בית פורומים כל העולם כולו

סקאנדאל ! זאליס פארקויפן טריפה פלייש זייט חנוכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2010 20:20 לינק ישיר 
סקאנדאל ! זאליס פארקויפן טריפה פלייש זייט חנוכה

ביי די זאליס האט אויס געבראכן א מורא'דיגען שטורעם נאך דעם וואס מען איז געוואיר געווארן אז זיי פארקויפן שוין ספק טריפה פלייש זייט חנוכה.

ס'איז דא אפאר מיני קאטשקעס וואס מען שחט.
 קרית יואל האט די כשר'ע וואס הייסט "פויקן " ס'האט גויעלע פיסלעך
G&G האט גע'שחט'ן זייט חנוכה די קאטשקע וואס הייסט "מאסקוויע " ס'האט פינקע פיסעלך וואס דעס איז לויט רוב פוסקים טריפה.

די וואך האט א שוחט וואס ארבעט ביי G&G א.י.ע. געכאפט דעם פראבלעם אין ער האט תיכף אנגעהויבן צי מאכן געוואלדעס
די זאליס וואס שחט'ן דארטן האבן געזעהן אז ס'איז צרות האבן זיי גראד ארויס געלזאט די מעשה אז ס'איז קרית יואל .

למעשה האט קרית יואל קיינמאל נישט געהאט די צוויילהאפטיגע קאטשקעס.

דעס קומט שוין נאכדעם וואס זיי האבן גארנישט געטיען איבער צימות וגידין .
אין נאכדעם וואס זיי ניצן ניצן נישט קיין שטיין זאלץ.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 20:37 לינק ישיר 

די שאלה איז יעצט צי די לישקע וועט הייסן כשר'ן ווער עס האט געקויםט דעם פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 20:40 לינק ישיר 

די רעדסט פין כשר'ן.....
קודם זאל מען אויפהערן צו ניצען נאכדעם וועט מען רעדן וועגן כשר'ן


צומת הגידין האבען זיי קיינמאל נישט אויפגעהערט צו ניצן אין האבען נישט בודק געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 20:57 לינק ישיר 

ביי די זאליס איז נישט דא קיין געהריגער בעל מכשיר
זיי קויפן פלייש פין די גאס, זיי האבן נישט קיין באשטימטע פלאץ פין ווי זיי נעמען, זיי נעמען פין זשי ענד זשי
וויילאנד מארוויט
ר' ישראל חיים מנשה גייט שוין נישט
ר' לייביש זייט ער האט זיך פאריאר אריין געכאפט זיין האנט אין א מאשין גייט ער אויך שוין נישט.

דערווייל איז ביי די זאליס נישט איינער וואס נעמט ד פולע אחריות אויף זייער פלייש.
איז נישט קיין ווינדער אז ביי זיי קומען ארויס מכשולות א יעדן טאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 05:07 לינק ישיר 

די מצב אין כשרות ביי די זאלי פלייש איז איום ונורא.

עס האט נישט קיין שום הכשר, מען טוט דארט וואס מען ווילט, און אפילו ר' ישראל חיים מנשה וואס דארף געבן די הכשר, גייט נישט אהין נאר איינמאל א יובל, ער איז שוין נישט געווען ביי ווייליאנד 8 יאר, און מאנטריאל ביי זאלי טשיקן שחיטה איז ער נאך קיינמאל נישט געווען, ווייל ער האט שוין געשריבן אז עס איז נאר ממליחה ואילך.

ביי די בהמה פלייש איז אפגערעדט, ביי די זאליס בוטשער פארקויפט מען ארוגוויי פלייש, ווייל דאס איז די ביליגסטע פלייש, עס איז הפקר, מען טוט דארט וואס מען וויל, עס האט נישט קייין שום השגחה, די כשרות דארט איז לא יאומן כי יסופר, קיינער גיט נישט קיין הכשר, אזאך וואס מען טוט נישט אפילו ביי די שוואכסטע אידן ר"ל.

פאר א צוויי וואכן צוריק האבן די זאליס פארקויפט טשיקען פון מאנטריאל, וואס האט געהאט שרעקליכע מכשולות,
ובפרט איז לונגען געווען געלעכערט, און התאחדות האט עס נישט געלאזט ניצן, מען האט עס געשיקט קיין 82, און עס געגעבען פאר ביליגער, ווייל דארט נעמט מען אלעס אריין ווייל עס האט נישט קיין הכשר.

זייט וויסן ווען מען קויפט פלייש און די זאליס בוטשער סטאר, איז ווי מען קויפט פלייש ביי פעט מארק ל"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 15:39 לינק ישיר 


איך האב געמיינט זיכער אז מהר"א האט פארראכטן די גאנצע וועלט אין עניני כשרות פון פלייש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 15:45 לינק ישיר 

פאר די זאליס דארט אפאר יאר זיך ארויף צי כאפן אויפן וואגן
אזוי ווי חתונה תקנות וכו., זיי וועלן צי כשרות נאך מן הסתם איין טאג אנקומע דערצי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 20:49 לינק ישיר 

לויט ווי איך האב געהערט איז די גאנצע שעררי' אויף די 'קרית יואל' שחיטה ווייל אין אנדערע פלעצער שחט מען נישט דעם ספעציפישען עוף, און ר' אהרן האט גע'פסק'נט אז מען דארף נישט כשר'ן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 20:52 לינק ישיר 

נפל אפשר אין טאהש שחט'מען נישט קיין קאטשקעס...

דא אין אמעריקא שחט יעדער קאטשקעס, וויינלאנד, g&g מהדרין, מיעל מארט, מאנטריאל וכו'.

אזא פנים האבן אלע דיינע מעשות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 21:19 לינק ישיר 

יעדער שחט קאטשקעס, האסט מיר געהערט זאגן אז נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 21:19 לינק ישיר 

טראק זיי מברר ווייל לפי ידיעתי שעכט מען קאטשקעס נאר אויף איין פלאץ אין לאנג איילנד און יעדער שעכט דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 21:46 לינק ישיר 

על הגאולה GG ווינלאנד אין ק"י שעכטן קאטשקעס  


נפל פאר וועם האט ער געפסקנט אז מדארף נישט כשרן איינער האט עם בכלל געפרעגט ?  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 23:05 לינק ישיר 

ברעיקינג!

אין ליכט פון די נייע שערורי' אויף ק''י שחיטה, וואס קומט נאך א רייע פריערדיגע שערורי', האט ר אהרן געמאלדן אז ער טוישט ניגון ''מיר זענען טאקע נישט די בעסטע - אבער מיר פראבירן צו זיין די גרעסטע!''
ודברי פי חכם חן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/1/2010 00:33 לינק ישיר 

די ספין קוקט אויס צו זיין די ארבעט פין די 82 בוטשער אין ליכט פין די געפאלענע סעיל'ס ציליב די שווארע מצב אין כשרות פין זייער בוטשער, וואס אפי' לשיטתם איז די הכשר נאר ממליחה ואילך (וואס איז אגב שקר, זינט זיי האבען אויפגזאגט זייער משגיח תמידי ביי די מליחה אין גענומען עפעס א שוחט פין א פרעמדע קרייז זאל זיך אימקוקען א פאר מיניט צווישען איין שיפט אין צווייטען)
זיי כאפען נישט אז וועט זיי אויסקומען גרינגער אין ביליגער נאכצומאכען די הידורים ווי איידער ארויף צו ווארפען שמיץ אויף א צווייטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 05:03 לינק ישיר 

די מצב ביי די 82 ממליחה ואילך בוטשער איז זייער ביטער, עס פאלט שטיקער פון זיי.

סתם גאסן מענטשען ווי נאטראלע, פאפא'נע, וויזניץ וכו' גייען אוועק אין די מאסן פון זיי, ווען צוביסליך ווערן זייער געוואור די ביטערע שפל המצב אין כשרות וואס הערשט דארט.

עס איז היינט צוטאג די איינציגסטע בוטשער אין ווילי, וואס געפינט זיך אורגוואי פלייש!

און איז די איינציגסטע בוטשער אין ווילי וואס האט נישט קיין הכשר!

עס פאלט שטיקער פון זיי, דאס זעלבע איז מיט זייער בוטשער אין ב"פ, וואס שטייט ביים באנקראט, אין די זאליס הרג'נען זיך צווישן זיך צו מען זאל עס אפשפארן צו נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 19:14 לינק ישיר 

כ'גיי שוין נאך די מעשה זינט די סקאנדאל וואס איז פאבלעצירט געווארען אין מהרזל''ס פארום - אידישע געדאנק
די סקאנדאל וועלכע איז פאבלעצירט געווארען אין פארום פין א פאלטשע צעטיל וואס חסידי מהר''א זאלען האבען געזאלט ארויסגעגבן, ווי דארט שטייט אויך אז ס'איז געווען א מיטינג ביי מהר''א אין שטוב בנוגע דעם ענין - א זאך וואס יעדער קען זיך גרינג איבערצייגען אז ס'איז ליגענט אין נאך שקרים.

וויפיל כ'האב געגרינטעוועד אין דעם ענין, האב איך נאר געזעהן מער אין מער ווי נידריג עמיצער האט געדארפט זיין, אין סתם פאבריצין א מעשה כדי צו קענען באשמיצען דעם מערסט מהודר'דיגע בית השחיטה אין אמעריקא

עס קוקט טאקע אויס צו זיין די ארבעט פין די בוטשער אין וומ''ס וואס נעמט נישט אריין די קרית יואל'ע פלייש וועגן פאליטיק , אין דאס ברענגט דערצו אז קאסטומערס וועלכע זוכען דווקא יא די מהודר'דיגע פלייש גייען אוועק פין זייער בוטשער, אין זיי פארלירן לאנגיעריגע קאסטומער אפי' פין זייער אייגענע רייען, אין דאס ברענגט זיי ארויסצולאזען אין ליגענט נאכען צוויטען, מעשות וואס זענען ממש שקר, ממש לא הי' דברים מעולם.
דער בעסטער משל איז געווען טאקע די מעשה מיט די צומות הגידין, וואס דער משגיח אויף וועם מ'האט ארויפגלייגט דער סקאנדאל, ער אליין איז ארומגעלאפען איבעראל זאגען אז דווקא אין ק''י איז מען עס בודק.

עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם אין דארט האלט מען שוין אינמיטן פאברעצירן א מעשה אויף די טעקסאס פלייש אויך כאילו מיעל מארט לאזט עס נישט אריין אין זייערע זאלען ווען אין פאקט איז די גאנצע שחיטה אינטער מיעל מארט.....

די פשוט'ע פאקטען ווי עס זענען געווען מיט די קאטשקעס איז ווי פאלגענד, עס קען יעדער אליין'ס נאכגיין די פאקטען, אין כ'וועל שרייבען נעמען אז יעדער זאל זיי אליין'ס קענען פרעגן.

קאטשקעס איז א טייערע פלייש אין מענטשן ניצען עס נישט אזוי אין גרויסען, אין מ'שעכט עס נאר פין צייט צו צייט

פאריגע וואך דינסטוג האט א גרויסע פלייש דיסטריוטער באשטעלט א גרויסע קוואנטום קאטשקע פלייש ביי מהדרין פאלטרי (דאס האט אמאל געהייסען g&g אין האט אמאל באלאנגט פאר ר' מאיר הערש גרינבוים)
ווי נאר די קאטשקעס זענען אנגעקומען, האט איינער פין די ארטיגע שוחטים הרב  קליינמאן באמערקט אז דאס זענען נישט די זעלבע קאטשקעס ווי אייביג, אין מ'איז געגאנגען פרעגן דעם דיסטריביוטער וואס ער האט דא געשיקט, דער דיסטיביוטער האט גענטפרט אז ער האט געברענגט פשוט'ע קאטשעקעס אין ער האט אפי' נישט געוויסט אז ס'קען זיין א חילוק (ס'זעהט אויס זייער ענדליך צו די קאטשקע וואס מ'ניצט) אין האט ציגעלייגט אז ער האט אפי' גענועמן פין די זעלבע פלאץ וואס קרית יואל האט לעצטענס אויך גענומען פין דארט. (אין אויף דעם האבען זיי געבויט זייער ספין, אין פאקט האט ק''י טאקע שוין גענומען פין יענע פארעם אבער קלאר פארלאנגט וועלכע קאטשעקס זיי ווילן, אין זיי קענען עס פראווען פאר יעדן)
למעשה האט מען אנגעהויבען רופן אהין אין אהער, כדי געוואר צו ווערן וואס מ'דארף טוהן און אויב מ'מעג שחט'ן די קאטשקעס צו נישט, ביז הר''ר שלמה טאבאק א עלטערע שוחט (כ'מיין ער שחט שויט נישט היינט צו טאגס אין גרויסען) האט ג'עצה מ'זאל רופן הר''ר נח גפן פין קרית יואל וואס איז א שטארקע מומחה,
אין הר''ר אשר יעקב עקשטיין פין ק''י- פין די ארטיגע שוחטים האט אנגערופן ר' נח, אין ר' נח האט גלייך געזאגט אז זיי קוקען אייביג אויף די מויל אויב איז עס געל דאן איז עס די מסורה אין אויב איז עס פינק איז נישט די מסורה.
פארשטייט זיך אז מ'האט די גאנצע טראנספארט ''אויפן ראט פין ר' נח'' ציריקגעשיקט אין מ'האט יענע טאג שוין נישט ג'שחט'ן (מ'קען נישט באשטעלן א צווייטע טרעילער פין איין מיניט אויף די צווייטע)
יעצט אין מציאות האט דא מהרדרין געהאט א גרויסע געלט שאדען ווייל אלע ארבייער זענען אהיימעגעגאנגען.

למעשה די וואס ווארטען שוין אזוי לאנג צו קענען מאכען עפעס א מעשה אויף ק''י האבען הערשט סוף וואך געהערט פין די מעשה (כ'ווייס פין וועם, כ'וועל עס אבער נישט שרייבען שרייבן דא ברבים) אין געגאנגען מיט די מעשה.....,  אין זייער ניק אויף היידפארק האט אויפגעטייפט א צעטיל אין אריינגסקענט. (ער האט פארגעסן צו מאכען אפאר שיניום ס'זאל אויסקוקען אנדערש ווי די צומות הגידין פאשקעוויל) זיי האבען לכתחילה פראבירט אריינצומישען די שחיטה פין  'פלא פאלטרי' אבער פארשטייט זיך אז פלא האט עס גלייך אפגעלייקענט,

ווען מ'טראכט גיט אריין, וואס זייער ציל איז געווען, זענען זיי אינגאנצען משוגע? ווייסען זיי נישט איז יעדער נארמאלער מענטש קען זיך אליין גיין נאכפרעגן אין די קראנקייט פין א היידפארק סקאנדאל?
די ת' איז לכאורה צילען זיי טאקע אויף זייערע אייגענע מענטשן אז פאר זיי הייבען אן צו טראכטען פין זיכען א שטיקעל פלייש וואס איז אביסל מער מהודר זאל גלייך ''וויסען'' אז דארט איז אלעס..... ווייל ווי באקאנט גלייבן זייערע מענטשן יעדע סקאנדאל קעגן מהר''א אפגערעדט צו עס מאכט סענס צו נישט, צו עס קומט פין היידפארק צו פין דער איד, כידוע
ווי אויך קענען זיי באשטיין אז זייערע מענטשן זאלען קענען ארומגיין זאגען 'די סקאנדאלישע בית השחיטה', כאילו ס'דא א שמץ אמת אין די אלע שקרים.

אין פאקט דארף איך קיינעם נישט זאגען די מצב פין יענע בוטשער, וואס אנשטוט זיי זאלען זיך מיטכאפען מיטן ווינט אין אויך אנהייבען ארויפצוארבעטן זייער סטאנדארט אין כשרות וועלן זיי נאר זיכען אלע מיטלען יענעם אראפצוברענגן,
אנשטוט זיי זאלען פארלאנגען אז די בית השחיטה'ס פין ווי זיי נעמען זאל אכטונג געבן וואס פאר א שוחטים זיי נעמען אריין וועלן זיי ענדערש זיין פארנומען צו פאברעצירן סקאנדאלען אויף די מהורדר'דיגע שחיטה.
ווען אין פאקט האט יענע בוטשער נישט קיין שום הכשר, אפי' לשיטת' איז זייער הכשר נאר ממליחה ואילך (וואס איז אגב שקר ווייל רוב פלייש זאלצט מען אין די בית השחיטה נישט אין בוטשער.)

יעדער קען אליין'ס נאכגיין די אלע א''ד ווערטער
ווי אויך קען יעדער אליין רופן הגאון דומ''ץ קרית יואל שליט''א אדער הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט''א חבר בי''ד התאח''ר ואבד''ק מגד יהודה אין זיך איבערצייגען למי הפסולים....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סקאנדאל ! זאליס פארקויפן טריפה פלייש זייט חנוכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext