|
|
| נשלח ב-1/1/2010 05:09 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | דער חילוק איז צו מ'געבט ארויס א פסק בי"ד צו מ'זאגט א פערזענליכער מיינונג.
אה הייסט דו ביסט מודה אז זיי זענען א בי"ד כשר
דעס וואס כ'האב געוואלט הערן פון דיר, א יש"כ
געלויבט השי"ת כ'האב געקענט אזוי מהנה זיין א איד....
א שיינע זאך, אבער נעקסטיים טראכט בעסער פאר די שרייבסט, וועסטו נישט ברויכן מהנה זיין...
|
|
נעקסט טיים וועל איך בל"נ שוין פאלגן שלמה המלך ע"ה וואס הייסט אל תען כ... כאולתו
תוקן על ידי gimpele ב- 01/01/2010 05:11:12
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 05:21 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | דער חילוק איז צו מ'געבט ארויס א פסק בי"ד צו מ'זאגט א פערזענליכער מיינונג.
אה הייסט דו ביסט מודה אז זיי זענען א בי"ד כשר
דעס וואס כ'האב געוואלט הערן פון דיר, א יש"כ
געלויבט השי"ת כ'האב געקענט אזוי מהנה זיין א איד....
א שיינע זאך, אבער נעקסטיים טראכט בעסער פאר די שרייבסט, וועסטו נישט ברויכן מהנה זיין...
נעקסט טיים וועל איך בל"נ שוין פאלגן שלמה המלך ע"ה וואס הייסט אל תען כ... כאולתו
תוקן על ידי gimpele ב- 01/01/2010 05:11:12 |
|
ס'טאקע בעסער אזוי, ווייל דו האסט נאכאמאל געמאכט א מדרש פליאה.. ס'איז דא צוויי פסוקים 1) אל תען כסיל 2) ענה כסיל כאוולתו, דע קיגל אל תען כ... כאולתו ווערט נישט געברענגט אין ערגעץ, סא ליבערשט בלייב שטיל..
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 05:26 |
|
| |
[quote] דער חילוק איז צו מ'געבט ארויס א פסק בי"ד צו מ'זאגט א פערזענליכער מיינונג. אה הייסט דו ביסט מודה אז זיי זענען א בי"ד כשר
דעס וואס כ'האב געוואלט הערן פון דיר, א יש"כ געלויבט השי"ת כ'האב געקענט אזוי מהנה זיין א איד.... א שיינע זאך, אבער נעקסטיים טראכט בעסער פאר די שרייבסט, וועסטו נישט ברויכן מהנה זיין... נעקסט טיים וועל איך בל"נ שוין פאלגן שלמה המלך ע"ה וואס הייסט אל תען כ... כאולתו ס'טאקע בעסער אזוי, ווייל דו האסט נאכאמאל געמאכט א מדרש פליאה.. ס'איז דא צוויי פסוקים 1) אל תען כסיל 2) ענה כסיל כאוולתו, דע קיגל אל תען כ... כאולתו ווערט נישט געברענגט אין ערגעץ, סא ליבערשט בלייב שטיל.. [/quote]
אזוי???
אל תען כסיל כאיוולתו פן תשווה לו גם אתה" (משלי כו ד)
תוקן על ידי gimpele ב- 01/01/2010 06:07:52
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 05:41 |
|
| |
מיטן לעצטן תגובה האב איך מקיים געווען ענה כסיל כאוולתו, פן יהיה חכם בעיניו(משלי כו ה)
תוקן על ידי gimpele ב- 01/01/2010 05:42:26
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 06:00 |
|
| |
בית_דין,
זענט איר ביכולת צו זאגן טעיתי?
אפשר גייט עס אריין אין כלל פון בי דינא בתר בי דינא לא דייקא, און מ'טאר נישט פרעגן אויף דיר?
