בית פורומים אידישע געדאנק

פאפא אויסגעשפילט דורך די אהרוינים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/12/2009 18:50 לינק ישיר 
פאפא אויסגעשפילט דורך די אהרוינים

פאפא ליידט פון א באקאנטע שפריך ווארט "פאפא נער". באמת שטעקט אין דעם גאנץ ווייניג אמת ווייל אין פאפא דרייען זיך נישט מער נערנים ווי אין אנדערע אונגארישע קהילות. רגע, איך האב געזאגט אונגארישע קהילות? אויך די זעלבע טעות ווי "פאפא נער" ווייל אין די אונגארישע קהילות דרייען זיך נישט מער נערנים ווי אין די גאליציאנע קהילות, אין פאקט רוב גאליציאנע קהילות באשטייען היינט פון אונגארישע אפשטאמיגע ווייל פון די גאליציאנע אידענטום איז כמעט גארינשט געבליבן. אבער די ווארט אונגארישע נער האט זיך שטארק אריינגעגעסן אפילו עס ליגט אין דעם ווייניג אמת און צוזאמען מיט דעם איז געבליבן ווייניג וואס צו טון דערוועגן, די נאמען איז צוגעקלעבט און וועט לעולם בלייבן. פאפא ליידט פון די זעלבע אנשיקעניש ווי די כלל אונגארישע אפילו אין פאפא זענען נישט דא מער נערנים ווי אין סקווירא אדער וויזניץ וכו'

הפעם זענען אבער די פאפא'נע געפלאן אין די ארוינישע נעץ און דאס וועט ווייטער ארויפברענגען די ווארט פאפא נער.

יעדער פון אייך געדענקט אוואדאי די באקאנטע פרשת "פישמאן" אויף וועמענס שטח די אהרוינים האבן אויפגעשטעלט זייער 2 וואכעדיגע שול ביים גרעניץ פון וו"ב, אויף א שטח וואס געהערט צו "מוסדות קראסנא" די אהרוינים האבן פאר א לענגערע תקופה נישט באצאלט די רענט און די בעלי בתים האב נישט האבנדיג א ברירה און נישט האבנדיג צו וועם צו רעדן דארט האבן זיי ארויסגעגעבן א בריוו פארן פובליק ווי די פישמאן ברידער שרייבן אז דאווענען אין דעם מקום איז א "בוצע ברך, גניבה וגזילה" די אהרוינים האבן געהאט ווייניג ברירות און האבן באצאלט ווי טאטעלעך.

נאך אזא מעשה האט זיך אפגעשפילט אין יענע תקופה מיט א קאנטראקטער וואס האט געבויעט פאר די די אהרוינים און ער איז געווארן א ליצנות מיט צענדליגע געקראכטע טשעק'ס פון ארוינישע אקאונטס.

ווייניג האבן געוויסט אז אינטער די קוליסן קאכט זיך נאך א פרשה און דאס איז פרשת "מנוחה ושמחה" די אהרוינים האבן געדינגען שטח אויף בעדפארד עוו. און דארט געמאכט שמחה זאלן און דאס גערופן "מנוחה ושחמה", כמעשיהם בשאר מקומות האבן זיי דא אויך נישט געצאלט די רענט און הפעם זענען די בעלי בתים "מוסדות פאפא", די פאפא ראשי קהלה האבן זיך געבעטן ביי די אהרוינים פאר זייער ערליך פארדינטע רענט אבער די בקשות זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, בלית ברירה האבן די פאפא ראשי קהלה געמאלדן פאר די ראשי הארוינים אז אויב ביז א קורצע תקופה וועט די רענט נישט זיין באצאלט וועלן זיי אפשפארן די שטח אן קיין מעלדונג פון פאראויס. די אהרוינים האבן זיך אבער ממשיך געווען שלעפן צייט און נישט באצאלט די רענט, און צו דעם נאך האבן זיי ווייטער גענומען דיפאסיט'ס פון מחותנים, אזוי פיל מענטשהייט האבן זיי יא געהאט אז זיי האבן איינגעמאלדן פאר מחותנים אז די זאל איז נישט גארענטירט אפילו נאך די דיפאזיט "צוליב א געלט סכסוך מיט פאפא"... פארט האבן מחתנים איינגעשטעלט און געגעבן דיפאזיט'ס צוליב די ביליגע פרייזן (א פלא? ווען איך זאל נישט צאלן רענט פאר מיין זאל וואלט איך אויך געגעבן די פרייזן...)

מחותנים זענען געווען אין א פארלעגנהייט בנוגע וואס צו שרייבן אויף די "חתונה בריוולעך" וואס ווי פארשטענדליך ווערן שוין געדריקט 5-6 וואכן פאר די חתונה. אבער דא איז אריינגעקומען די ארוינישע דריי קאפ און די פאפא נערנות, אשטאד פאפא זאל איין פרייטאג מעלדן אז זיי פארמאכן די זאל און די ארוינים זאלן נישט האבן א ברירה נאר קומען צו לויפן מיט די גלעט האט פאפא געמאלדטן אז "ביז א שטיק צייט" וועלן זיי פארמאכן אויב די רענט ווערט נישט באצאלט... די אהרוינים האבן געכאפט און געטון אשטאד באצאלן די רענט האבן זיי גענומען דאס געלט און זיך געבויעט א "נייע" מנוחה ושמחה אין זייער פארמאגיטשטע בנין אויף ווייט עוו. און פאפא איז געבליבן מיט די צינג אינדרויסן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:56 לינק ישיר 

