קען זיין ס'איז נישט קיין פראבלעם מיך האט עס צימישט ס'איז ארויס געקימען עפעס א נייע נאש קאמפעני וואס הייסט דבש איך בין אריין אין געשעפט איך האב עס גענימען אין די הענט אפשר אז איך גיי צי די קינדער אין קאנטערי אויף שבת וועל איך זיי געבן א נייע נאש נעם איך אין די הענט די פאטעטע טשיפ זע איך אז ס'האט די הכשר פין הרב ר' בנימין גרובער שליט"א נאך דעם נעם איך א אנדערע נאש פין דבש ס'הייסט עפעס סטראוס באמערק איך אז ס'האט די הכשר פין בד"צ טארטיקוב ס'איז ביידע פיינע היימישע הכשרים אבער מזאל אין באטראכט אז מדארף קיקען אויף יעדע אייטעם באזינדער מ'קען נישט קיקען נאר אויף די קאמפעני