תוקן על ידי gimpele ב- 01/01/2010 06:02:53
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 15:47 |
|
| |
א יסודיתדיגער חילוק צווישן די 2 בריוון
די בריוו פון די 3 בני יואל רבנים איז בעצם פאפעריש און אויג פארבלענדיש מיטן זיך נאריש מאכן און פריש פאבריצירן א לעטערהעד און א זיגל, דאס האבן זיי נאר געטאן צו מאכן א שווינדלערישער אויסדרוק, כאילו דא רעדט מען פון א עסטעבלישט בי"ד, וואס געבט דא ארויס א פסק נאכן שיקן הזמנות און אויסהערן די 2 צדדים
א בריוו וואס איז געשריבן אויף איין אופן צו אפנארן דעם אומוויסנדן ליינער, איז ערגער ווי א פאשקעוויל, און האט קיין שום תוקף
ווידער די אנדערע בריוו פון די אהרוני רבנים, איז א פשוט'ער נארמאלער בריוו געשריבן פערזענליך צו יענעם בי"ד, נישט קיין פסק פאר די גאס, און אן קיין פאפערישע לעטערהעדס אן קיין זיגלעך אן קיין משוגעתן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 18:37 |
|
| |
דע יסודיתדיגער חילוק צווישן די צווי בריוון איז הונדערט פראצענט ריכטיג!
ווען די מגידי שעורים זאלן מאכן א לעדרהעט און זיך פאררופן בי"ד און אויף דעם ארויף שרייבן דין רודף, וואלט דער בריוו קלאר געהאט מער תוקף ווי דע יעצטיגער בריוו,
ווייל א בי"ד מיז זיך נישט דירעקט אפגעבן מיט עניני אישות וכדו' צו ווערן אנגערופן בי"ד!!
דעס וואס דו קייסט איבער נאכאמאל אז מ'האט נישט געשיקט קיין הזמנות דעס שטייט אין שו"ע און די רבנים האבן עס שוין געשריבן אז ביי מסור איז גובין עדות שלא בפניו, זיי האבן נישט דא גע'פסק'נט אז ער האט א דין מסרב, סא דע טענה איבערן הזמנה איז אבסורד
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 18:38 |
|
| |
מיט וואס איז די בית דין פון טשאטער רב ווייניגער בית דין פון דעם יאקערס יונגערמאן?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 18:42 |
|
| |
וועגן נגיעה אויב דו גייסט נאכאמאל פרעגן, האב איך שוין נעכטן געענפערט פאר דיר עטליכע תגובות צוריק
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 18:59 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | דער דיון איז דא נישט געווען איבער א סכסוך ווער ס'איז גערעכט ווער נישט, וואס א נוגע בדבר זאל נישט קענען האבן א מיינונג, מ'האט דא דן געווען ע"פ גביות עדות, און בי"ד האט א רעכט פיינט צו האבן א בעל עבירה.
תוקן על ידי כלהנערים ב- 01/01/2010 05:10:53 |
|
האבן די דריי רבנים שליט"א א נגיעה ער זאל ווערן א בעל עבירה און מ'זאל אים פיינט האבן?
האלטן זיי אז דער פעולה -וואס זיי האלטן איז מסירה- איז געטאן געווארן כנגדם?
משל למה"ד אז א קאמפעני מיט פיר שותפים וועלן זיך ארומקריגן מיט די בעלים פון א צווייטע קאמפעני, און דריי פון די שותפים וועלן זיך דערקלערן אלס בי"ד, און גובה עדות זיין פונעם פערטן שותף אנטקעגן דעם בר פלוגתא און ארויסגעבן א פסק דין כנגדו.