עכטע ארוינים און עכטע פאפא'נער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 18:56 לינק ישיר 

עכטע בעקער'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 19:47 לינק ישיר 

די בעקערס מיזן זיין עפעס ספיציעלע פאכלייט ווייל דע בעקערייען זענען ליידער אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 20:52 לינק ישיר 

דין תורה
די הערסט א מעשה,
פרעג דיך נאך,
און אויב ווערסטו געוואר אז עס איז שקר, קענסטו זאגן עכטע בעקערס,
איך פארלאנג נישט פון דיר, אז אויב ווערסטו געוואר אז עס איז אמת, זאלסטו מודה זיין,
די ביסט דאך פארט אן ארוני,

לאמיר זען וואס דער ארונישער קאפ גייט מחדש זיין יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 21:41 לינק ישיר 

כ'וואלט דיר נישט געראטען צו רעדן צו פאפא........
וועסט זעהן וואס הייסט א בעקער...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 23:09 לינק ישיר 

אדרבה, ווער עס האט א קשר מיט א קהל'סמאן פון פאפא זאל פרעגן, אזוי אויך קענט איר פרעגן פרינטער'ס פון חתונה אינוויטעשאנס. אויך קענט איר פרעגן מחותנים וואס האבן אריבערגעריגט זייער שבת שבע ברכות. פארשטייט זיך אז איר דארפט טערעפן דעם ריכטיגן מחותן ווייל רוב פון די מחותנים זענען ארוינים וואס וועלן לכאורה סיי ווי פראבירן צו לייקענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 00:20 לינק ישיר 

קיינער וועט נישט לייקענען אז די מוסדות מופט ארויס פין דארט אין טראגט עס אריבער צו גריסען ת''ת געביידע
א זאך וועלכע האט געדארפט ממילא פארקומען נאך פסח
נאר זיי וועלן דיר פארציילן אז מהרז''ל'ס מענטשן האבען געמאכט א ספין וואס די סיבה איז אז זיי גייען מופן שוין ביז א וואך 2
איך ווייס די ת' פארוואס זיי גייען מופן פין דארט, אין כ'וויל עס נישט זאגען ווייל ס'קען שאדען מאכען פאר די פאפא מוסדות
ס'האט גארנישט מיט געלט, זיי ארבעטן אויף עפעס א פראזשעקט אין דער בנין מיז זיין ליידיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 02:32 לינק ישיר 

דין תורה: אפשר שיקסטו מיר די באהאלטענע סיבה שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט? איך וועל עס בל"נ נישט אויסאגן פאר קיינעם. אקעי? אבער וואטש קיינער זאל נישט קוקן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 07:29 לינק ישיר 

השבת אבידה:
איך האב היינט באקומען א טעלעפאן קאל פון מיין חבר ער זאגט מיר אז א טאוועל מיט א אויפשריפט דערויף
,ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר בנשיאות הא הא הא גאון הקדוש איז עפעס מיסטיריעזערהייט פארשווינדען געווארן פון א געביידע אויף בעדפארד פען.
פאליציי פארשט אויב עס האט עפעס צוטין מיט די טאוועל וואס מען האט לעצטענס געהאט געגנבט און אוישוויץ "ארבייט מאכט פריי"...
ראביי גלאנץ די שר הסבלנים זיצט מיט די העכסט ראנגיקע שווארצע אויסצוגעפונען אויב עס האט עפעס צוטאן מיט די געריכטליכע סיכסוך וואס ער האט אריינדעצויגן פאפא און געריכט (פארשטייט זיך מיט א היתר אונעם שופלאד) לויט ווי מען הערט וועט דער שפין וועבער שמואל ווידער לייגען אויף די פאדערשטע זייט אונעם שונד בלאט א בילד פון א בלעקבערי.
מער פרטים וועט מען הערן אלעף שמאס פין זאבעל


תוקן על ידי שלמה_יאנקל ב- 04/02/2010 07:30:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 09:53 לינק ישיר 

שלמה_יאנקל כתב:
השבת אבידה:
איך האב היינט באקומען א טעלעפאן קאל פון מיין חבר ער זאגט מיר אז א טאוועל מיט א אויפשריפט דערויף
,ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר בנשיאות הא הא הא גאון הקדוש איז עפעס מיסטיריעזערהייט פארשווינדען געווארן פון א געביידע אויף בעדפארד פען.
פאליציי פארשט אויב עס האט עפעס צוטין מיט די טאוועל וואס מען האט לעצטענס געהאט געגנבט און אוישוויץ "ארבייט מאכט פריי"...
ראביי גלאנץ די שר הסבלנים זיצט מיט די העכסט ראנגיקע שווארצע אויסצוגעפונען אויב עס האט עפעס צוטאן מיט די געריכטליכע סיכסוך וואס ער האט אריינדעצויגן פאפא און געריכט (פארשטייט זיך מיט א היתר אונעם שופלאד) לויט ווי מען הערט וועט דער שפין וועבער שמואל ווידער לייגען אויף די פאדערשטע זייט אונעם שונד בלאט א בילד פון א בלעקבערי.
מער פרטים וועט מען הערן אלעף שמאס פין זאבעל


תוקן על ידי שלמה_יאנקל ב- 04/02/2010 07:30:03



געכאפט ביי די גניבה....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פאפא אויסגעשפילט דורך די אהרוינים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext