן דאס געדארפט אפשטעלן ביי פיר הונדערט משפחות, נישט ביי טויזנט, יעצט איז שוין טו לעיט.

און מיטן טרייען צו האלטן אזא שטיייפע האנט, מאכן זיי נאר ערגער, דער ידישער געגענט ציט זיך נענטער און נענטר קיין סקווער, און סעאיז נאר א שאלה פון צייט ביז עס וועלן זיין היימישע בתי מדרשים א שפאציר פון סקוויער, און דעמאלץ איז דער מלחמה אינגאנצן פארלוירן.

נ.ב. מחלוקת צווישן די ברודער לאמיר נאך לאזן אויף שפעטער. כאטש סקווערער רבי איז שוין נישט קיין אינגערמאן, און ער האט זיך לעצטנס היפש געעלטערט, אבער עוד חזון למועד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 21:45 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס דער אומשכלדיגער שרייבט אלץ מיט א מאדנעם פאנט וואס שטעכט אויס די אויגן ?

דאכצעך אז דער מנהל האט עם אמאל שוין אנגעשריגן דא אויפן פארק אז ער זאל שרייבן מיט געהעריגע פאנטס וואס דער דאזיגער וועבזייטל שטעלט צו און אז נישט וועט ער עם ארויסטראסקען פון דא
(כגעדענק נישט גענוי אין וועלעכן אשכול אדרבה ווער סקען זאל אהינלינקען)

איך מיין דער מנהל זאל קער נעמען און האלטן ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 23:23 לינק ישיר 


פארשטייצעך כתב:
על כבודי לא מחיתם

איך הער אזוי די סקווערע חכמים שרייען "דא איז נישט סאטמאר".
האב איך איין הגה"ה

ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן כבוד שמים, צו וועגן חיטוטי שכבי, חילול שבת, ניתוחי מתים, זענען די סקווערע געווען זייער "נאאיוו" זיי "וועיסן נישט", בכלל זענען זיי וואוילע מענטשן, מען פראטעסטירט נישט, מען שרייט נישט, אבער די רגע וואס ער רירט אן דעם כבוד פון זייער בשר ודם, אז איינער האט נישט אויסגעווארט ביז 3:00 אזייגער פארטאגס שבת צו נעמען א עפעל פון רבין, צו ער קומט נישט גענוג מיט א קוויטל, און נאך אזעלכע שווערע חטאים, שיקט מען די בחורים שרייען 10:00 ביינאכט ווען קליינע קינדער שלאפן שוין, און מען "וועיסט שוין" זייער גוט.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אויף אינערליכע סקווערע מחלוקת, אבער אז זיי שרייען "דא איז נישט סאטמאר" קען איך זיי זאגן אז דארט איז טאקע נישט סאטמאר.




היינט גייט זיין א פראטעסט קעגען "אסורים".... אין שיכון סקווירא...

Als53: FWD: Protest tonight 9:30 in front of Yosef Yisroel Eisenberger's house's, at 73 washington ave, for asserting 5 Bucherim last night.


yoselsox: Is this true?? Fwd: Breaking! Skver Rabbi going to visit michelle Obama, pidyon shviyem to
 release the 5 bucherim arrested at protest.








תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/12/2009 23:33:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 02:50 לינק ישיר 

Fwd: Chanel 12 is in front of 91 washington ready to take video if some action is coming up

http://www.news12.com/articleDetail.jsp?articleId=240779&position=1&news_type=news&region_name=HV&regionId=6



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 04:34 לינק ישיר 

די פאר באמס מיט די געשניטענע בערד ווילן זיך פארגלייכן צו נרדפים אין סאטמאר, וויל איך זיי זאגן, קיינער האט נישט קיין סימפאטי מיט ענק. עטס זענטס בסך הכל אפאר אויסווארפן און הפקר יונגען וואס האבן פארדארבט יונגע בחורלעך און קינדער. די קהלה האט געמוזט אויפנעמען סעקיוריטי אז עטס זאלטס נישט קענען אריינגיין אין די ישיבה בילדינג ווייל די טאטעס האבן דאס פארלאנגט.

עס זענען דא אלטע בחורים און גרושים אין יעדע איינציגסטע אידישע קהלה אין די וועלט. אין ערגעץ האט מען נישט געהערט אז די בחורים זאלן אריינגיין אין ישיבה און טאן דארט מה שלבם חפץ.

ווען די משוגענע אויסווארפן שלאגן זיך נישט מיט די קהלה אין גייען אוועק פון די ישיבה וואלט אלעס געווען שא שטיל. נאר די חברה מוזן זיך שלאגן כאטש יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז עלטערע ביקעס וואס לערנען נישט אין ישיבה און דרייען זיך אויף די ערגסטע פלעצער קענען נישט קומען ביינאכט אין ישיבה צו פארדארבן יונגע בחורים.