די חוכא וטלולא פון דעם וועט נישט זיין אנדערש אויב די דריי שותפים וועלן גראדע זיין, אדער געהאט אמאל געווען, רבנים פון שולעכלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 19:48 |
|
| |
| שלעק כתב: |  | | מיט וואס איז די בית דין פון טשאטער רב ווייניגער בית דין פון דעם יאקערס יונגערמאן? |
|
דער חילוק איז אזא מין זאך ווי א טשאטער בי"ד איז דעווייל נאך נישט געבוירן, און דער יאקער יונגערמאן האט א געהעריגער בי"ד open for business
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 20:18 |
|
| |
סקאט, א בי"ד מיינט נישט דוקא קארופציע וד"ל... (כ'מיין נישט דוקא יאקע, כ'רעד בכלליות)
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 20:42 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | דער דיון איז דא נישט געווען איבער א סכסוך ווער ס'איז גערעכט ווער נישט, וואס א נוגע בדבר זאל נישט קענען האבן א מיינונג, מ'האט דא דן געווען ע"פ גביות עדות, און בי"ד האט א רעכט פיינט צו האבן א בעל עבירה.
תוקן על ידי כלהנערים ב- 01/01/2010 05:10:53
האבן די דריי רבנים שליט"א א נגיעה ער זאל ווערן א בעל עבירה און מ'זאל אים פיינט האבן?
האלטן זיי אז דער פעולה -וואס זיי האלטן איז מסירה- איז געטאן געווארן כנגדם?
משל למה"ד אז א קאמפעני מיט פיר שותפים וועלן זיך ארומקריגן מיט די בעלים פון א צווייטע קאמפעני, און דריי פון די שותפים וועלן זיך דערקלערן אלס בי"ד, און גובה עדות זיין פונעם פערטן שותף אנטקעגן דעם בר פלוגתא און ארויסגעבן א פסק דין כנגדו.
די חוכא וטלולא פון דעם וועט נישט זיין אנדערש אויב די דריי שותפים וועלן גראדע זיין, אדער געהאט אמאל געווען, רבנים פון שולעכלעך.
|
|
קודם אנטשולדיג פאר נעכטן, ס'איז מירגעליגן אין קאפ פון גירסא דינקותא א גמרא די גמרא פרעגט הא כיצד איין פלאץ שטייט אל תען כסיל און א צווייטע פלאץ שטייט ענה כסיל ענטפערט די גמרא כאן בדברי תורה וכאן ב.. כ'דענק נישט די לשון, אויף דעם ארויף האב איך דיר געענפערט מיין לעצטע תגובה קען זיין ס'נישט קיין סתירה און דו ביסט גערעכט.
דעס וואס דו שרייבסט אז דע פסק דין מסור איז גלייך צו א קאמפעני פון 4 שותפים, איז נישט אמת, כ'וועל דיר זאגן ווי דער פונקט פון דע טענה, דוד עקשטיין האלט אז די קאנטעמפט איז א חלק אין די סכסוך און די רבנים'ס בי"ד קענען נישט נעמן קיין שטעלונג נאר א בי"ד המרוצה לשני צדדים, און דא האבן נישט זיי געשיקט א הזמנה צו אים און נישט ער צו זיי, זיי זענען נוגעים וואס דאווענען אין א שול וואס איז יעצט אין סכסוך,
דעס איז גערעכט ווען די קאנטעמפט מיטן 16 יעריגע סכסוך איז 1 זאך,
פאר איך שרייב ווייטער לאמיך דיר פרעגן, ווען ראובן מיט שמעון שלאגן זיך ארום און ראובן כאפט א גאן און שיסט שמעון, ווערט דע רציחה באטראכט אלס א דיני ממונות שאלה ווייל די שלעגעריי איז געווען איבער דיני ממונות?
די זעלבע מיט מסירה,
דוד עקשטיין איז א בעל דין בית יואל איז א בעל דין, קודם דעס אליינס איז א חוכא וטלילא אז איין בעל דין זאל ערקלערן דעם צווייטן בעל דין אלס מסרב און אויף דעם ארויף לויפן אין קאורט ווייל דעס קען יעדע בעל דין טון, מ'וועט לויפן אין קאורט און שרייען איך מעג ווייל מיין בע"ד איז א מסרב... אה ווי איז דער כתב דין סירוב אדער היתר בי"ד דעס איז ביי א בי"ד הרוצה בעילום שמו, היש לך ליצנות גדולה מזו?
איך וויל צוקומען צו דעם אז לו יהא ס'איז דא א הרוצה בעילום שמו בי"ד וואס האט מתיר געווען ערכאות, איז בית יואל נאך אלס א בעל דין און זיי קענען נישט גארנישט פסק'נען אין דעם סכסוך און זייערע פסקים זענען גארנישט מכריע, און זיי האבן טאקע נישט געפסקענט ביז יעצט גארנישט,
קאנטעמפט אוו קאורט איז ריין מסירה, ער גייט צום ריכטער זאגן אז ראובן פאלגט נישט דיין פסק און מ'דארף אים קנס'נען, דעס ווערט בכלל נישט באטראכט אלס דיני ממונות, דער זשאדש האט געזאגט אז יעדער וואס גייט אריין אומלעגאל איז אנדער ארעסט (הגם דוד עקשטיין האט נאר פארלאנגט געלט קנס, זאל זיך קיינער נישט נער'ן ווייל יעדער ווייסט ווען מ'קומט אין קאורט קאונטערסוען וועט די קאורט זאגן וויאזוי צו קנס'נען, נישט דער פלעינטיף, דעס וואס דוד עקשטיין האט געבעטן געלט קנס איז געווען פאר די געים ער זאל האבן וואס צו ענטפערן פאר די קאלבן, אז ער האט נאר געבעטן געלט קנס)
דעס איז מסירה און נישט דיני ממונות.
און אויף דעם האבן די רבנים געגעבן זייער פסק אויף גארנישט אנדערש, און דער פסק איז נישט מעלה ומוריד אינעם עצם סכסוך, די רבנים האבן נישט געבויט אויף דעם פסק אז ס'איז קעיס קלאוזד וויבאלד ער איז א מסור, די גאנצע פסק איז בעיקר אז מ'קען אים נישט מצרף זיין צו מנין, ווייל ער האט א דין מסור, די ארונים מיט זייער עקספיריענס אין קיגלען האבן געמאכט איין מישמאש פון דעם דין מסור מיטן סכסוך אלס איין תביעה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 21:08 |
|
| |
אבל עדיין הקושיא במקומה עומדת, פארוואס האט מען געמוזט פארבריצירן א נייער בי"ד פון 3 הויפט עקסטרעמע בני יואל רבנים, מיט א פריש געדרוקטע לעטער העד פרישע זיגעל אלעס נאר צו ארויסגעבן א פסק אז זייערס א אלטער פאליטשער שונא איז א מסור, החסר בתי דינים בניו יארק?
ואת"ל אז די קאנטעמפט מסירה ברענט זיי טאקע אזוי, אתמהה וואס האבן זיי זיך יעצט אויפגעוועקט? זייער יאסל וואלדמאן האט שוין אפאר אריינגעגעבן קאנטעמפט קלאגעס קעגן די ארטיגע מוסדות און ר' אהרן פערזענליך, ענקער זאליס אין וומ"ב האבן שוין אריינגעגעבן א קאנטעמפט, ענקער פארטיי ביי די וואלן, האבן א אריינגעגעבן א קרימינאלע קלאגע קעגן וואוטינג פראוד, ענקערע זאליס האבן שוין אריינגעזעצט אידן אין תפיסה איבער א קרוין, וואס דאס א דבר פשוט אז ס'מער דומה צו מסירה
וואס פלוצלינג, על מה חרי האף הגדול?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 00:16 |
|
| |
ווי איז די בריעוו פון די שלושה רועי בקר פון וומ"ס חברי הבג"ץ? נאר אויף אלע קנאיש'ע מחאות פון ארץ ישראל אדער די ערוב קענען זיי ארויסגעבן בריעוועלעך?
|
|
|
|
|