| נשלח ב-28/12/2009 20:23 |
|
| |
דער היינטיגער טיילונג און די קליגע זקנים
ווער עס איז אביסל באקאנט און די ארצות אירופה; -ספעציעל און די מאדיארישע פראווינצען און אונגארען- געפונען זיך און פולע געוועזענע אידישע שטעט צוויי בתי חיים איינס אן נייערע וואס דאס האט געהערט בלויז צו די ארטעדאקסישע קהלה און דער צווייטע: אן אלטען פעלד וואס דארט ליגען די גדולי ומאורי ישראל נ"ע וואס זענען נסתלק געווארען פון בערך הינדערט יאר צוריק און פריער, וואס דאס איז געליגען אונטער די הענט פון די אזוי געריפענע ספרדישע קהילות און זענען באשטאנען פון די נעאלאגען און משכילים למיניהם, און איז געשאנקען געווארען פאר זיי דורך די רעגירונג ביי די באקאנטע היסטארישע טיילונג און אונגארען זייענדיג אנערקענט ביי די דארטיגע געריכטען אלס די אפיציעלע קהלה אין שטאט און כאטש די צוויי בתי חיים זענען היבש ווייט איינס פון ס'אנדערע און זיי זעהען זיך געווענליך אפילו נישט, ווער רעדט נאך פון זיך גרעניצען איינע מיטן צווייטן דאך האט א ערליכע ארטעדאקסישע איד נישט געצווייפלט קיין מינוט, און נישטאמאל געזעהן פאר זיינע אויגען אן אויסווייל איינס פון צוויי, נאר ער האט פארשטאנען אז כאטש זיינע עלטערן ליגען נאך אונעם אלטען בית החיים און כאטש דער אלטער ביה"ח פארמאגט און זיך פולע גאונים וקדושים וועט ער בשום אופן זיך נישט לייגען אונטער די טריפה'נע הענט פון די אויפגעקלערטע (און טייל מאל שוין האלב געשמד'טע) חברה. נאר ער וועט ליבערשט מוותר זיין אויף די פריוועליגיע פון ליגען מיט זיינע רבי'ס און זיין א טייל נאר פון די ערליכע קהלה אין שטאט. איין ביישפיל איז קאליוו ווי מען זעהט אז מען האט באערדיגט דער לעצטער ארטיגער רב- דער באר מנחם זי"ע- אונעם נייעם ביה"ח כאטש וואס אונעם אלטען ליגט דער הייליגער ר' אייזיקל קאלייווער און נאך. כלפי מה דברים אמורים, דער היינטיגער טיילונג און סאטמאר איז אפשר פונקט אזוי וויכטיג פאר כלל ישרא-ל -און ספעציעל פאר תלמידי וחסידי סאטמאר- ווי דער ערשטער טיילונג ביי די אונגערישע אידן. דער שארפער ציגאנג פון דער הייליגער חת"ם סופר און זיין באקאנטער לאזונג: חדש אסור מן התורה האט דעמאלטס געראטעוועט דער אונגארישער אידענטום און ראטעוועט נאך היינט טויזענטער אנ"ש נישט צי פאלען פאר דעם גרויסן מתחדש - דער אהרן חארינער בימינו, דער טיילונג אין אונגארען איז היינט א לייכטורעם פאר אלפים ורבבות צוריקצוקיקען און זיך אויך אפטיילען גענצליך פון די מתחדשים בדורינו. זיך ווייטער צו פירען על דרך אבותינ ורבותינו זי"ע בלי שום שינו. ספעציעל איז דאס געקומען אין ליכט ווען די צענטראלע סאטמארע קהלה האט אפגעקויפט א נייעם חלקה צו דעם אלטען בית החיים אז אפילו און די קורצע צייט פון געציילטע יארן וואס דער בית החיים וועט ליגען און דער נעאלאגישע (און גלייכצייטיג ספרדישע...) הענט צוליב געריכטליכע מאנעווארעס, זאלען אנ"ש נישט דארפען ליגען אפילו פאר א קורצע וויילע אונטער זייערע שמיציגע נעגל און זאלען האבען א אייגענעם ווינקעל צו קענען דורעכפירען די כבוד המת כראוי (דאס איז שוין אויסער די טעם פון די שווערע געלטער וואס מען האט ארויסגעפרעסט פון