בית פורומים אידישע געדאנק

די ליצנות פון שטאט: מאנארא'ער מגידי שיעורים שרייבן א בריוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2010 05:12 לינק ישיר 

פאר איך ענטפער, וויל איך איבערחזרן ווייל דו זעסט אויס צו האבן א שוואכע זכרון,

די רבנים האבן געגעבן א פסק אויף די מעשה מסירה! אינעם עצם סכסוך בית יואל איז דער פסק נישט מעלה און נישט מוריד פאר קיין איין צד נישט, (ביטע נעם דיר דאס אריין אין קאפ)

 איבערגעבן פארן גאווערמענט אז א איד פארקויפט אומלעגאל, איז א פרעכע מסירה, איין באשעפער ווייסט וויפל אידן גייען באצאלן פאר דעם, און אויף דעם זאגט שו"ע מורידין ולא מעלין,

יעצט פרעגסטו א קשיא פארוואס מ'איז נישט געגאנגן צו דו רבנים פון ניו יארק זיי זאלן געבן א דעת תורה איבער דע מסירה, ביסט גערעכט ווען מ'רעדט דא פון דיני ממונות, סתם א דעת תורה ווען מ'דארף מכריז זיין אין שטאט אז פלוני איז א מסור, און מ'טאר אים נישט מצרף זיין למנין, זייט ווען געהערט דע פסק פאר א דרויסענדיגער? האסטו אמאל געזען ערגעץ אז דער פראנקפורטע קהילה זאל גיין צום בי"ד פון אוסטראה איבער פראנקפורטער פירצות?
 
איבער דע התייסדות פון בי"ד דקהילת היראים, מ'קען אפשר ליצנות מאכן פון די "זמן פונעם התייסדות",
דע עצם געדאנק פון א בי"ד אין ק"י איז שוין לאנג א מדובר ביי די קהילות וואס זענען נישט מכיר די ארטיגע הנהגה ס'נאר קיינמאל נישט געווען א זמן הכושר וואס זאל דאס צוברענגן בכדי שיעשו, -דע מעשה יעצט איז געווען דער מכה בפטיש- ניין, מ'האט נישט געגרינדעט א בי"ד צו פסק'נען דין מסור. דע ציל איז לעמוד על המשמר אויף כשרות, חינוך, צניעות, ווי מ'האט גערעדט ביים כינוס כללי א' וישלח,  


דעס וואס דו ברענגסט אויף אלטע עבירות כרגילתכם ווען עטץ טרעפטס נישט א תירץ פארן יעצטיגן נושא, קענסטו דערויף עפענען נייע אשכולות, און איך וועל דיך דארט אי"ה ענטפערן בטוב טעם ודעת

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 06:58 לינק ישיר 

זייער לאנגע היסטאריע פון שווייגן ביי די אנדערע מסירות, (און אין געוויסע פעלער גאר מחזיק געווען), איז מעיד כשמש בצהרים אז בתהום לבבו ווייסן זיי געוויס אז אין כאן לא מסירה ולא מלשינות, נאר זייער אלטער פארווייטוגטער פיינטשאפט קעגן אהרן לאזט זיי נישט טראכטן גראד,
ווייל למעשה איז דא א גרויסער מקום צו זאגן להלכה אז דער קאנטעמפט קלאגע האט נישט קיין שום חשש מסירה, ווייל אין מציאות איז עס נישט אין קיין קרימינעל געריכט, ס'נישט קיין מסירה איבער א פארברעך קעגן די רעגירונג, ס'א לעגאלער מאנעווערע אין א לאנגער פארצויגענע סיוויל קעיס, ווי דו האסט יענעם געשלעפט אין געריכט, און האט נישט קיין קאנצעקוונעצן, ווי דער פאקט האט דאך באוויזן, מ'האט קיינעם ארעסטירט און קיינעם גע'קנסט, ווייל קיין שום קאנטעמפט קלאגע, געווענליך, איז מען נישט מעניש אויפן עבר, נאר מ'ווארנט אז מ'זאל עס מער נישט טאן בעתיד. מ'קען זיך אפשר דינגען, אבער א מקום להקל איז זיכער דא.
פלוצליג ווערן זיי עפעס געפערליכע מחמירים בעניני מסירה אז א אומשעדליכער סיוויל קלאגע איז ממש די זעלבע ווי די קאפאס ביי די נאציס.

דאס וואס די זאגסט אז די 3 בני יואל רבנים זענען זיך נאר מטפל מיט דעם ענין פון 'מסירה' און נישט דער עצם דין ודברים, איז א גרויסער טעות, ווייל ליין ביטע זייער ערשטער בריוו, שרייבן זיי דארט בתוך הדברים, אז איבערן עצם בעלות פון די הויז קען קהל מער נישט האבן קיין תביעה צוליב אין נזקקין....איך האב געמיינט אז דיין גאנצער זארג איז נאר די 'מסירה'...ווי מישטו  זיך דא אריין איבער די בעלות פונעם הויז?...ווער פרעגט דיך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 05:46 לינק ישיר 

הוי ווי גוט וואלט געווען ווען דו שרייבסט דע ווערטער צום פראסיקיוטער, 
אבער א מקום להקל איז זיכער דא......  אפשר וועט ער מקבל זיין דיינע ווערטער און ער וועט מקיל זיין...

איך האב אלס געוואוסט פארקערט וואס דו שרייבסט קען זיין כ'האב געלעבט אין א טעות, ווען איינער מסר'ט א צווייטען איבער בענק-פראוד למשל א געקראכטע טשעק, האב איך געוואוסט אז עס נישט קיין מסירה אקעגן די רעגירונג, ס'איז א ציווילע געפעכט, וואס דער מסור קען צוריקציען
 
יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געלעבט אין א טעות! דו ווייסט וואס ס'איז נישט קיין מסירה אקעגן די רעגירונג? ווען איינער זאגט פארן שופט ער זאל צושפארן יענס הויז ווייל דארט פארקויפט מען אלקהאל אומלעגאל גענוי וואס דער מסור שרייבט אין זיין קלאגע, דע פאברעך טענה'ט סקאטמאלן האט נישט צו טון מיט דו רעגירונג....און א מקום להקל איז זיכער דא..... נישט לאכן נאר וויינען. עטס זענטס נעבעך אזוי בלינד פאר תאוות הכבוד והשררה אז ס'אינטעסירט ענק נישט אויב א איד גייט גיין יושב בסתר, ס'איז ביי ענק א פארט פון די געים
 
דעס וואס דו רעדסט פון בנוגע טענתכם, אויב דו וועסט איבערקוקן דעם בריוו וועסטו זען אז דעס איז א עקסטערע פראגראף נאך די התראה און נאך די חתימה שרייבן די רבנים בנוגע טענתכם, דאס איז נישט פארבינדען, זיי שרייבן דארט א זאך וואס עטץ ווילטס זייער ארויסשניידן פון די תורה און דעס איז אין נזקקין קענסט מאכן ליצנות פון שו"ע אבער אז דער שו"ע זאגט אין נזקקין איז אין נזקקין דער הולך בערכאות האט געמיינט אז ער גייט געוואונען דורך מרים זיין יד בתורת משה, יעצט וויל ער דין תורה, זאל ער צורוקגיין צום גוי און שרייען אויף אים, און נישט מאכן ליצנות מיט דין תורה פרובירן זיין לעצטע טשענס ביי די"ת


 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 17:03 לינק ישיר 

ס'איז דא א באקאנט ווערטל, יעדער ציטערט פון מייזלעך, פארוואס ציטערט יעדער פון מייזלעך? ווייל פון וועם האט יעדער מורא? פון בי"ד! פון וועם האט בי"ד מורא? פון בי"ד הגדול שבירושלים! פון וועם האט דער בי"ד הגדול מורא? פונעם ראש בי"ד! פון וועם האט דער ראש בי"ד מורא? פון זיין ווייב! און זיין ווייב האט מורא פון א מייזעלע! דעריבר האט די גאנצע וועלט מורא פון מייזלעך...

ס'איז נישט קיין זשאוק, דיןתורא מיט סקאטמאלן מיינען עס גאר ערנסט!

זיי פלעכטן צאם א שיינע הבדלה פון יוסל וואלדמאן אברהם ווידער מאיר דייטש קלמן ווייס שאול פערלשטיין יענקל כהנא זאלי קהל בערל פרידמאן אברהם מאיר פויגעל יצחק ראזנבערג שמואל דוד מארקאוויטש שופט באראש אביש וויינבערגער יעקב יוסף בראך יוסף ווייס יואל קויפמאן שארמאשער רב טשאטה רב דוד עקשטיין.

דע הבדלה ליגט אין בלאט אפיס לעבן די חלה דעקל,אמאל איז גענוג די חלה דעקל, און אמאל דארף מען אויך מאכן הבדלה,

זיי מאכן אלעס צוגלייך, א גרויסע עבירה ווערט א קליינע עבירה, און א קליינע עבירה ווערט א גרויסע, דעס איז זייער סיסטעם, זיי ווייסן נאר נישט, אז דע הבדלה איז נישט אקצעפטיבאר ביי באזעסנדע מענטשן,    






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 18:10 לינק ישיר 

איין א"ג בי"ד וואס האלטן איין זאגן ברבים אז דאס שליסן דעם שול גייט זיי בנפשו, עס ווייטאגט זיי דאס הארץ, אזא איינער האט קיין שום תורה'דיקער אין יושר'דיקער רעכט צו ארויסגעבן קיין שום פסק הלכה וואס האט א שייכות צו דעם קאנפילקט און אין ספעציפיש דער קאנטעמפט קלאגע, ווייל דער איינציגער קאנצעקווענץ וואס דער קאנטעמפט האט געהאט איז געווען צי ענדגיליטיג בפועל פארשליסן דעם שול, דעריבער זענען די אלע היסטארישע מסירות אבסעלוטלי נוגע אהער, ווייל דאס שטעלט אין א גרויסע פראגע צייכן זייער גאנצער פסק צו עקשטיין האט טאקע א דין מסור, ווייל דער פסק האבן ארויסגעגעבן די זעלבע מענטשן וואס באוויינען אזוי דאס פארשליסן די שול אז מ'קען זאגן אז זיי זענען די בעלי דינים זעלבסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 18:46 לינק ישיר 

איך ווער אביסל צומישט,

דער א.ג. פסק בי"ד איז געווען אויף קאנטעמפט אדער אויף א אנגעבליכע מסירה אויפן שמש'ס מסחר דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 18:56 לינק ישיר 

איך בין גארנישט צימישט, זיי האבן גענומען עפעס א סיעף פון די פאפירן וואס רעכנט אויס די אקטיוויטעטן פון דעם שול, אז דער שמש פארקויפט זאכן, זיי האלטן אז עקשטיין האט עס געשריבן דוקא צו פארמאסערן דעם שמש אז ער פארקויפט אומלעגאל אלקאהאל, און אזוי לייגן אין צרות אלע שמשים.

סתם נאנ-סענס, מיטאמאל ווערד צו דיסקוסירן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 19:32 לינק ישיר 

דער גאנצער א.ג. פסק איז לויטער קאנטעמפט ממילא נישט אריינברענגן זאכן וואס זיי שרייבן נישט
http://theshulsaga.com/default.aspx?moid=1354



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 19:50 לינק ישיר 

בית_דין כתב:

כל הנערים:
דער דיון איז דא נישט געווען איבער א סכסוך ווער ס'איז גערעכט ווער נישט, וואס א נוגע בדבר זאל נישט קענען האבן א מיינונג, מ'האט דא דן געווען ע"פ גביות עדות, און בי"ד האט א רעכט פיינט צו האבן א בעל עבירה.


גימפעלע:

האבן די דריי רבנים שליט"א א נגיעה ער זאל ווערן א בעל עבירה און מ'זאל אים פיינט האבן?

האלטן זיי אז דער פעולה -וואס זיי האלטן איז מסירה- איז געטאן געווארן כנגדם?

משל למה"ד אז א קאמפעני מיט פיר שותפים וועלן זיך ארומקריגן מיט די בעלים פון א צווייטע קאמפעני, און דריי פון די שותפים וועלן זיך דערקלערן אלס בי"ד, און גובה עדות זיין פונעם פערטן שותף אנטקעגן דעם בר פלוגתא און ארויסגעבן א פסק דין כנגדו.

די חוכא וטלולא פון דעם וועט נישט זיין אנדערש אויב די דריי שותפים וועלן גראדע זיין, אדער געהאט אמאל געווען, רבנים פון שולעכלעך.

בית_דין:

קודם אנטשולדיג פאר נעכטן, ס'איז מירגעליגן אין קאפ פון גירסא דינקותא א גמרא די גמרא פרעגט הא כיצד איין פלאץ שטייט אל תען כסיל און א צווייטע פלאץ שטייט ענה כסיל ענטפערט די גמרא כאן בדברי תורה וכאן ב.. כ'דענק נישט די לשון, אויף דעם ארויף האב איך דיר געענפערט מיין לעצטע תגובה קען זיין ס'נישט קיין סתירה און דו ביסט גערעכט.

קען זיין?


דעס וואס דו שרייבסט אז דע פסק דין מסור איז גלייך צו א קאמפעני פון 4 שותפים, איז נישט אמת, כ'וועל דיר זאגן ווי דער פונקט פון דע טענה, דוד עקשטיין האלט אז די קאנטעמפט איז א חלק אין די סכסוך און די רבנים'ס בי"ד קענען נישט נעמן קיין שטעלונג נאר א בי"ד המרוצה לשני צדדים, און דא האבן נישט זיי געשיקט א הזמנה צו אים און נישט ער צו זיי, זיי זענען נוגעים וואס דאווענען אין א שול וואס איז יעצט אין סכסוך,

דעס איז גערעכט ווען די קאנטעמפט מיטן 16 יעריגע סכסוך איז 1 זאך,

פאר איך שרייב ווייטער לאמיך דיר פרעגן, ווען ראובן מיט שמעון שלאגן זיך ארום און ראובן כאפט א גאן און שיסט שמעון, ווערט דע רציחה באטראכט אלס א דיני ממונות שאלה ווייל די שלעגעריי איז געווען איבער דיני ממונות?
די זעלבע מיט מסירה,
דוד עקשטיין איז א בעל דין בית יואל איז א בעל דין, קודם דעס אליינס איז א חוכא וטלילא אז איין בעל דין זאל ערקלערן דעם צווייטן בעל דין אלס מסרב און אויף דעם ארויף לויפן אין קאורט ווייל דעס קען יעדע בעל דין טון, מ'וועט לויפן אין קאורט און שרייען איך מעג ווייל מיין בע"ד איז א מסרב... אה ווי איז דער כתב דין סירוב אדער היתר בי"ד דעס איז ביי א בי"ד הרוצה בעילום שמו, היש לך ליצנות גדולה מזו?

איך פארשטיי נישט ווער האט מתיר געווען דא פאר בית יואל צו גיין אין קאורט? זיי זענען די פלעינטיפ'ס דא.
איי לדבריהם האט קיט"ל פארלוירן די קאורט און אין נזקקין וכו' וועלכער בי"ד האט דער פשעטיל גע'פסק'נט? דער א.ג. בי"ד דקה"י? ביסטו דאך מודה זיי זענען נוגעים אונעם עצם סכסוך.

אתמהה!

איך וויל צוקומען צו דעם אז לו יהא ס'איז דא א הרוצה בעילום שמו בי"ד וואס האט מתיר געווען ערכאות, איז בית יואל נאך אלס א בעל דין און זיי קענען נישט גארנישט פסק'נען אין דעם סכסוך און זייערע פסקים זענען גארנישט מכריע, און זיי האבן טאקע נישט געפסקענט ביז יעצט גארנישט,

קאנטעמפט אוו קאורט איז ריין מסירה, ער גייט צום ריכטער זאגן אז ראובן פאלגט נישט דיין פסק און מ'דארף אים קנס'נען, דעס ווערט בכלל נישט באטראכט אלס דיני ממונות, דער זשאדש האט געזאגט אז יעדער וואס גייט אריין אומלעגאל איז אנדער ארעסט (הגם דוד עקשטיין האט נאר פארלאנגט געלט קנס, זאל זיך קיינער נישט נער'ן ווייל יעדער ווייסט ווען מ'קומט אין קאורט קאונטערסוען וועט די קאורט זאגן וויאזוי צו קנס'נען, נישט דער פלעינטיף, דעס וואס דוד עקשטיין האט געבעטן געלט קנס איז געווען פאר די געים ער זאל האבן וואס צו ענטפערן פאר די קאלבן, אז ער האט נאר געבעטן געלט קנס)

דעס איז מסירה און נישט דיני ממונות.

איז דאס מוסכם, אז ווען איך פארלאנג פון א קאורט צו סטראשען מיט איינזעצן אויב דער וואס האט פארלוירן דער געריכט קעגן מיר וועט נישט איינהאלטן דעם פסק פון געריכט, אז דאס איז מסירה?

דארף דאס נישט א ישיבת בי"ד דן צו זיין?   


און אויף דעם האבן די רבנים געגעבן זייער פסק אויף גארנישט אנדערש, און דער פסק איז נישט מעלה ומוריד אינעם עצם סכסוך, די רבנים האבן נישט געבויט אויף דעם פסק אז ס'איז קעיס קלאוזד וויבאלד ער איז א מסור, די גאנצע פסק איז בעיקר אז מ'קען אים נישט מצרף זיין צו מנין, ווייל ער האט א דין מסור, די ארונים מיט זייער עקספיריענס אין קיגלען האבן געמאכט איין מישמאש פון דעם דין מסור מיטן סכסוך אלס איין תביעה

און זייער התראת בי"ד פסקענען זיי נישט אז אויפן בעלות הבית איז נישטא וואס דן צו זיין? א זאך וואס אפי' לדבריך איז א שטעלונג אין סכסוך?









דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 00:38 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די פלאנטער איז? כ'האב עס שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול, איך כ'האב נאך נישט זוכה געווען צו א תשובה, ביטע ענטפערן,

זייט תשנ"ה שטייט זלמן לייב וואלדמאן און ווארט זיין מזמין זאל אנקומען צום בי"ד שטיבל פון ווי ער האט געשיקט זיין הזמנה פארלייגן זיינע טענות, ניטאמאל האט דער מזמין געשיקט א צווייטע הזמנה מיט איין אימפעט געלאפן אין קאורט, ער האט פארלוירן דאס הויז אין קאורט יעצט וויל ער צוריקגיין צו דין תורה, צו התאחדות קען ער שוין נישט צוריקגיין שיקן די צווייטע הזמנה ווייל דע בי"ד האט אים נישט געגעבן רשות צו גיין אין קאורט, די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון איז אויסלעשן די סערוויסעס וועט בית יואל זיין געצוואונגען אים צו רופן צו דין תורה, אויף דעם קען ער ווארטן!! ס'איז נישט דא א גרעסערע מכשול לדורות, ביז יעצט ווייס דער בע"ד אז ס'לוינט נישט אנצוהייבן אין קאורט ווייל אויב פארלירט ער אין קאורט איז ער פארטיג אויך מיט דין תורה, דוד עקשטיין וויל יעצט מחדש זיין אז מ'דערלייגט גארנישט פון גיין אין קאורט אן א היתר בי"ד העכסטנס קען מען נאך קאורט דערקוטשענען דעם נתבע ביזן טויט אז ער זאל זיין געצוואונגען צו רופן דעם הולך בערכאות צו דין תורה, זאל דוד עקשטיין וויסן, אז נישט מיט בית יואל! זאל ער צושפארן מסר'ן ער קען טון וואס אימער, בית יואל גייט אים נישט רופן צו דין תורה! נאכאמאל בית יואל גייט אים נישט רופן צו דין תורה! אויב ער וויל שטארק דין תורה זאל ער צוריקגיין צו התאחדות שיקן די צווייטע הזמנה, און אויב קען ער נישט ווייל ער איז אן רשות געגאנגן אין קאורט, זאל ער עסן זיינע פירות, נישט טעראזירן דעם ניתבע.
נאכאמאל בית יואל גייט אי"ה נישט שיקן א הזמנה איבער דעם סכסוך, א סכסוך וואס איז אריינגעטראגן אין קאורט שלא ברשות בי"ד, שטייט אין שו"ע אז דער נתבע מעג דעם זעלבן סכסוך צוריקטראגן קעגן דעם הולך בערכאות, און דעס האט בית יואל געטון,
  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 01:32 לינק ישיר 

אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת?
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל  קומען צו די''ת?
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיז קומען צו פעיראל דיינים????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 01:33 לינק ישיר 

איינער מערקט מיר אויף אז איך פארדריי די נושא,
איך ענטפר נאר פאר כל הנערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 00:25 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת?
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל  קומען צו די''ת?
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיז קומען צו פעיראל דיינים????

כ'האב געזען אויף סקאט'ס ווערטער אין אשכול אז ער איז נישט צו באקאנט אינעם מציאות פונעם סכסוך דעריבר האב איך אנגעהויבן מיט א אנדערע נושא ער זאל פארשטיין פארוואס די בריוו איז א ליצנות
  
אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?

יעדע סכסוך קען האבן 10 אינדעקס נומבערס, דיפענדס לויט די 'דריידליך' פון די אדוואקעטן ביי ביידע זייטן, פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז ע"פ תורה,

פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?

כ'פארשטיי נישט ס'דו פרעגסט? צו מברר זיין ווער ס'איז געווען דער הולך לערכאות תשנ"ה ווימ"ס אדער ק"י וואס פארא שייכות האט דאס מיט זלמן לייב וואלדמאן? דוד עקשטיין דארף דעס קענען אויפווייזן פארן בי"ד אז נישט ער איז דער הולך לערכאות צו קענען באקומען א הזמנה.

האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת
?
ניין. און לו יהא לשיטתך אז ער האט דאס יא געענפערט, ווערט ער נישט געפסקנט פאר א מסרב מיט איין הזמנה ער ברויך צו באקומען 3 הזמנות צו באקומען א דין מסרב ווי ס'שטייט אין שו"ע, לויט דיר איז דא א גוטע עצה צו גיין אין קאורט מ'צאלט 35 דאלער פאר א הזמנה און היידא מ'גייט אין קאורט ווייל דער נתבע האט אליינס געזאגט אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די"ת... 

האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל  קומען צו די''ת?

קוק איבער די בריוו פון התאחדות אינטן די לעצטע שורה, ואמנם רצו"פ העתק מההזמנה ששלחנו אל ר"מ פר"מ ורש"מ ראזנער הנ"ל, כפי בקשתכם. עד כאן. דע ווערטער זעט אויס אין מיינע אויגן אז קהל האט יא געשיקט א הזמנה, ס'איז א שטיקל סתירה מיט דיינע ווערטער, דע צוויי נתבעים האבן קיין צווייטע הזמנה נישט באקומען, נאר איידער וואס ווען ווי האבן זיי באקומען א סאמענס פון גוישן געריכט,

נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיזקומען צו פעיראל דיינים????

 דע קשיא וואלט ליבערשט באלאנגט איך זאל עס פרעגן פון דיר, נישט דו פון מיר....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 00:35 לינק ישיר 

[quote]אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת?
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל  קומען צו די''ת?
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיז קומען צו פעיראל דיינים????
כ'האב געזען אויף סקאט'ס ווערטער אין אשכול אז ער איז נישט צו באקאנט אינעם מציאות פונעם סכסוך דעריבר האב איך אנגעהויבן מיט א אנדערע נושא ער זאל פארשטיין פארוואס די בריוו איז א ליצנות
  
אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?

יעדע סכסוך קען האבן 10 אינדעקס נומבערס, דיפענדס לויט די 'דריידליך' פון די אדוואקעטן ביי ביידע זייטן, פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז ע"פ תורה,


פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?

כ'פארשטיי נישט ס'דו פרעגסט? צו מברר זיין ווער ס'איז געווען דער הולך לערכאות תשנ"ה ווימ"ס אדער ק"י וואס פארא שייכות האט דאס מיט זלמן לייב וואלדמאן? דוד עקשטיין דארף דעס קענען אויפווייזן פארן בי"ד אז נישט ער איז דער הולך לערכאות צו קענען באקומען א הזמנה.
נו הלוואי זאל בני יואל מסכים זיין צו קומען צו א בי''ד ווי ר' דוד עקשטיין וועט האבען די געלגענהייט אלעס אויפציוויזען

האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת
?
ניין. און לו יהא לשיטתך אז ער האט דאס יא געענפערט, ווערט ער נישט געפסקנט פאר א מסרב מיט איין הזמנה ער ברויך צו באקומען 3 הזמנות צו באקומען א דין מסרב ווי ס'שטייט אין שו"ע, לויט דיר איז דא א גוטע עצה צו גיין אין קאורט מ'צאלט 35 דאלער פאר א הזמנה און היידא מ'גייט אין קאורט ווייל דער נתבע האט אליינס געזאגט אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די"ת... 
ווען איינער 'איגנארירט' 3 הזמנות איז ער א מסרב, אבער אויב איינער לאזט וויסען שוין ביי די ערשטע הזמנה אז ער קומט נישט איז ער שוין דעמאלטס א מסרב.

האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל  קומען צו די''ת?

קוק איבער די בריוו פון התאחדות אינטן די לעצטע שורה, ואמנם רצו"פ העתק מההזמנה ששלחנו אל ר"מ פר"מ ורש"מ ראזנער הנ"ל, כפי בקשתכם. עד כאן. דע ווערטער זעט אויס אין מיינע אויגן אז קהל האט יא געשיקט א הזמנה, ס'איז א שטיקל סתירה מיט דיינע ווערטער, דע צוויי נתבעים האבן קיין צווייטע הזמנה נישט באקומען, נאר איידער וואס ווען ווי האבן זיי באקומען א סאמענס פון גוישן געריכט,

נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיזקומען צו פעיראל דיינים????

 דע קשיא וואלט ליבערשט באלאנגט איך זאל עס פרעגן פון דיר, נישט דו פון מיר....
אלע מאי.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 02:39 לינק ישיר 


איך זעה מ'מאכט דא חזרה וועל איך אויך מאכן חזרה:

 1. תשס"ד האט קהל אפגעהאקט ענקער וואסער.

2. ענק האבן געהאט 2 ברירות אדער גיין צו די"ת אדער קארט

3. האט עטס געטענה'ט, אז די"ת איז אויסגעשלאסן צוליב אין נזקקין, מסכים, געזונטערהייט גיי און קארט.

4. נו אז דער תובע וויל דוקא קארט מוז מען דאך מיטגיין אין קארט.

5. אז מ'גייט אין קארט קומט עס מיט ריסקס, ס'קומט מיט מעגליכע קאנטער תביעות פונעם נתבע, אזוי אז ביידע צדדים זאלן ריזיקירן מיטן קארט. דאס איז א פשוט'ער יושר. איך דענק נישט אז איינער זאל דעמאלטס האבן געהאט טענות, פארן אריינגעבן די קאנטער תביעות, ווייל יעדער פארשטייט אז דאס איז פעיר-געים.

6. איינע פון די קאנטער תביעות איז געווען אז דער ביהמ"ד איז אומלעגאל,

7. די סיבה פארוואס קהל האט אריינגעגעבן די קלאגע איז נאר אך ורק אז ענק זאלן אויך ריזיקרן מיט די קארט, ווי געשמועסט.

8. בית יואל האט מיט דעם ריזיקירט זייער גאנצער בעלות אויפן הויז ווייל אויב זייער ביהמ"ד איז אומלעגאל קען זיי קהל אנהאלטן ביים קארג זאלן קומען פארהאנדלען.

9. יעדער האט פארשטאנען אז ווער אימער ס'געווינט גייט דער געווינער אינפארסירן דער געווינס. דאס מיינט אז ביידע האבן דא גענומען ריסקס, קהל אומווילנדיג אין די רביצין ווילנדיג.

10. דער קלאגע אז דער שול איז אומלעגאל איז געווען פון די ארגינעלע קאנטער קלאגעס נאך בשנת תשס"ד, נישט יעצט נאכן אפעלאט תש"ע, דאס איז געווען איינע פון די זאכן וואס דער קארט האט דן געווען דורכאויס דער גאנצער קארט פראצעדור, און יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז א ריסק וואס די רביצין מענטשן נעמען דא.

11. דער פסק קומט ארויס פון אפעלאט, און זיי געבן נאך דעם קאנטער קלעים, אז דער שול איז אומלעגאל. דער אפעלאט שרייבט "אז דער פארבאטונג פון דעם אראנדש קאונטי קארט צו אפען האלטן דעם הויז פאר א שול זאל בלייבן בתוקפו"

12. דאס מיינט עטס האטס דערלייגט דעם איינשטעלונג. און קהל האט דא געהאט אלע רעכטן צו איינקעשן דעם געווינס. און ענק אנהאלטן ביים גענאק מיט דעם.

13. וואס טוט א נארמאלער מענטשן אין אזא מצב, מ'שלעפט יענעם אין געריכט 6 יאר, מאכט שאדן אומגעהויערע לעגאלע קאסטן, און נאכדעם דערלייגט מען? האט מען כאטש אביסל דיסענסי צו אפפערן א פארגוטיגונג, אפפערן אז מ'זעמיר גרייט צו פארהאנדלן, מ'זאגט כאטש איים סארי, עפעס.

14. דערווייל גארנישט, מ'נעמט זיך פייערן נצחון, אז מ'האט 15 יאר צוריק געווינען די הויז, מ'מאכט זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג, אלעס גייט אן כאילו לא הי'.

15. אומפארשעמטע חוצפה במלא מובן המלא!

16. אויף דעם זאגט קהל, דו האסט מיך געשלעפט אין געריכט, דו האסט איינגעלייגט דיין ריסק, אזוי לאנג איר טוט נישט דו מינדעסטע מענטשליכקייט פון עכ"פ אפפערן זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי א נארמאלער מענטש, נאכן פארלירן, וועט זיין קאנצעקווענצן פאר ענקערע אייגענע מעשים, און מ'האקט אפ די לעקטער אין וואסער.

17. קהל זאגט קלאר אז טראץ וואס זיי האבן די געווינס, טראץ וואס זיי האבן אלע רעכטן צו איינקעשן די געווינס, זענען זיי ווייטער גרייט זיך אראפזעצן פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן.

18. ווי זאגט די גמרא אכל שום וריחו נודף יאכל שום, זיי האבן שוין דערלייגט דער קארט זיי ליידן די קאנצווענצן, גארנישט, האבן זיי ווייטער די העזה צו נישט מער אין נישט ווייניגער וואו נאכאמאל שלעפן אין קארט אז מ'זאל זיי שוין צוריקגעבן די סוער.

19. זיי האבן ווייטער דערלייגט, זעלבסטפארשטענדליך וועט מען איינקעשן די געווינס אויף אלע מיטלען, שינדן די הויט, ציברעכן די סוכה, ארייגעבן קאנטעמפט, אלעס פאר איין סיבה: ווייל דאס איז די מעדיצין וואס ענק האבן זיך אליינס פארגעשריבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די ליצנות פון שטאט: מאנארא'ער מגידי שיעורים שרייבן א בריוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.