ניין, די באמס באלאנגען נישט אין סקווער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/12/2009 05:45 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 00:59 לינק ישיר 

מקען הערן ווי זיי שרייען דארט א.. אויסטערליץ ארויס פון סקווער

איך קען נישט קיין סקווערע אבער לויט מיין ריסוירטש וואס איך האב מיר נאכגעפרעגט איז דער אינגאנצן נישט קיין ביק אדער אויסווארף א נארמאלער היימישער יונגערמאן וואס האלט נישט ביים אהיימגיין פון שול שבת אינדערפרי נאך צווייע זייער נארמאל ווער וויל דען יא ווי איז דערהערט געווארן אז סמעג זיין נאר איין מנין די פירערס ווילן ארויפשמירן אויף יעדעם איינעם וואס האלט זיך נישט ביים פארקנעכטען אז ער איז דער גרעסטער אויסווארף

רבותי דא האנדלט זיך נישט וועגן יודישקייט בסך הכל האבן די ביקעס נישט קיין מורא זיך ארויסצושטעלן אין די עפענטליכקייט אבער איןאמתן אריין איז עס לאו דווקא ביקעס סנעמט אריין א ריזיגע ציבער ערליכע יונגעלייט און מיטל עידזש מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 01:40 לינק ישיר 
The battle continues in new square

In an attempt to silence the opponents, the security personal came 45 minutes earlier than scheduled, when the yeshiva was full with students some of them still learning. Right behind them was the police. They hand-picked 8 yeshiva boys between ages of 17-20 from the crowd while leaving the building. Some of them werent even told to leave. This was a shameful act of the so-called community leaders in new square, playing the legal system for their own personal gain. And the police department should have known better. Shame on you! When you decide you are stupidly chasing the FBI out, and when it's for your own personal gain you call the cops to arrest innocent yeshiva boys for no good reason! Do you know there are plenty of reasons to lock some of you people behind bars for years?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 01:41 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 10:00 לינק ישיר 

פעך, עקלדיגע געמיינע יונגען, די סקווערע ביקעס.

אויב זענען געווען תמימי לב וואס האבן זיך איינגערעדט אז ס'האנדלט זיך פון א מרידה פון א חלק שטעטל, ווייל מען טאר נישט מאכן קיין אייגענע מנין (און אנדערע שטותים) שטעלט זיך קלאר ארויס אז דא איז א מערכה פון 99 פראצענט שטעטל קעגן 1 פראצענט אויסווארפן.

מיט זייער לעצטער קליפ וואו זיי סטראשענען מיט מסירה גייען זיי איבער יעדן איינציגסטן לימיט.

מסירה? איינזעצן אידן אויף יארן אין תפיסה? זענט עטס אויפ'ן קאפ געפאלן.

דער ביק דירנפעלד וואס האט געכאפט די ווידיא (וועמען מען הערט דארט שרייען מיט זיין געמיינע שטימע "עטס קענטס מיך בייסן") און אלע זיינע חברים, די פינסטערע סקווערע מוסרים, דארפן ארויסגעווארפן ווערן פון יעדע אידישע קהלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 16:18 לינק ישיר 

ל"ע סקווירא האט יעצט מוסרים אזוי ווי יאשקע משומד וואלדמאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 16:49 לינק ישיר 

אזא פנים האט א שטעטל וואס ווערט געפירט דורעך פלאטשיגע קעפ, אויף א צוייטער פלאץ וואלט מען דאס שענער אין שנעלער גענדיגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 21:36 לינק ישיר 

אינדיפענדענט די וועם זיי סטראשען צו איינזעצן מיינט לאנגיעריגע מנ.. און נישט סתם ראשי קהלה און ציווילע  אזוי ווי אין קרית יואל איז געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 21:50 לינק ישיר 

לעקסינגטאן האסט א טעות.

זיי זאגן אפן אז זיי גייען מסר'ען וועגן גניבות פון פראגראמען און אזעלכע זאכן.

אויב עפעס זענען זיי די מנ... פון וועם די קהלה טרייט פטור צו ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/12/2009 21:56 לינק ישיר 

bt"w אין קרית יואל איז דוכט זיך די איינציגע פלאץ ווי מגעט זיך אזוי אפ מיט עלטערע בחורים נישט ווי אין סקווירא אין קרית יואל איז דא די ישיבה תפארת בחורים וואס איז אונטער די קהלה נאך געעפנט פאר אלע אזעלכע אנדערע מוסדות מגעט זיך אפ מיט זיי מהעלפט זיי שאפן א דזשאב
מאיז זיי מחזק
מארגאניזירט שיעורים פאר זיי
זיי האבן א ספעציעלע מנין
אין סקווער שיקט מען די נושרים לעזאזל ווייל סשטימט נישט מיט די נאצישע רעגולאציעס

אגב ווען איינער ווערט ליידער ל"ע באשאנקען מיט א נישט געזינט קינד אינעם סקווערן שטעטל איז אנשטאט מזאל ארויסהעלפן און גרינגער מאכן פאר אזא איינעם טאקע ווי אין קרית יואל למשל ווי סאיז דא די מוסד שערי חמלה אין צוגאב פון נאך מוסדות ווי למשל המספיק וואס איז געגרינדעט געווארן אין קרית יואל און מקומט פון אנדערע מקומות קיין קרית יואל אויב איינער זוכט הילף פאר זיינע צפעציעלע קינדער

משא"כ אין סקווער איז דא צווי אפשנ'ס אדער פארשיקט מען דאס קינד נעבעך אדער דארף די גאנצע משפחה ארויסמופן פון שטעטל

ווייל סשטימט נישט מיט די פאנאטישע נאצישע רעגולאציעס
סמוז זיין א ריינע ראסע קראנקע קינדער אדער באמעס ל"ע זענען דארט אזוי ווי פאלנע ציגיינער

און יעצט האבן זיי זיך אליין אנגעהויבן קעמפן פאר זייערע רעכטן

סאיז שוין אבער אביסעלע טו לעיט אבער נעווער מיינד אז זיי האבן שכל זענען זיי מסדר די גאנצע מעשה און טוען אזוי ווי אנדערע קהלות טוען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארטעסטן געשלעג איצט אין סקווירא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.