עס דרייען זיך שמועות און די גאסען, אז דער גרויסער און פארכטיגער עם הארץ דער רבי ר' זלמן, גרייט זיך בהכנה דרבה עולה צו זיין קיין ארץ ישראל, לכבוד השמחה בבית יפו – שליוואביטץ,
דער גבאי שטערן איז און די דאזיגע טעג שטארק טעטיג, צו צגרייטען די קאפטענעס פארן מן הארץ, ווייסע, גאלדענע, ברוינע, פון אלע סארט קאלירען, אזוי אז דער מן הארץ זאל גוט אויסנעמען ביי די אויפטריטען, און וויזיטען, וואס ווערען פלאנירט און די דאזיגע טעג און גרויסען,
שמשון יענקל, האט גענימען אויף זיך די אויפגאבע פון שר האכילה ושתיה, ער וועט זיכער מאכען אז עס איז דא יוהך מיט לאקשען, וואס דער מן הארץ גלייכט זייער שטארק, מיט פרישע פראנפוטערס מיט זויער קרויט, אויף וועטשערע, וואו אויך די שארפע געטראנקען, מיט וואס מען זאל קענען אפשלאגען די זויערנאכטעמליכע געפילען, וואס וועט ארויף קימען נאך יעדע וויזיט, די יודע דבר זאגען אז לויט די לעצטע בילדער זעט זיך אויס אז דער שטעפיווקער האט אן השגה און די דאזיגע ענינים,
דער מלמד שמואל, זיצט אצינד און די בארימטע ביבליאָטעקען, און שרייבט נאך פון דארט תורעלעך פאר זיין תלמיד, אז ער זאל קענען נאך זאגען א דבר תורה'לע, און מען זאל אים נישט פאקען ביי די מעשה,
דער שר הפיקשערס, הרב הקדוש ר' משה וואלף קליין, דרייט זיך און די דאזיגע טעג, און די קארידארן פון די בארימטע בי ענד עטזש פאטא, און האנדעלט זיך איין פאטא מיט ווידיא אפאראטען, צו פאר אייביגען דעם וויזיט און די צייטונגען – מאגאזינען, וואס וועט אריין בלאזען הויפענעס חיזוק און די דערשלאגענע, זאליס,
דער ''נבון'' דער גאר גלינגענער, פארשטענדליכער, טיפוש, ליפעלע קרויס, זיצט און די דאזיגע טעג און ארבייט אויס טעראריסטישע פלענער, אויף די אלע רבנים וואס וועלען נישט וועלן מבטל תורה זיין און אויף נעמען דעם מן הארץ,
דער וועלט'ס בארימטער יוסף ניינציג לרפ''ש, זיצט א צינד, מיט די איזרעלישע פרעסע, און שרייבט זיי פאר די רעפעטאשזען, וואס זאלן שטיין און די צייטונגען, לויט וואו מען הערט, גייט מען לייגען א שטארקע דגוש, אז דער טיטול ''שר התורה'' זאל געניצט ווערן וואס מער מאל,
ד''ר שפיצער זיצט שוין אויף אלטע בילדער, מיט זיינע סטאפסיקעטירטע אפאראטען, און ארבייט שוין אויס די בילדער אז עס זאל זיין אזוי רייסעריש, אז די ארוינים זאלן פלאטצען.
יודא גרין דער חסיד פונעם רבי'ן ר' זלמן זיצט און די דאזיגע טעג מיטן ווישעווער חזן הרב חיים דוד דעסער, און ארבייטען אויס פאסיגע נגונים, (נאר איידעלע לויטן פארלאנג פונען מן הארץ) וואס וועלן געזינגען ווערן, ביים באזוך.
שטערענבערגער מיט דאסקאל זיצען שוין מיט גרויסע שיף קאמפאניס, און פארארבייטען מעשים אז די ריזען פארענטשעס, זאלן אנקימען קיין ישראל, צייטליך, מען זאל נישט האבן א זעלעכע ביזיונות וואו און בעלגיע,
אברהם יעקב פריעדמאן, זיצט אצינד מיט די שר הביטחון פון די מדינה, און מיט די סאמע גרעסטע פירער פון די שב''כ און די מוסד, און ארבייטען ארבייטען אויס די זיכערהייטס פלענער, פארן מן הארץ, דער ציוניסטישע בג''ץ וואס שעצן דעם רבי'ן ר' זלמן, צילוב זיין רעספעקט וואס ער האט פאר די בג''ץ, האבן פארשפאכען פולע קאפעראציע,
פריילכע טעג זענען ערווארטעט און ירושלים, די פיפיגע סאבראס וועלן האבן מיט וואס זיך אונטער צו האלטען, או! מיר קענען שוין נישט ווארטען!!!