דע ציבראכענע משפחות, וואס וויפל מאל דער 'מונחת קהילע' וועט דאס לייקענען שטייען די צובראכנע פאמיליעס דא, און געדענקען נאך גוט די טעראר וואס מען האט אויסגעאיבט אויף זיי). דאס יעצטדערמאנטע איז מיר געקומען לעצטענס פאר די אויגען ווען איך האב מיר באקענט מיט א מציאות פון עטליכע פעלער ווי קליגע זקנים -ערענסטע אידן האבען זיך פארבינדען מיט די קהלה פארשטייער און אויסגעדריקט זייער וואונטש אז אזוי ווי זיי ווייסן נישט וואס די מארגען וועט ברענגען און אזוי אויך פארמאגען זיי קינדער אדער איידימער וואס געהערן צו די כת הנעאלאגען ומתחדשים געבן זיי איבער זייער צוואה פאר די הנהלת הקהלה אז מען זאל זיי ח"ו נישט איבערגעבן אין די הענט פון יענע כת אפילו פאר א קורצע צייט.(און לויט ווי איך הער טוט די קהלה לעגאלעזירען זייער פארלאנג צוליב פארשטענדליכע סיבות) און אזוי אויך בין איך זעלבסט באקאנט פון א איד וואס איז ארום געגאנגען ווי אן א קאפ, און ער האט ב"ה געקענט אפאטעמען ווען דער קהלה בהתייעצות כ"ק אדמו"ר שליט"א האט מחדש געווען דער נייעם ביה"ח ע"מ שיבלע המוות לנצח און יעצט צו די חלה דעקליך, אריזאנע מצה טאשען וכו'! יובלעטס ווייטער מיט יעדער מת וואס גייט ליגען ביי אייך, (ביי אייך אויף נאך א קורצע וויילע) ב"ה מיר האבען די מעגליכקייט צו זיין אפגעטיילט פון ענק און ענקער מנהיג און מיר פלאנען-גענוי ווי די אונגארישע אידענטום- צו זיין אפגעטיילט ביז משיח'ס טאג ווען ילמדו טועים בינה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 20:48 |
|
| |
יואלי, ווי ביסטי גיווען ווען ר' יעקל שווארץ ע''ה האט דיך גיזיכט מיט לעכט, אין אזוי אויך דער פאיער רב ז''ל, זיי האבן גידארפט א עצה ווי צי ליגן אין האבן דיך גיזיכט צי הערן דיין חוות דעת, ווי ביסטי גיווען ווען מעהאט דיך אזוי וויכטיג גידארפט, די מיסיס פריעד ע''ה (אשת ר' יצחק פריעד נ''י) אין מיסיס גליק ע''ה (אשר ר' יעקב גליק נ''י) האבן דיך אויך שטארק גיזיכט, (איך האף אז רעדסט צי נשים!!!), זיי האבן זייער גיוואלט וויסן ווטס יואלי האלט, ווי זיי זאלן ליגן, איי האסטי פארשפעטיגט!, אבער נישט מעלעריש, וואלי פרידמאן מיט שאול פערלשטיין, (לאורך ימים ושנים) האבן זיכער גיליינט דיין עיצה אין וועלן דיך זיכער פאלגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 20:51 |
|
| |
העתקה פון די מאמרי אמונה טפילה:
יעדעס קינד פון אונזערע קרייזן ווערט נתחנך מיטן ענין פון א "טיילונג", מ'פארציילט דאס מדור דור, ווי די תלמידי חת"ס האבן מיט מסי"נ זיך אפגעטיילט פון אנדערע טיילן אין כלל ישראל, נאך תעניתים סיגופים און מיט וועלט'ס השתדלות איז דאס געלונגען, ווי אויך א לענגערע ערציילונג מיט פרטים וויאזוי זיי האבן געשתדלט ביים קייזער פראנץ יאזעף וכו' וכו', און דאס לערנט מען מיט די קינדער מדור דור צו וויסן אז צומאל האט מען דאס געדארפט טון זיך אפטיילן פון משכילים און רעפארם וכו' צוליב זייערע שינוים אין יסודות הדת, און טאקע סוף פסוק איז געוועהן אז די ווייטע אויגן פון די גאונים וצדיקים רבותינו הק' האבן געזעהן אז זיי זענען ארויס לתרבות רעה, דאס זענען פון די יסודות אין אונזער חינוך.
