בית פורומים אידישע געדאנק

די ליצנות פון שטאט: מאנארא'ער מגידי שיעורים שרייבן א בריוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/12/2009 18:32 לינק ישיר 
די ליצנות פון שטאט: מאנארא'ער מגידי שיעורים שרייבן א בריוו

נאכן ווארטן צווי מאנאטן, וואס קיין איין ערענסטער דיין אדער מורה הוראה מפורסם, אדער א רב, האט זיך נישט אנגענומען פאר דעם ארגעטינער מסור ומלשין דוד עקשטיין מיט זיין שותף יודא יושע וויינשטאק, אפגערעדט אז זייער אייגענער דיין דער בעל אגלי דבש שליט"א האט זיי נישט געוואלט שענקען א בריוו.

האבן זיי היינט ארויסגעשאסן א באמבע וואס זונט עס איז ערשטאנען א יצור פון דעת תורה מיט קול קורא'ס אויף די וועלט, איז נאכנישט ערשיינען אזא קול קורא.

אלע איינגעשטעלטע מגידי שיעורים פון די גרויסע און מעכטיגע און אלוועלטליכע מתיבתא "דהושיבו ישיבה על קברו" פון מאנארא, האבן אונטעגעשריבן א בריוו ווי זיי שרייבן אז דער דין רודף וואס דער בית דין צדק דקרית יואל שליט"א האט ארויפגעלייגט אויף די אובערדערמאנטע צווי מוסרים ומלשינים איז קעגן די הלכה און עס איז אן עלילה.

אזא פנים טראגן מוסרים ומלשינים וואס קיין ערענסטער רב האלט זיך נישט ביים אננעמען פאר זיי.


האט איר דאס ליצנות פון שטאט.

 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:41 לינק ישיר 

פלאי פלאות,

זיי איינגעשטעלטע אין מוסדות קענען יא מערער זיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:46 לינק ישיר 

דין תורה שרייבט


בריוו פין תלמידי רביה''ק ז''ל: יש להם דין רודף

איינער האט מיר אריינגעשיקט אין אימעיל א בריוו וואס עטליכע פון די גרעסטע תלמידי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע באקאנטע מרביצי תורה, האבן געשיקט פארן בי"ד אורח מישור זיי מחזק צו זיין אין ליכט פון די שרעקליכע טעראר שטיקלעך וואס זיי גייען דורך פון די קווינס בחורים פאר זייער חוצפה פון טון די גרעסטע עבירה שבתורה: שיקן א הזמנה, ל"ע ורח"ל.

רוב פין די אונטערגעשריבענע שטייגן איבער בחכמתם וצדקתם אלע דריי "שלשה רועי בקר" וואס האבן ארויסגעגעבן דעם רשעות'דיגן און עם הארצ'ישן 'פסק' קעגן הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, נאר זיי פארמאגן נישט אזויפיל מער פונעם שמינית שבשמינית ווי יענע רועי בקר.

איך בין בכלל נישט דער וואס זאל מעיד זיין אויף קיינעם פון די גדולי התורה וועלכע זענען אונטערגעשריבן אויף דעם בריוו, נאר אויף איינעם וויל איך זיך אפשטעלן, הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, מיט וועמען איך בין פערזענליך נאנט נאך פון מיינע יארן אין די ישיבה גדולה, און כ'בין טיף איבערצייגט אז ווען נישט דער איד זאל אזוי אפווייכן פון כבוד און פירסום כבורח מפני האש - אזש דער נייער פאסטן אלס דיין אין ביהמ"ד דברי חיים אין קרית יואל האט מען אויף אים ממש ארויפגעצווינגען נאך לאנגע יארן וואס ער האט עס בשו"א נישט געוואלט אננעמען, און כפי השמועה האט ער דארט ממש באוויזן וואונדער - וואלט ער היינט צו טאג געווען פון די גרעסטע משפיעים בדורינו!

צווישן אנדערן ברענגען די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א ארויס אינעם בריוו אז דורך ארויסגעבן אזא רשעות'דיגן 'פסק' כאילו הרה"ח ר' דוד עקשטיין האט א דין מסור, האבן די שלשה רועי בקר באקומען א געהעריגן דין "רודף"!
 
קרעדיט כל העולם כולו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 18:47 לינק ישיר 

סע בלייבט איבער צו ווינטשן א רפואה שלימה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:52 לינק ישיר 

דאס איז געוואאללללללדיגגגג עס איז א נחת צו קוקן,  קאמאנטארן זענען איבריג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 18:52 לינק ישיר 

איך האב יעצט גערעדט צו ר' שלמה זאבל שליט"א ער ווייסט נישט פון אזא בריוו, עס קוקט מיר אויס ווי די זאליס / בני יואל האבן עס פראדעצירט, ליצנות צו מאכן פון די גאנצע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:52 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2740220&forum_id=21016

שלעק כתב:
שלמה זאבל, איך איך וויס נישט וואס צו טון, ער איז דאך א אויסגערופענער פיקח אצום, אלי' סימאן,

די בריוו איז קוים ארויסגעקומען אין קוק וויאזוי מ'שרייבט שוין אויף די ת''ח וואס האבען אינטערגעשריבן....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 18:53 לינק ישיר 

לעניית דעתי איז דער בריוו פון די שבעה רועי בקר מער אדרעסירט א קעגן שולחן ערוך, ווייל די בד"ץ דקהילת היראים האט גארנישט מחדש געווען אין זייער בריוו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 18:55 לינק ישיר 

זאג  ר' אלי' סימאנען אין מיין נאמען ער זאל בעסער דרייון א גארביטש טראק, עס שטייט אים פיל בעסער ווי דער ריזיגער ביבער היט

תוקן על ידי המהדרין ב- 31/12/2009 19:04:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:57 לינק ישיר 

שלעק כתב:
זאג אלי' סימאנען אין מיין נאמען ער זאל בעסער דרייון א גארביטש טראק, עס שטייט אים פיל בעסער ווי דער ריזיגער ביבער היט


די בריוו איז קוים ארויסגעקומען אין קוק וויאזוי מ'שרייבט שוין אויף די ת''ח וואס האבען אינטערגעשריבן....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 19:01 לינק ישיר 

נישט יעדער גארביטש קען וועט ווערן איבערנאכט א קדוש נאר וויל ער העלפט שטופן ענקער וואגן, סאררי נישט יעדער איז אזוי דאם ווי אן ארוני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 19:02 לינק ישיר 

עכ"פ שרייבן זיי מפורש, אויף זיך אליינס, אז זיי זענען נוגעים, א זאך וואס הרבנים מטשאט, שארמאש, דרה"ח שליט"א האבן מאיזה סיבה פארזען....



תוקן על ידי gimpele ב- 31/12/2009 19:03:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 19:08 לינק ישיר 

רבותי סאיז פאלטש, איך בעט ענק, פאלטס נישט פאר די זאלישע / בני יואלע פראפאגאנדע מיטלען, איך ווייס נאך נישט וואס זיי ווילען מיט דעם בריוו, אבער סאיז פעסטגעשטעלט געווארן אז אזא בריוו איז קיינמאל נישט גזעהן געווארן דורעך די אינטערגעשריבענע, ווארט צו אביסל ווילאנג די זאך ווערט קלאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 19:13 לינק ישיר 

בי"ד ענדיגט דעם בריוו,

ה) עוד יש להדגיש, דבאמת לא הבי"ד נתנו עליו דין מסור, רק הם בעצמם על ידי מסירותם ומלשינותם, והתורה הק' קובעת שמי שעושה פעולות אלו יש לו דין מסור, ואנו רק הודענו ההלכה הפסוקה בשו"ע, ואף אם לא היינו מכריזים עליו, לא הי' נגרע כלום מחומר מעשי המסירה, והי' דינם כמוסרים גמורים עם כל התוצאות, ונחנו מה לא עלינו תלונותיכם כי אם על ה', ח"ו.

דאס מיינט אין אידיש, (איך מוז עס איבערטייטשן פאר די שבעה רועי בקר) אויב דו ווילסט נישט אננעמן אונזער פסק ווייל אונז האב מיר נישט קיין כח בי"ד,

איז ער נאך אלס א מסור און אונז האב מיר ס"ה מודיע געווען בשער בת רבים די הלכה, שארמאשער רב שליט"א איז א מורה הוראה, און ער איז בכח צו פסק'נען אלס מורה הוראה, און דעס איז וואס ער האט געטון, און הונדערט בקר'ס קענען נישט מבטל זיין א פסק פון א מורה הוראה  






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 19:14 לינק ישיר 

אזוי ווי ביי סיפורי צדיקים אז עס איז נישט געשעהן דארף מען גלייבן עס קען געשעהן

די ארוינישע קעפ שטייט אויס צו שיקן אזא בריוו, ווער געדענקט נאך ווי ר' מאיר אליעזר פרידמאן האט מוחה געווען אקעגן גיין אין בג"צ (א מחאה קעגן זיך) און די מחאה איז בעיקר באשטאנען אז די בית דין פון ארץ ישראל "קען גאר זיין" אז זיי גייען צו בחירות.................

ר' מאיר אליעזר קומענדיגע מאל זייטס קודם מברר און דערנאך קומטס מוחה זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 19:17 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2740220&forum_id=21016

שלעק כתב:
שלמה זאבל, איך איך וויס נישט וואס צו טון, ער איז דאך א אויסגערופענער פיקח אצום, אלי' סימאן,

די בריוו איז קוים ארויסגעקומען אין קוק וויאזוי מ'שרייבט שוין אויף די ת''ח וואס האבען אינטערגעשריבן....

 
און וואס האט עטס געשריבן ווען די 3 ת"ח האבן ארויסגעגעבן זייער בריוו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די ליצנות פון שטאט: מאנארא'ער מגידי שיעורים שרייבן א בריוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext