| נשלח ב-1/1/2010 12:19 |
|
| |
דיאלאג מיט ווארימער
שלום וברכה!
אצינד האבן מיר זיך גענומען די מיה, צו פירן אן אינטערעסאנטן דיאלאג מיט דער ניק "ווארימער", וואס איז פון די נטורי קרתא. דער דאזיגער דיאלאג וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך און אריינגעלייגט ווערן אין די צייטונגען, ווי טויזנטע גוים וועלן דאס קענען ליינען.
דער דיאלאג וועט געפירט ווערן אויף אן אופן וואס איך וועל פרעגן שאלות און ווארימער וועט ענטפערן, אזוי אז ער וועט זיך קענען ארויסגעבן מיט זיין שיטה לויט זיין באקוועמליכקייט, ויראה הקהל למי החותמת ולמי הפסילים.
מיר בעטן פון יעדן איינעם, אז מען זאל בשום אופן נישט מגיב זיין אין דעם אשכול, נאר לאזן דא דער דיאלאג געפירט ווערן על צד היותר טוב.
ובזה החלי:
ווארימער, ביזט גרייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 18:01 |
|
| |
שלום עליכם, ר' אלעסגוט נ"י.
השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין "ווארים" און "אלעס-גוט" פאר אונז און פאר אלע יודען.
ווי איך פארשטיי, האסטו פארשידענע פראגן בנוגע די מסירת'נפש-דיגע אקטיוויטעטן פון די שלוחי ציבור, וועלכע ארבעטן יומם ולילה בקצוי תבל, למען "קידוש השם" ולמען "הצלת ישראל", ווי די וועלט רופט זיי מיטן נאמען "נטורי קרתא".
איך וועל מיך אי"ה אנשטרענגן כיד ה' הטובה עלי, קלארצושטעלן אויף בעסטן אופן מעגליך, די תוכן הפעולות, די עררייכונגען, די תורה'דיגע אונטערלאגע אויף וואס די פעולות זענען באזירט, די היסטארישע איינשטומיגע מסורה, און ווי אויך קלאר-צושטעלן די שיטות המתנגדים למיניהם אנגעהויבן פון די עקסטרעמע מזרחי ביז צו די קנאי'שע סאטמארע יודן, וועלכע שטעלן זייער התנגדות אין נאמען פון "רבי'ן זכרונו לברכה" (מרן הגה"ק בעל ויואל משה - ודברי יואל זצוקלל"ה).
כ'האף אז דער 'דיאלאג' וועט ברענגן די ריכטיגע ערפאלגן, אריינצוברענגן דעם ציבור אין א גאר וויכטיגע וואס נוגע דעם גאנצן "כלל ישראל", און ווערט נישט באהאנדלט מיטן ריכטיגן אחריות וואס פאסט פאר אזא קריטישע טעמע.
אדרבא ר' "אלעס-גוט" נ"י, לאמיר די זאך טאקע דיסקוסירן לארכה ולרחבה, און "ירא הקהל וישפוט למי החותם-אמת ולמי הפסילים".
וואס קען איך אייך העלפן ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 04:47 |
|
| |
בעזרת השם יתברך וועלן מיר אנהויבן מיט דער דיאלאג.
איידער מיר הויבן אן וויל איך קלארשטעלן עטליכע נקודות וואס זענען דורכגעשמועסט געווארן צווישן מיר מיט ווארימער, פאר דער באקוועמליכקייט פונעם ציבור:
א: עס וועט נישט נעמען מער פון 24 שעה צווישן די שאלות ותשובות, כדאי דער ציבור זאל קענען לייכט מיטהאלטן און פארשטיין.
ב: די שאלות ותשובות זאלן זיין קורצע זאצן און נישט מיט קיין אריכות, צו די באקוועמליכקייט פונעם ציבור.
ג: עס וועט געפרעגט ווערן עטליכע שאלות אויף אמאל, כדאי מערערע זאכן זאלן קענען באהאנדלט ווערן.
לידיעת הציבור: דער דיאלאג וועט איבערגעזעט ווערן אויף די ענגלישע שפראך, וואו עס וועט באשריבן ווערן אין צייטונגען.
ולסיום: ביטע נישט אריינרעדן און מגיב זיין אין דעם אשכול, אין פאל איר ווילט מגיב זיין, ביטע עפנט א נייעם אשכול דערפאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 05:37 |
|
| |
לאמיר אצינד אנהויבן.
איידער מיר גייען צו, צו די אקטיוויטעיטן פון נטורי קרתא, און צו די שיטות פון די נטורי קרתא, לאמיר קודם זען "ווער" נטורי קרתא איז:
א) וועמען פארטרעט נטורי קרתא? - גאנץ כלל-ישראל, האלב כלל-ישראל, א חלק, עטליכע אידן... שמועס אויס מער פונקטליכער (אין עטליכע ווערטער אדער אין א קורצע זאץ) "וועמען פארטערט נטורי קרתא"?
ב) ביזטו (ווארימער) איינשטומיג מיט אלע פעולות פון די נטורי קרתא, אדער איז פאראן עטליכע זאכן וואס דו דינגסט זיך מיט זיי? - אויב יא - וואס?
ג) ווער איז דיין מורה-דרך אין אלע אקטיוויטעטן פון די נטורי קרתא (אויב דו האסט נישט א מורה-דרך, דאן שרייב אז דו האסט נישט)?
ד) נעמען די נטורי קרתא אן אלע דיעות און השקפות פון דער מורה דרך?
ה) זענען אלע נטורי קרתא פאראייניגט אונטער דער זעלבער פירערשאפט אדער איז פאראן דיפערענצן צווישן זיי?
ו) ווער איז דער הויפט מחליט אין אלע פעולות פון די נטורי קרתא?
ז) אצינד שטעל פאר אין קורצע ווערטער (פינף שירות מאקסימום) די שיטה פון די נטורי קרתא בנוגע דער מדינת ישראל קאנפליקט?
תוקן על ידי אלעסגוט ב- 03/01/2010 05:45:29
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 07:38 |
|
| |
א) וועמען פארטרעט נטורי קרתא? - גאנץ כלל-ישראל, האלב כלל-ישראל, א חלק, עטליכע אידן... שמועס אויס מער פונקטליכער (אין עטליכע ווערטער אדער אין א קורצע זאץ) "וועמען פארטערט נטורי קרתא"?
"נטורי קרתא" פארטרעט דעם תורה'דיגן שטעלונג פון יודן ווי צו באהאנדלן דעם ענין פון "גלות" כלפי די גוים.
רוב מנין ובנין פון ארטאדאקסישן כלל ישראל זענען איינשטימיג מיט די פאלגענדע 5 פונקטן.
1) - יודן זענען אין "גלות" עד היום דורכ'ן ציווי ה'.
2) - זיך שלאגן אדער רייצען מיט גוים איז קעגן די תורה.
3) - אויב מ'האט א פראבלעם מיט די אוה"ע, איז דער דרך "שוחד והכנעה".
4) - מען דארף טוען וואס מען קען מקדש זיין שם ה', ווען עס ווערט מחולל בשם ישראל.
5) - ווען יודן זענען אין א סכנה דארף מען טוען וואס מ'קען צו ראטעווען.
אין דעם הינזיכט בכלליות קען מען זאגן אז זיי פארטרעטן דעם גאנצן יהדות החרדית, אבער און פאקט זענען א גרויסער פערצענט ארטאדאקסישע יודען נישט מיט זיי איינשטימוג, ווייל לויט זייער (נישט ריכטיגע) מיינונג טוט נט"ק פארשטארקן די סכנה.
ב) ביזטו (ווארימער) איינשטומיג מיט אלע פעולות פון די נטורי קרתא, אדער איז פאראן עטליכע זאכן וואס דו דינגסט זיך מיט זיי? - אויב יא - וואס?
בכלליות בין איך איינשטימוג, אבער בפרטיות האלט איך אז כלפי די יודן דארפן זיי מאכן א בעסערן דזשאב אויף "פאבליק רילעישאנס, מ'זאל זיי בעסער פארשטיין וואס זיי טוען למען "הצלת ישראל", זיי זאלן נישט אויסקוקען אזוי ראדיקאל, און כלפי די גוים דארפן זיי ארבעטן אביסל מער פראפעשינאל.
ג) ווער איז דיין מורה-דרך אין אלע אקטיוויטעטן פון די נטורי קרתא (אויב דו האסט נישט א מורה-דרך, דאן שרייב אז דו האסט נישט)?