דאס ווארט "טיילונג" "רעפארמער" איז היינט א גאנגבארע טיטל ווען איינער קריגט זיך מיטן צווייטן איבער א געלט סיכסוך, צו איבער א בעלות פון א רבנישע פאסטן, אדער אפי' איבער א נכסי קרקעות, געט מען זיך א צו אראפ דעם היט און מ'דמיונ'ט אז מ'איז אין אוהעל אדער אין פרעשבורג און מ'איז מכריז א "טיילונג"...., איז דאס נישט חוזק געמאכט פון אונזער צדיקים?,
ווייל דו האסט פארלוירן א גוי'שן געריכט וואס דו האסט אליין אריין געטראגן איז דער הייליגע חת"ס שולדיג?!!!
צו וואס דארף מען אויס רופן א טיילונג, ווייל דער זעלבע ריכטער צו וועמען זיי זענען געגאנגען בעטן יושר, האט זיי געוויזן יושר?, און דער ריכטער אליין האט זיי ארויס געשטעלט פון זייער לאך?
מ'באטיטלט א עדה אידן "רעפארם" וואס קלערט איר, איר מיינט אז זייערע קינדער קויפן דאס?,
ווען זייער'ס א קינד פאלט אריין אין א ביהמ"ד וואס ווערט אנגערופן ביי זיי רעפארם און זעהט אידן יראים ושלימים, נארמאלע ערליכע אפגעהיטענע אידן, וואס טראכט דאס קינד, מיין טאטע זאגט דאך אז זיי זענען רעפארם, האבן טאקע די רעפארם אידן אזוי אויסגעקוקט?, אלא מאי איז דער גאנצע רעפארם אינדערהיים אויך נאר געוועהן עפעס אזא מחלוקה'לע וואס מ'האט זיך צוטיילט צוויי רבנים אין צוויי קהילות און ס'איז געוועהן א מחלוקה'לע איבער א הויז..., און אזוי ווערט די גאנצע מסורות אבות א חוזק און א געלעכטער אין די אויגן פונעם נייעם דור, און מ'הייבט אן צו לייקענען און אפרעגן די גאנצע זאך,
א ווינדער מ'זעהט אין זייער מחנה אזא שטארקע בעיטה און אָפּקער פון יסודות החינוך, ווי קינדער פון די שענסטע שטובער גלייבן נישט די עלטערן מיט גארנישט כידוע ואכמ"ל, נאר צוליב דעם ווייל די עלטערן האבן זיי פארקויפט שקרים במשך די אלע יארן און צוליב א פאליטיק גלייכט ער צו און איז מדמה זיין יעצטיגן שונא צום כת ש"ץ, אדער הרב קוק, און ווען דאס קינד עפנט זיך די אויגן און זעהט אז אלעס איז נארישע נגיעות, הייבט ער אן מפקפק זיין אינעם גאנצן שורש אז אלעס איז איין שטיק שקר ר"ל מהאי דעתא. עד כאן לשונו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 21:42 |
|
| |
הרב ר' יחזקא' גאלד שליט"א האט שוין אומאפיציעל געענפערט אויף דעם ארטיקל בעת נעילת ביהמ"ד בית יואל, האט ער געשריגן, קוק ימ"ש האט סאך מער געוויינט ביי די של"ס תורות ער האט פיל מער געפרומעוועט, נו פרעגט זיך א קשיא, וואס האבן דעמאלטס די קינדער אין ביהמ"ד געטראכט פון איין זייט זעט מען דא א רבי מיט א פרומען לבוש שאקלט זיך ביים דאווענען וויינט ביי די של"ש תורות פארנומען א גאנצן טאג מיט תקונים, ומצד השני ווי שטימט דאס מציאות צו זאגן אז ער איז א קל? און ליידער שפילט זיך היינט איבער די זעלביגע בעוה"ר ווער געדענקט דען נישט וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט און כסדר איבערגעחזרט כמעט ביי יעדע של"ש תורה אז אונז זעמיר היינט ליידער א דור יתום ס'איז ליידער נשתכח געווארן דעם דרך הבעש"ט און מיר קענען נאר טון איין זאך צו לערנען די ספרים זיך פירן ווי זיי האבן אונז געלערנט נאר אזוי וועט מען זיך קענען האלטן, אויך דער ברך משה האט כסדר גערעדט ווי אזוי דער פעטער ז"ל האט זיך געפירט ס'איז קיינמאל ביי אים נישט עולה על הדעת געווען איינצופירן חומרות וואס דער פעטער האט נישט געטון , און דא קומט איינער פאררופט זיך 'קדוש' מיט תיקונים יעדע שני וחמישי אלע גדולי הדור זענען בטול ומבוטל קעגן אים כעפרא דארעא ער ווייסט וואס עס דארף א תיקון און קיינער פאר אים האט דאס נישט געוואוסט צו איינפירן לכאורה מחמת קטנת המוחם, סא ס'איז אזוי שווער צו גלייבן אז ער איז דער ק בדורינו?
נ.ב. דו זאגסט אז די קינדער זעען אין ביהמ"ד אז די רעפארם זענען גאר פרומע אידן יראי השם, איך ווייס נישט צו דו מיינסט עמרם כהן אן די קאפל אדער עקיבא וויינשטאק מיט די קאפל ווי זיי טאנצן אויפן באלעמער אינאיינעם מיט שדים שחורים, דעס איין זאך וואס דו דארפסט נאך קלאר מאכן פון וועלעכע ערליכע אידן דו רעדסט אפשר פון די מגולחים וואס נעמן איין דריי פערטל פון די מתפללים אין פישמאן'ס וועירהאוז? ביטע ערקלער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 21:57 |
|
| |
איך האלט אז אלע פרוען זאלן זיך לאזן וואקסן ביי האר ווייל דער דברי יואל האט אין די כ''ף יארן כסדר פארפירט אקעגן ביי האר, אין די אלע חומרות וואס דער ברך משה האט גימאכט בנוגע וויזוי פרויען זאלן קימן אנגיטין אין שיל וואס איז נישט גיווען ביים דברי יואל (אויזער די הייליגע טעג) זאל מען זאפארט מבטל זיין, 3/4 עולם זאל זיך אפשערן די בארד אזוי ווי דער עולם האט אויסגיזען אין די יו''ד יארן, אין יעדער זאל טרינקען סעווען אפ אין קארנעל סודה (אן א הכשר) אזוי ווי מען האט גיטרינקען אין די כ''ך יארן, וואס א מין חומרות איז דאס, אויב איז דאס גיט גיווען פארן דברי יואל דארף דאס היינט אויך גיט זיין, מע טאר נישט מאכן קיין הידורים אין חומרות.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:20 |
|
| |
ווען מען זעט איינע וואס טוט פאר כבוד שמים מאכט חומרות, מעג מען טראכט אז מען דעם באשעפער. אבער אז מען זעט א מענטש וואס האט מבזה געווען תלמידי חכמים און גדולי ישראל ברבים און געזאגט אויף זיי די ערגסטע ווערטער ווי עפרא לפומיה, און פערזענליך מבזה געווען מיט אנרופן "נער". איינער וואס איז געגאנגען בערכאות און מחלל שם שמים געווען. איינער וואס שפארט אפ בתי מדרשים, און איז מבזה נפטרים.
אזא איינער ווען ער ווילן פלוצלינג מאכן "חומרות" צו קענען ווייזן א כשר חזיר פיסל, אדער סתם פאר אטענשען, פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן פון אים צוזאמען מיט זיינע חומרות.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:21 |
|
| |
א רב האט אמאל געזאגט, ווען קרח ועדתו וואלטן צו אלע קריגערייען אויך געווען ליצים, וואלט די מעשה מיטן גריב גארנישט אויפגעטון, ווייל מ'וואלט פון דעם אויכט ליצנות געמאכט....
יעדע ענטפער פון די ארונים איז געבויט אויף ליצנות אויף דעם איז געבויט די גאנצע בלאט און ווען נישט זייער ליצנות וואלטן זיי קיינמאל נישט געהאט קיין קאנפידענץ,
דעס וואס געלעכטער1 האט מיר געענפערט איז א ליצנות ס'איז נישט קיין שום דמיון צו וואס איך רעדט
זייטס מיר מוחל, ס'איז פשוט ענה כסיל כאוולתו..
