אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר!
וואס א טאג שפעטער קומט ארויס אלס מער אינפארמאציע איבער וויפיל מ'האט שוין געוואוסט פון פאראויס וועגן די געפלאנטע, דורכגעפאלענע, טעראר אטאקע אויפן "דעטרויט פליגער". צאללאזע שטיקלעך אינפארמאציע זענען געלעגן אויף די טישן פון די גרעסטע שפיאנאזש אגענטורן אין דער וועלט און קיינעם איז נישט געלונגען צוזאמצושטעלן די שטיקלעך.
די קאנסערוואטיווע העצער וואס האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די 'מציאה' ארונטערצורייסן די אבאמא אדמיניסטראציע פארגעסן ווייזט אויס ווי שטארק 'היימיש' דאס הערט זיך, ווען די זעלבע אינפארמאציע איז ארויסגעקומען באלד נאך די 9.11 אטאקעס, וועלכע זענען פארגעקומען אין כמעט א פאראלעלע צייט מיט אבאמא'ס זיצן אויפן בענקל אין ווייסן הויז. ווי אויך האבן זיי מסתמא פארזען אז אבאמא האט כמעט נישט גערירט די מיליטערישע אינדוסטריע, און אלע פאליסיס ווי די באאמטע פון די בוש אדמיניסטראציע זענען מער ווייניגער געבליבן אין קראפט.
מיר וועלן לאזן די קארפן קעפ זיך קראצן די ליידיגע שטערנס און שוויצן אויפן העכסטן גראד צו פארשטיין וויאזוי ס'האט געקענט פארקומען אז מ'זאל דאס פארזען. מיר אידן ווייסן זייער גוט דעם ענטפער, וואס איז שוין דערמאנט געווארן אינעם קעפל, און איז פארגעזאגט געווארן מיט קנאפע דריי טויזנט יאר צוריק:
אויב פאר די מענטשן אויפן דעטרויט פליגער איז באשערט געווען צו לעבן, האבן אלע אגענטורן פארזען די קריטישע אינפארמאציע, האבן די אמסטערדאמער 'פערצופאל' נישט גענוצט טרענירטע הינט וועלכע וואלטן מעגליך אנטדעקט די באמבע, און אלע אנדערע אומשטענדן האבן ערלויבט די באמבע און איר האנדלער זיך צו געפינען אויפן פליגער, אבער עס האט פארט נישט אויפגעריסן בלויז ווייל 'פערצופאל' איז עס נישט געלונגען ביים ערשטן מאל, און דערנאך - ווען ס'איז געקומען דער פרישער באפעל פונעם עכטן שומר - האבן פראסטע פאסאזשירן באוויזן אים אפצוהאלטן פון אויפרייסן די אונטערהויזן און זיי אלע שיקן אין ים אריין!
 |
|
|