די מורי דרך האנט צוטאג אויף די פעולות זענען בעיקר, הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א אין אמעריקא, און הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א אין ענגלאנד, וואס זיי האבן דורכ'גערעדט די אלע פעולות מיט יבדלח"ט כ"ק הגה"צ רבי רפאל בלום מקאשוי זצוקללה"ה, און כ"ק הגה"צ רבי חנינא אברהם לייטנער ממאנטיווידעא זצוקללה"ה.
ד) נעמען די נטורי קרתא אן אלע דיעות און השקפות פון דער מורה דרך?
די יסודות זענען אוועקגעשטעלט געווארן לויט די דערמאנטע מורי דרך, און עס פארט ווייטער אויף די שינעס.
ה) זענען אלע נטורי קרתא פאראייניגט אונטער דער זעלבער פירערשאפט אדער איז פאראן דיפערענצן צווישן זיי?
די נט"ק וועלכע זענען אין די פעולות פון גיין צו די אראבער זענען בכלליות פאראייניגט.
ו) ווער איז דער הויפט מחליט אין אלע פעולות פון די נטורי קרתא?
הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א, און הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א.
ז) אצינד שטעל פאר אין קורצע ווערטער (פינף שירות מאקסימום) די שיטה פון די נטורי קרתא בנוגע דער מדינת ישראל קאנפליקט?
דער קאנפליקט איז נישט קיין יודישער תורה'דיגער קאנפליקט (הגם אידן זענען דערין פארמישט), עס איז געבויעט אויף די יסודות פון די אפיקורסים הערצל און זשאבוטינסקי וכו', עפ"י תורה דארף גאנץ אר"י אונטערגיין אונטער א גוי'שען שלטון, ווער עס וויל קען בלייבן דארט וואוינען "בהכנעה ובשלום" אונטער די אראבער ווי יודען וואוינען היינט אין תימן, מאראקא, אא"וו, וועמען עס געפעלט נישט האט א ברירה צו וואוינען אין ענגלאנד, קענעדע, אסטראליע, אמעריקא, אא"וו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 08:08 |
|
| |
עס מוז גלייכצייטיג קלאר באטאנט ווערן:
די צוויי גדולי ישראל משיירי כנה"ג וועלכע זענען געווען די רוקן-ביין פון נט"ק, ה"ה, כ"ק הגה"צ מקאשוי זצוק"ל און כ"ק הגה"צ ממאנטעווידעא זצוק"ל, האבן קלאר געהאלטן אז די אלע פעולות פון נט"ק בנוגע "שלום, פיוס והכנעה" כלפי די אראבער, זענען הונדערט פערצענט איינשטימוג און באזירט אויף די אויסגעטראטענע יסודות פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, לויט די הייליגע שיטה וואס ער האט אוועקגעשטעלט אין זיין ספר הק' ויואל משה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 19:49 |
|
| |
לאמיר אצינד אריבערגיין צו די אראבער זעלבסט (דארט ווי איך שרייב אז איר זאלט אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס, ביטע צייכנט עס בלויז אן ביים נאמען, אן קיין איבעריגע הסברים): געדענק: די שו"ת (אפילו אין פאל אז איר ענטפערט נישט) וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, וואו מיליאנען גוים וועלן עס ליינען:
א) וואס איז אייער מיינונג איבער די מוסלומעינער רעליגיע בכלליות? (ביטע אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס)
1) זייער חשוב און פיין 2) פאזעטיוו 3) נישט גוט און נישט שלעכט 4) פון איין זייט גוט און פון דער אנדערע זייט שלעכט 5) שלעכט 6)ימח שמם וזכרם - אויסגעריסן זאלן זיי ווערן 7) קען נישט זיין ערגער
ב) אויב האט א איד א ברירה, אדער צו זיין א איד - א ציוני וואס גלויבט אין אתחלתא דגאולה און אין שלימות הארץ, אדער צו זיין א גלויביגער מוסלומענער, וואס זאל ער ענדערש טון? (וועל אויס איינע פון די צוויי אפציעס) 1) איד 2 ) מוסלומענער
ג) אויף שאלה ב'; ביטע מסביר זיין פארוואס (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שירות):
ד) וואס איז דיין מיינונג איבער מוחמד? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס): 1) זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח
ה) אויף שאלה ד'; זיי קלארער מסביר דיין שטעלונג (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שורות)
ו) לאמיר אריבערגיין צו ימות המשיח: ווען משיח וועט קומען, וואס וועט געשען דעמאלס מיט די אראבער?
ז) וועלן דאן די אראבער בלייבן אין ארץ-ישראל, אדער וועט מען זיי ארויסווארפן?
ח) וואס וועט מען טון מיט זייער מעטשעט אויפן הר-הבית? - וועט מען עס חרוב מאכן? - ארויסטרייבן די אראבער פון דארט? - הרג'ענען? - וואס פונקטליך?
תוקן על ידי אלעסגוט ב- 03/01/2010 20:20:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:20 |
|
| |
?????????
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:51 |
|
| |
שוין פארראכטן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 23:02 |
|
| |
לאמיר אצינד אריבערגיין צו די אראבער זעלבסט (דארט ווי איך שרייב אז איר זאלט אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס, ביטע צייכנט עס בלויז אן ביים נאמען, אן קיין איבעריגע הסברים):
געדענק: די שו"ת (אפילו אין פאל אז איר ענטפערט נישט) וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, וואו מיליאנען גוים וועלן עס ליינען:
א) וואס איז אייער מיינונג איבער די מוסלומעינער רעליגיע בכלליות? (ביטע אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס)
1) זייער חשוב און פיין 2) פאזעטיוו 3) נישט גוט און נישט שלעכט 4) פון איין זייט גוט און פון דער אנדערע זייט שלעכט 5) שלעכט 6)ימח שמם וזכרם - אויסגעריסן זאלן זיי ווערן 7) קען נישט זיין ערגער
ב) אויב האט א איד א ברירה, אדער צו זיין א איד - א ציוני וואס גלויבט אין אתחלתא דגאולה און אין שלימות הארץ, אדער צו זיין א גלויביגער מוסלומענער, וואס זאל ער ענדערש טון? (וועל אויס איינע פון די צוויי אפציעס)
1) איד 2 ) מוסלומענער
ג) אויף שאלה ב'; ביטע מסביר זיין פארוואס (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שירות):
ד) וואס איז דיין מיינונג איבער מוחמד? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):
1) זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח
ה) אויף שאלה ד'; זיי קלארער מסביר דיין שטעלונג (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שורות)
ו) לאמיר אריבערגיין צו ימות המשיח: ווען משיח וועט קומען, וואס וועט געשען דעמאלס מיט די אראבער?
ז) וועלן דאן די אראבער בלייבן אין ארץ-ישראל, אדער וועט מען זיי ארויסווארפן?
ח) וואס וועט מען טון מיט זייער מעטשעט אויפן הר-הבית? - וועט מען עס חרוב מאכן? - ארויסטרייבן די אראבער פון דארט? - הרג'ענען? - וואס פונקטליך?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 23:21 |
|
| |
אצינד ר' אלעס-גוט נ"י - בעפאר מיר גייען אריבער בעזה"י צו די נעקסטע פאזע פונעם דיאלאג, לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל, און הערן דיין מיינונג איבער די פאלגענדע פראגעס:
א) - ביזטו מודה צו די 5 פונקטן וועלכע איך האב אוועקגעשטעלט, אז דאס איז דא אנגענומענע מיינונג פון רוב מנין ובנין פונעם יהדות החרדית (חוץ מזרחי) ?
ב) - אויב דינגסטו דיך אויף איינע פון די 5 ביטע זאג וועלכען, און זיי מסביר דיין שטאנדפונקט ?
ג) - וואס איז דיין מיינונג כלפי נט"ק בכלליות (ענטפער אויף נאר איינס פון די אפציעס): (1) שטארק צופרידן (2) טאטאל מתנגד (3) האלב צופרידן, האלב מתנגד.
ד) - ביטע ערקלער דיין ענטפער אויף שאלה ג' ?
ה) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די כח הוראה פון כ"ק הגה"ק מקאשוי זצ"ל און כ"ק הגה"ק ממאנטיווידעא ?
ו) - האלסטו אז הרב בעק שליט"א און הרב כהן שליט"א זענען די ריכטיגע פערזאנען צו פארטרעטן אזא וויכטיגען צוועק פון הצלת ישראל און קידוש ה' (ענטפער אויף נאר איינס פון די אפציעס): (1) יא (2) ניין (3) אפשר.
ז) - ביטע ערקלער דיין ענטפער אויף פראגע ו'.
ח) - שטעל פאר (אין 5 שורות מאקסימום) די שיטה פון תורה'דיגן יודנטום בנוגע לייזן דעם קאנפליקט אין אר"י ?
ט) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, אויב מען האט א מעגליכקייט מפייס צו זיין די אראבער, און מודיע זיין אז די ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל ? (1) מצוה גדולה (2) עבירה חמורה ?
י) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, אויב מען האט א מעגליכקייט שתדל'ן ביי די אוה"ע (צב"ש אמעריקא, יו-ען, איירפאעישאן יוניאן, אד"ג, מבטל זיין דעם שלטון הציונות פון ארה"ק, און געבן דעם שלטון פאר די פאלעסטינער, און יודן זאלן דארט וואוינען בשלום והכנעה אונטער א גוי'שען אראבישן שלטון ? (1) מצוה גדולה (2) עבירה חמורה ?
י"א) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, כלפי דעם קיום המדינה בכלל ? (1) עס דארף שטיין ביז משיח קומט און נאר משיח אליין מעג דאס מבטל זיין (2) דער קיום המדינה יעדע רגע איז ביהרג ואל יעבור און מען דארף טוען וואס מען קען דאס פאליטיש בטל צו מאכן, בלי שום צער ונזק ליהודי מאמין ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 01:02 |
|
| |
לא כן אדוני...
איך פארמאג נישט קיין אייגענע מיינונג, און אפילו אויב יא איז מיין מיינונג קיינעם נישט מחייב, איך האב דיר שוין געשריבן פריוואט אז איך דין בלויז ווי א רעפארטער וואס גיבט דיר די געלעגנהייט זיך ארויסצושטעלן און ארויסברענגען דיין זייט.
אצינד האב איך דיר געפרעגט עטליכע שאלות, און איך בעט אז דו זאלסט זיך וויסנדיג מאכן דערפון און ענטפערן... ווייל עיני אלפים תלויים בהשאלות האלו...
קען זיין אז נאך דער אינטערוויו מיט דיר וועל איך שאפן מסקנות און ארויסקומען מיט מיינע אייגענע אפשאצונגען אויף די זאך... דעמאלס וועסטו האבן די געלעגנהייט מיר צו פרעגן שאלות.
יעצט – ביטע ענטפערן אויף די אויבנדערמאנטע שאלות.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 01:58 |
|
| |
אדוני נ"י, איך האב נישט קיין פראבלעם צו גיין ווייטער בעזהשי"ת לויט ווי דיר שמעקט, אבער איך מוז קלארשטעלן צוויי נקודות:
1) דאס איז דערווייל נישט קיין "דיאלאג", נאר א איינזייטיגער "אינטערוויו", (באמת וואלט איך געוואלט הערן דעם צווייטן צד אויך).
2) איך בין נישט קיין ספאוקסמאן און איך טוה נישט פארטרעטן נט"ק אין דעם אינטערוויו, אמת דאס איך בין א שטארקער נט"ק "סימפאטיקער", אבער נישט זייער "פארטרעטער", און איך וועל פראבירן לויט מיין פארשטאנד צו ענטפערן די שאלות אי"ה אויפן בעסטן אופן.
יעצט וועלן מיר זיך נעמען צו די פראגעס:
לאמיר אצינד אריבערגיין צו די אראבער זעלבסט (דארט ווי איך שרייב אז איר זאלט אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס, ביטע צייכנט עס בלויז אן ביים נאמען, אן קיין איבעריגע הסברים): געדענק: די שו"ת (אפילו אין פאל אז איר ענטפערט נישט) וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, וואו מיליאנען גוים וועלן עס ליינען:
א) וואס איז אייער מיינונג איבער די מוסלומעינער רעליגיע בכלליות? (ביטע אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס)
1) זייער חשוב און פיין 2) פאזעטיוו 3) נישט גוט און נישט שלעכט 4) פון איין זייט גוט און פון דער אנדערע זייט שלעכט 5) שלעכט 6)ימח שמם וזכרם - אויסגעריסן זאלן זיי ווערן 7) קען נישט זיין ערגער. קיין איינס פון די אפציעס (זעה מיין תשובה אויף פראגע ד').
ב) אויב האט א איד א ברירה, אדער צו זיין א איד - א ציוני וואס גלויבט אין אתחלתא דגאולה און אין שלימות הארץ, אדער צו זיין א גלויביגער מוסלומענער, וואס זאל ער ענדערש טון? (וועל אויס איינע פון די צוויי אפציעס) 1) איד 2 ) מוסלומענער קיין איינס פון די אפציעס (זעה מיין תשובה אויף פראגע ג').
ג) אויף שאלה ב'; ביטע מסביר זיין פארוואס (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שירות): א יוד האט נאר איין איינציגע אפציע: צו זיין הונדערט פערצענט געטריי צו דת משה וישראל אן קיין שום פשרות. אבער עס איז בלתי שום ספק אז ס'איז קיין פארגלייך, איינער וואס איז א מאמין בהשי"ת ובנבואת משרע"ה, נאר ער איז זיך טועה אין ענין פון מצות ישוב אר"י, אדער אין סדר הגאולה, און האלט בטעות אז מען מעג פירן קריגעריי מיט די גוים נגד התורה, (צוליב זיינע פארדרייטע רבי'ס און פאלשע שיטות) צו איינעם וועלכער איז א משומד וואס האט אינגאנצן איבערגעלאזט דעם יודישען גלויבונג.
ד) וואס איז דיין מיינונג איבער מוחמד? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס): 1) זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח. אפציע נומער 2 - (באזירט אויך די הייליגע ווערטער פון רמב"ם - זעה שאלה ה').
ה) אויף שאלה ד'; זיי קלארער מסביר דיין שטעלונג (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שורות). איך קען נאר מעתיק זיין דעם לשון פון הייליגן רמב"ם, וואס ער זאגט אויף מוחמד און איסלאם אז דאס האט השי"ת צוגעלאזט, כדאי אוועק-צונעמען די גוים פון כפירה און ע"ז און אנגרייטן די וועלט צום זמן פון משיח, וזה לשון קדשו: (הל' מלכים פ' י"א – דפוס שבתי פרנקל) אבל מחשבות בורא עולם אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו, אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (צפני' ג', ט').
ו) לאמיר אריבערגיין צו ימות המשיח: ווען משיח וועט קומען, וואס וועט געשען דעמאלס מיט די אראבער? מען דארף נישט מער פונעם פסוק אין צפני' וואס דער פריער-דערמאנטער רמב"ם ברענגט: "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" ( צפני' ג' ,ט'). – אלע אראבער, אמעריקאנער, פראנצויזען, טערקען, איראנער, בראזיליאנער, רומענער, אא"וו, וועלן דינען השי"ת מיט אחדות.
ז) וועלן דאן די אראבער בלייבן אין ארץ-ישראל, אדער וועט מען זיי ארויסווארפן? ווען משיח וועט קומען וועלן אלע באשעפענישן (ובתוכם די אראבער) זיין איין גרויס פאלק וואס דינט השי"ת, די גאנצע וועלט וועט האבן קדושת ארץ ישראל, ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונו בלבב שלם, כי לך תכרע כל ברך תשבע כל לשון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י, וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה.
ח) וואס וועט מען טון מיט זייער מעטשעט אויפן הר-הבית? - וועט מען עס חרוב מאכן? - ארויסטרייבן די אראבער פון דארט? - הרג'ענען? - וואס פונקטליך. אויפן הר הבית וועט אראפקומען פון הימל דער ביהמ"ק השלישי בנוי ומשוכלל, און אלע גוים (ובתוכם די אראבער) וועלן אנערקענען אז דאס איז דעם באשעפערס הויז, און זיי וועלן דארטן קומען מתפלל זיין, ווי דער נביא זאגט (ישעי' נ"ו) כי ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים. – פונקטליך וויאזוי ס'וועט צוגיין וועלן מיר אי"ה בקרוב געוואויר ווערן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 03:56 |
|
| |
אקעי, זייער פיין געענטפערט; אצינד לאמיר גיין ווייטער:
בנוגע הערן א צווייטע צד, האב איך דיר שוין געענטפערט אין אישי...
לעולם האב איך שוין געוואלט גיין ווייטער און ארומרעדן מער איבער די נטורי קרתא זעלבסט, אבער לתועלת פון די ליינער – וועלכע ווילן מער קלארער ארויסהאבן די שיטות פון די נטורי קרתא, ווילן מיר קודם אביסל קלארשטעלן די פריעדיגע נקודות און די תשובות וואס דו האסט געענטפערט:
בעצם זענען די תשובות איינגעטיילט; פון אלף ביז ה' איז געבויט אויף איין יסוד פונעם רמב"ם, און פון ואו ביז ח' איז געבויט אויף א צווייטע יסוד...
מיר וועלן אנהויבן מיט שאלה ד', וויבאלד דאס איז דער יסוד פון דיין ענטפער:
א) לאמיר פרעגן די זעלבע שאלה אויף יושע הנוצרי: וואס איז דיין מיינונג איבער יושע? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):
זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה, ממזר און מנובל 6) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א ממזר און מנובל
ב) זיי מסביר דיין שטעלונג, נישט מער פון פינף שורות
ג) לאמיר צוריקגיין צו מוחמד, אבער נישט רעדן פון וואס ער האט אויפגעטאן, נאר פון אים אליין; וואס האלסטו איז ער געווען? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):
1) זייער פאזעטיוו 2) א נארמאלער פיינער מענטש 3) א שוטה 4) א שוטה, און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח
ג) זיי מסביר דיין שטעלונג, נישט מער פון פינף שורות
ד) וואו למעשה געפינט זיך יעצט מוחמד? (ענטפער אויף איינע פון די אפציעס)
1) גן-עדן – באקומט שכר פון הימל 2) גהינום – באקומט שטראף
ה) זיי מסביר דיין שטעלונג, נישט מער פון פינף שורות
ו) אויף די ערשטע שאלה, איבער דיין מיינונג אויף די מוסלומענער רעליגיע, האבן מיר נישט באקומען קיין קלארע תשובה; איז דער פשט אז דו האלסט אז עס איז נישט אזוי געפערליך צו האלטן אין דאס וואס זיי האלטן? – עס ווערט נישט פאררעכנט אלס א גרויסע עבירה? – אדער איז עס יא א גרויסע זינד צו גלויבן אין זייערע זאכן? – ביטע זיי מסביר אין ווייניגער פון פינף שורות
ז) אויף די פריעדיגע שאלות ב' און ג', אויב עס איז ענדערש צו זיין א איד א ציוני ווי א גלויביגער מוסלומענער, האסטו געענטפערט אז א איד דארף זיין א מאמין בה' מיטן גאנצן הארץ, אבער האסט דארט געשריבן וזה לשונך: "עס איז בלתי ספק אז ס'איז קיין פארגלייך, איינער וואס איז מאמין בהשי"ת ובנבואת משרע"ה, נאר ער איז זיך טועה אין ענין פון מצות ישוב אר"י, אדער אין סדר הגאולה, און האלט בטעות אז מען מעג פירן קריגעריי מיט די גוים נגד התורה, (צוליב זיינע פארדרייטע רבי'ס און פאלשע שיטות) צו איינעם וועלכער איז א משומד וואס האט אינגאצן איבערגעלאזט דעם יודישען גלויבונג."
אצינד איז מיין שאלה: צו מיינט דאס אז א איד א ציוני איז פארט בעסער ווי א משומד א גלויביגער מוסלומענער? – אדער אפשר האסטו געמיינט צו זאגן פארקערט, אז א גלויביגער מוסלומענער איז בעסער פון א ציוני וואס האט די פארקרימטע שיטות?
ביטע זיי מסביר אין ווייניגער פון פינף שורות.
אין די קומענדיגע סעריע וועל איך זיך מער באנעמען אויף די צווייטע חלק פון דיינע תשובות, איבער ימות המשיח און ווי אזוי עס וועט דעמאלס אויסקוקן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 06:22 |
|
| |
לא כן אדוני !
איך האב דיר נאכגעגעבן צו פירן אן "אינטערוויו" אנשטאט א "דיאלאג", אבער נאר בנוגע די "השקפה" און "פאקטישע פעולות" פון נטורי קרתא, די שאלות וועלכע די שטעלסט דא אוועק האט קיין שום שייכות נישט מיט די נושא.
"נטורי קרתא" איז אויסשליסליך אוועקגעשטעלט צו באהאנדלן דעם תורה'דיגן בליק בנוגע ווי זיך צו פירן מיט גוים און "גלות" בכלליות, און וויאזוי צו באהאנדלן למעשה אויף תורה'דיגן גאנג דעם פאליטישען פראבלעם אינערהאלב דעם סכסוך פון די ציונים מיט די אראבער, די ריכטיגע דרכי שלום פיוס והכנעה.
די תורה'דיגע צוגאנג בנוגע דתות פון די פעלקער און זייערע גייסטליכע פירער איז א מסכתא פאר זיך, ס'האט נישט קיין שום שייכות צו די יסודות פון נט"ק, איך האלט נישט ביים דעבאטירן יעצט די נושא בשום פנים ואופן, כ'האב דיר נאר אנגעצייכענט דעם רמב"ם וועלכער איז דעם רבן של ישראל אין די י"ג עיקרי האמונה, וואס ער שרייבט בנוגע די ענינים, לענינינו 'איז די והותר !
אויך האלט איך נישט ביים דורכ'שמועסן יעצט דעם ענין פון ימות המשיח ולעתיד לבוא, ס'איז אויך מסכתא בפני עצמו, ס'האט נישט קיין שייכות צום ענין פון נטורי קרתא, איך האב דיר אנגעצייכענט אויפן שפוץ גאפל די פסוקי הנביאים, לענינינו איז דאס אויך די והותר !
ווילסטו באהאנדלן נט"ק זעלבסט, בין איך ווייטער גרייט צו דיסקוסירן, כיד ה' הטובה עלי !
לא פחות ולא יותר !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 06:43 |
|
| |
ר' ווארימער:
איר באגייט א גרויסן טעות.
שטעלט אייך פאר ווען איך ברענג אראפ דעם דיאלאג אין די גוי'אישע צייטונגען, און אלע זעען ווי אזוי איר ענטעפרט, וועט יעדער זען ווי אזוי איר ציט אייך ארויס און דאס אפלערנען אז איר האט נישט וואס צו ענטפערן... און למען האמת... אויב עס שטעלט זיך אזוי אפ, וועל איך עס אזוי צוברענגען און דאס וועט נישט שאפן קיין כבוד פאר נטורי קרתא...
איר דארפט פארשטיין נאך א זאך...
די זאכן וואס איך פרעג איז נישט סתם לקנטר אדער אבי-וואס; מיין פלאן איז בעצם צוצוקומען צו די פעולות און די השקפה ווי אזוי צו שליכטן דער מדינת ישראל קריזיס על פי תורה, אויף דער וועג פון נטורי קרתא, און ווי איר זעט איז דאס געווען מיין פלאן אין די קומענדיגע דאזע פון שאלות; אבער כדאי דער ציבור אידן און גוים זאלן פארשטיין וואס נטורי קרתא האלט און טראכט, איז דאס זייער וויכטיג ארויסצוהאבן (בפרט פאר די גוים).
דאס וואס איך פרעג אייך איז נישט לקנטר חלילה, נאר בלויז קלארער צו שטעלן דער גאנג פון נטורי קרתא, און פארשטיין וואס זיי ווילן טון... עס איז קריטיש וויכטיג דאס צו דעבאטירן...
אויסער דעם: ווען איר זאלט ווען קומען נאך די ערשטע פאר שאלות, און זיך אנרופן אט דער סטעיטמענט... נו, מילא... ס'איז טאקע אבסורד צו דעבאטירן נאר איין חלק און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די צווייטע, אבער מען קען עס פארשטיין...
וואס איר האט אבער דא געטאן, איז פשוט אריין אין די דיסקוסיע פון אנהויב און מיטאמאל זיך ארויסגעצויגן וואס דאס קען אפגעלערנט ווערן אלס נישט האבן וואס צו ענטפערן.... און נישט פארגעסן... דאס קענען ליינען טויזנטע גוים...
לאמיר אייך קלארשטעלן; איך וויל אייך נישט שווער מאכן, איך וועל אייך דעריבער זאגן אז אויב איר זענט ממשיך צו דעקן "אלע" שיטות און אלע זאכן פון נטורי קרתא, דאן פארקוק איך אויף דיין יעצטיגן ענטפער, און דאס וועט נישט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, אבער אויב איר וועט זיך נישט וויסנדיג מאכן דערפון, דאן מיינט דאס אז איר האט פשוט פארלוירן דעם דיאלאג און איר ציעט זיך ארויס, און דאן וועל איך עס איבערזעצן און מסביר זיין מיינע סברות כיד ה' הטובה עלי...
אלזא, התלר תלוי בצוורכם... לאזט נישט די זאך פאלן... חלילה...
 |
|
|
|
|
|