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:34 |
|
| |
פארשטייצעך מיט כל הנערים האבן אפגימאכט ווער סאיז ערליך אין ווער סאיז א הולך לערכאות, ווער סאיז א מבזה גדולי ישראל אין ווער סאיז בכלל א גדול בישראל, לאמיך ענק זאגן, ענקער מיינונג איז קיין מיינונג, מיר קיקן וואס כל גדולי ישראל (עקסלאדינג די פאר זאלי אינטערגיקויפטע רבנים) האלטן, מיר איז אסאך חעשעבער וואב רבי חיים לייב כ''ץ האט צי זאגן, ווי וואס פארשטייציך האט צי זאגן, הרב וואזנערס מיינונג איז אסאך חעשעבער ווי כל הנעריםס מיינונג, סא איר קענט שעלן אין שרייען, גארנישט וועט ענק נישט העלפן, דע גאנצע וועלט ווייסט ווער סאיז היינט דער גדול הדור, אין מע זעט דאס יעדע וואך אין משלחן מלכים, אין איך הייס ענק נישט דאס ליינען ווייל איט קען בי דענדזשערעס טו יור העלטה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 23:07 |
|
| |
דער בעל ויואל משה איז געווען רבי אן א משולחן מלכים און מרן אדמו"ר שליט"א קען אויך זיין רבי אן דעם, זעט אויס דיין רבי ברויך עס יא פאר א סיבה...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 23:18 |
|
| |
אה! אבער דזשעקאזיס אין דזשיגאן טעיפס פלעגט דער ויואל משה יא האבן, אמת?, אין דער ויואל משה פלעגט אויך ארים צי טראגן די קינדער אוף ריידס, ער האט אויך גיהאלטן שיינע נעילת החג אין שושן פירום שויס, אין בכלל דיין רבי איז א קארבן קאפי פינעם דברי יואל, סארי דער ויואל משה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 00:58 |
|
| |
סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאט א דזשקאזי און אויך נישט דזשיגאן טעיפס, ממילא, וואס ווילסטו ארויסברענגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 01:44 |
|
| |
דעם בעל ויואל משה ז"ל האט נישט חתונה געהאט מיט א רעבעצין וואס האט שטודירט העברעיש אין בית יעקב סקול אין מדינת הציונים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 03:42 |
|
| |
בעל ויואל משה האט /וואלט זיך מיט אים נישט געטראפן!

|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 04:35 |
|
| |
| צביהירש כתב: |  | דעם בעל ויואל משה ז"ל האט נישט חתונה געהאט מיט א רעבעצין וואס האט שטודירט העברעיש אין בית יעקב סקול אין מדינת הציונים |
|
ווי מיינסטי האט רעבעצין אלטע פייגע גילערנט? אין בית רחל?, טיפשל איינער, זי איז גיגאנגען אין די שולע מיט גוים אין גויטעס, אין אגב עברעיש שטודירט מען נישט!, אין וואס האלסטי, ווען דער רבי זי''ע האט גישריבן אויף רבי אהרן המאור הגדול האט ע פארגעסן אז ער איז א איידים אין וויזניץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 05:12 |
|
| |
די רבי האט געשריבן המאור הגדול אדער המאה"ג, ס'איז באקאנט פאר יעדעם אז דעם רבין'ס בריוו צום וויזניץ'ערס איידעם איז רוב געשריבן מיט ר"ת, והמבין יבין... די ארונים האבן איבערגעדרוקט דעם בריוו און אויפגעמאכט אלע ראשי תיבות... דער עולם דא וואלט געוואלט זען דעם בריוו מיטן רבין'ס האנט שריפט.. ווער ס'האט עקסעס זאל עס ביטע ארויפלייגן
קיינער האט נישט אראפגעריסן ר' אהרן'ס רעבעצין, זי איז אפשר א וואוילע פרוי זי באלאנגט נאר נישט אין סאטמאר, ווי קומט אריין אז אלטא פיגא איז געגאנגן אין שולע מיט..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 07:22 |
|
| |
| שלמה_יאנקל כתב: |  | בעל ויואל משה האט /וואלט זיך מיט אים נישט געטראפן!
 |
|
פארוואס נישט? חוץ א פערזענליכער קאנפליקט, וואס איז ער אנדערש פון גערער רבי למשל???
|
|
|
|
|