בית פורומים כל העולם כולו

סקאנדאל ! זאליס פארקויפן טריפה פלייש זייט חנוכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2010 19:21 לינק ישיר 

די צומות הגידין סקאנדאהל, אין נאמען פין א משגיח פין לעיקאוואד
http://www.mysatmar.com/docs/tzomas_hgidin.pdf







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 19:27 לינק ישיר 

דער פאקט איז א "ממליחה ואילך" איז נאך די אלס די בעסטע השגחה.

הערט פארוואס:

ביי א געהעריגע השגחה, דארף דער רב המכשיר בודק זיין צום אלעם ערשטן.
וועלכע עופות, אדער קאטשעקס האט מען דעליווערט. זענען זיי כשר'ע הינער.
נאכדעם הייבט זיך אן די ארבעט פון:
1) באקוקן דאס מעסער כסדר.
2) אבזערווירן דעם שוחט ביים שעכטן.
3) ביים בודק זיין אלערליי בדיקות הפנים והחוץ. 
4) ביים מנקר זיין.
5) ביים זאלצן,
6) די מערערע הדחות
7) און ביים באקוקן אלערליי שאלות וואס מאכט זיך טאג טעגליך.


ביי ממליחה ואילך, דארף דער רב המכשיר בודק זיין:
1) צי די פעקעדזשינג איז שיין.
2) צו די פרידזשידער איז גענוג קאלט.
3) צו די פלייש איז פריש.
4) וויפיל פעקלעך ער קען אהיימנעמען פריי פון אפצאל פאשטייצעך.
5) וויפיל ער האט געלייזט די וואך פון די שווערע ארבעט.


















זאגט איר, וועלכע דזשאב וואלט איר געוואלט באקומען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 19:29 לינק ישיר 

יונה די האסט יעצט א פנים ווי די בלאט מעשה אז איינער האט געקויפט פלייש אין 82 און "האט געשפירט אז די פלייש איז נישט געזאלצן"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 19:32 לינק ישיר 

וואס טייטש ממליחה ואילך... ביטע


מוזט נישט ענטפערן. איך פארשטיי פארוואס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 19:42 לינק ישיר 

יונה, די טענה'סט כסדר אז די ביסט אביסל באקאנט אין היסטאריע... זאגשע מיר ביטע, ווער האט איינגעפירט די "ממליח"... דער ערשטער סאטמאר רב? דער ברך משה? אדער ר' זלמן לייב? וועלכע פלייש האבן די דיין טאטע און דיין זיידע געגעסן ביז'ן עפענען ענקער בית השחיטה אין קרית יואל פאר 5 יאר צוריק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 19:50 לינק ישיר 

 דעמאלטס האט וומ''ס מוסדות בשותפות מיט די ב''פ אין ק''י מוסדות געהאט א משגיח תמידי ביים זאלצען אין וויינלאנד  אין דער ריח''מ פלעגט פין צייט צו צייט אריינקומען אין בוטשער אין זיך אומקוקען
היינט צו טאגס זענען ליידער נישט דא קיין איינס פין די 2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:05 לינק ישיר 

און היינט צו טאגס זאלץ מען שוין נישט די בהמות אין 82 ווי אמאל, נאר אלעס קומט רעדי צו גיין אפען שעלף.

היינט צוטאג איז שוין נישט דא די הכשר אין 82 פון ממליחה ואליך אויך נישט.

און מיינט נישט ווען עס איז יא געווען די ממליחה ואילך הכשר, איז ר' ישראל חיים מנשה געגאנען מאכן זיכער אז אלעס קלאפ, א נעכטיגען בוידעם.

היינט צו טאגס האלט עס ביי דעם אז די בוטשער פון 82 האט נישט קיין שום הכשר, און עס קומט אריין די שוואכסטע פליישן מכל הבא לידם, א בוטשער מיט די הכשר פון ou איז אסאך מער כשר ווי 82.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:17 לינק ישיר 

נפל כתב:
יונה, די טענה'סט כסדר אז די ביסט אביסל באקאנט אין היסטאריע... זאגשע מיר ביטע, ווער האט איינגעפירט די "ממליח"... דער ערשטער סאטמאר רב? דער ברך משה? אדער ר' זלמן לייב? וועלכע פלייש האבן די דיין טאטע און דיין זיידע געגעסן ביז'ן עפענען ענקער בית השחיטה אין קרית יואל פאר 5 יאר צוריק?


יונה האסט נישט גענטפערט מיין קשיא, ביטע ענטפער צום פינטל, דריי נישט מיטן צינג.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/01/2010 07:58:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 22:21 לינק ישיר 

וואס מיינט א הכשר ממליחה ואילך?
וואס טוט דער דומ"ץ, וואסערע השגחה האט ענקער פלייש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:24 לינק ישיר 

די היינטיגע טריפה פלייש פון 82 האט קיינער נישט געגעסען, נאר ר' זלמן לייב.

אמאל איז געווען ווער עס האט קער גענומען, און אזוי אויך די אנפירערס פונעם בוטשער ר' הלל דוד גאנץ, און ר' שמחה וויזענפעלד, זענען געווען ערליכע אידן.

אבער היינט די מצב הכשרות אין 82 איז אין א שרעקליכע נידריגע דיוטא התחתונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:35 לינק ישיר 

גראדע איז ידוע לכל אז ביז די טעקסעס פלייש המהודרת האט כ"ק רבינו שליט"א נישט געגעסן קיין בשר בהמה איבער 20 יאר. אן קיין גרידער אן קיין פרסום.

וויבאלד עס איז געווען לבו נקפו איבער פארשידענע זאכן, ובראש פון דעם מאכיל נבילות י. ג מיט די חלף פגומה וד"ל.

הגז"ל האט די גאנצע צייט געטאן וואס רעבע שימעלע האט געטאן:
געגעסן און גערוקט אויף ביידע באקען ב"ה - ביז ער איז ב"ה אויסגעוואקסן אזא כלי מפואר.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/01/2010 22:37:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:48 לינק ישיר 

יונה, ביים שרייבען אז רז"ל איז אויסגעוואקסן א כלי מפואר ווייל ער האט געגעסען די פלייש (זאגסט עס נישט גראב אבער מזעט אזוי פון דיינע ווערטרע) ביסטו מוציא לעז אויף דיך אליין. איך בין זיכער אז דו האסט אויך געגעסען און גערוקט אויף ביידע באקן, פונקט ווי רעבע שימעלע און רעבע זאלמען לייבעלע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:57 לינק ישיר 

האסט נאך אלס נישט גענטפערט מיין קשיא, ווילסט דרייען מיטן צינג סתם? ערלעדיגט

די סיסטעם פון ממליחה ואילך האט זיך נישט געטוישט זינט זי איז געווארן איינגעפירט דורך הרה"ק מסאטמאר ז"ל, ווייטער איז דאס נמשך געווארן דורך דעם ברך משה און ווייטער דורך "ביידע" זינען.

לעצטנס האט דער עלטערער זין געפנט א אייגענע שחיטה דעריבער שפירן זיינע חסידים פאר וויכטיג צו האקן אויף די וואס האבן "נישט" געפענט א אייגענע. ביז צום אייגענעם שחיטה האבן "אלע" ענקערע רבי'ס מיט זייערע חסידים (איר אייערע טאטעס און זיידעס) געגעסן "ממליחה ואילך"... מיטן קומען האקן אויף יענעם יעדן טאג מיט אנדערע לופטיגע מעשיות און לויזונגען מאכט איר חוזק פון זיך אליינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 23:05 לינק ישיר 

אמת אז די רבי שי"ע האט געמאכט די סיסטעם, אבער אויף גאר אנדערש, עס איז געווען א משגיח דארטן מטעם די מוסדות.
אזוי ווי די מקוה טהרה אין וומ"ס איז אויך געווען גוט, ביז מ'האט אויפגעהערט אריינצולאזן רבנים דארט. וועסטו מיר זאגן אז מטאר נישט האקן אויף דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 23:10 לינק ישיר 

די זעלבע טענה וואס ענק האבן יעצט קען 82 האט קאשויער רב ז"ל געהאט בשעתו:

אמת אז סאטמאר רב ז"ל האט איינגעפירט די סיסטעם, אבער זייט דעמאלט'ס האבן זיך געטוישט די סדרי ההשגחה, עס האבן זיך געטוישט די שוחטים, עס האבן זיך געטוישט די משגיחים. אייער רבי האט אויף דעם געזאגט... לאמיר אלע זאגן צוזאמען

עפ"

דעריבער זענט איר די לעצטע וואס האבן יעצט א רעכט צו קריטיקירן, בפרט ווען די קריטיק איז געבויעט אויף פארדארבענע פאליטיק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סקאנדאל ! זאליס פארקויפן טריפה פלייש זייט חנוכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.