| נשלח ב-5/1/2010 23:20 |
|
| |
דער מציאות איז אז א שוחט האט מוציא געווען נבילה מתחת ידו. און מ'האט עס ליידער מברר געווען.
מ'האט טאקע געמאכט שיינע שינויים, אבער זרילע גליק איז געווען פולקאם באלעבאס.
איז דער עלטערער זון, האט אפגעמאכט, איך קען זיך זיך ליידער נישט שלאגן, בין איך שטיל און איך עס נישט די פלייש.
דער יונגערער האט געטאן וואס אני הצעיר האט געטאן. געפרעסן !
וועגן דעם בין איך אין דו און רז"ל אויף היידפארק... און מיר זענען טאקע גרויסע אמעראצים.
און דער רבי פון קרית יואל האט באקומען דעם כתר תורה (כעדותו של הגר"ש וואזנער), און האט באוויזן צו מהדר די גרעסטע הידורים אין כשרות אין אמעריקע !
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:33 |
|
| |
שווער צו גלייבן אז ער האט מהדר געווען הידורים בו בזמן וואס נירבאטער רב פארלאזט זיך נישט אויף זיינע הידורים און ער לאזט נישט מיע'ל מאר'ט ניצן ענקער הדר...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:37 |
|
| |
כאפטס א שמייכעל
CONFIRMED!! Aronishe butcher in boro park removed from shelves the TREIFAH katchkas meat what came from Shchitah "Mehideres" of kj. וואס מיינט איר, קען זיך נישט יעדער איבערצייגען אז ס'איז פשוט שקר? זיי האבען נישט קיין פראבעלם אפי' במילתא דעבידא לגלי'
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:49 |
|
| |
| נפל כתב: |  | יונה, די טענה'סט כסדר אז די ביסט אביסל באקאנט אין היסטאריע... זאגשע מיר ביטע, ווער האט איינגעפירט די "ממליח"... דער ערשטער סאטמאר רב? דער ברך משה? אדער ר' זלמן לייב? וועלכע פלייש האבן די דיין טאטע און דיין זיידע געגעסן ביז'ן עפענען ענקער בית השחיטה אין קרית יואל פאר 5 יאר צוריק?
יאנקל\יונה האסט נישט גענטפערט מיין קשיא, ביטע ענטפער צום פינטל, דריי נישט מיטן צינג. |
|
כ'וועל דיר נאכמאל ענטערפן
דעמאלטס האט וומ''ס מוסדות בשותפות מיט די ב''פ אין ק''י מוסדות געהאט א משגיח תמידי ביים זאלצען אין וויינלאנד אין דער ריח''מ פלעגט פין צייט צו צייט אריינקומען אין בוטשער אין זיך אומקוקען
היינט צו טאגס זענען ליידער נישט דא קיין איינס פין די 2
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:54 |
|
| |
קען איינער ברענגן א קאפיע פינעם ספר פין נירבאטור רב ווי ער ברענגט דארט א בריוו פין גליק אז מ'האט געלזאט ביז ''20'' סירכוס........
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:54 |
|
| |
אַהַאַ, יעצט פארשטיי איך, אויב דעמאלט'ס איז דאס געווען צוזמאען מיט קרית יואל איז אלעס געווען כשר וישר, היות היינט איז דאס נישט צוזאמען מיט קרית יואל איז דאס שוין טריפה...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:17 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | כ'גיי שוין נאך די מעשה זינט די סקאנדאל וואס איז פאבלעצירט געווארען אין מהרזל''ס פארום - אידישע געדאנק
די סקאנדאל וועלכע איז פאבלעצירט געווארען אין פארום פין א פאלטשע צעטיל וואס חסידי מהר''א זאלען האבען געזאלט ארויסגעגבן, ווי דארט שטייט אויך אז ס'איז געווען א מיטינג ביי מהר''א אין שטוב בנוגע דעם ענין - א זאך וואס יעדער קען זיך גרינג איבערצייגען אז ס'איז ליגענט אין נאך שקרים.
וויפיל כ'האב געגרינטעוועד אין דעם ענין, האב איך נאר געזעהן מער אין מער ווי נידריג עמיצער האט געדארפט זיין, אין סתם פאבריצין א מעשה כדי צו קענען באשמיצען דעם מערסט מהודר'דיגע בית השחיטה אין אמעריקא
עס קוקט טאקע אויס צו זיין די ארבעט פין די בוטשער אין וומ''ס וואס נעמט נישט אריין די קרית יואל'ע פלייש וועגן פאליטיק , אין דאס ברענגט דערצו אז קאסטומערס וועלכע זוכען דווקא יא די מהודר'דיגע פלייש גייען אוועק פין זייער בוטשער, אין זיי פארלירן לאנגיעריגע קאסטומער אפי' פין זייער אייגענע רייען, אין דאס ברענגט זיי ארויסצולאזען אין ליגענט נאכען צוויטען, מעשות וואס זענען ממש שקר, ממש לא הי' דברים מעולם.
דער בעסטער משל איז געווען טאקע די מעשה מיט די צומות הגידין, וואס דער משגיח אויף וועם מ'האט ארויפגלייגט דער סקאנדאל, ער אליין איז ארומגעלאפען איבעראל זאגען אז דווקא אין ק''י איז מען עס בודק.
עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם אין דארט האלט מען שוין אינמיטן פאברעצירן א מעשה אויף די טעקסאס פלייש אויך כאילו מיעל מארט לאזט עס נישט אריין אין זייערע זאלען ווען אין פאקט איז די גאנצע שחיטה אינטער מיעל מארט.....
די פשוט'ע פאקטען ווי עס זענען געווען מיט די קאטשקעס איז ווי פאלגענד, עס קען יעדער אליין'ס נאכגיין די פאקטען, אין כ'וועל שרייבען נעמען אז יעדער זאל זיי אליין'ס קענען פרעגן.
קאטשקעס איז א טייערע פלייש אין מענטשן ניצען עס נישט אזוי אין גרויסען, אין מ'שעכט עס נאר פין צייט צו צייט
פאריגע וואך דינסטוג האט א גרויסע פלייש דיסטריוטער באשטעלט א גרויסע קוואנטום קאטשקע פלייש ביי מהדרין פאלטרי (דאס האט אמאל געהייסען g&g אין האט אמאל באלאנגט פאר ר' מאיר הערש גרינבוים)
ווי נאר די קאטשקעס זענען אנגעקומען, האט איינער פין די ארטיגע שוחטים הרב קליינמאן באמערקט אז דאס זענען נישט די זעלבע קאטשקעס ווי אייביג, אין מ'איז געגאנגען פרעגן דעם דיסטריביוטער וואס ער האט דא געשיקט, דער דיסטיביוטער האט גענטפרט אז ער האט געברענגט פשוט'ע קאטשעקעס אין ער האט אפי' נישט געוויסט אז ס'קען זיין א חילוק (ס'זעהט אויס זייער ענדליך צו די קאטשקע וואס מ'ניצט) אין האט ציגעלייגט אז ער האט אפי' גענועמן פין די זעלבע פלאץ וואס קרית יואל האט לעצטענס אויך גענומען פין דארט. (אין אויף דעם האבען זיי געבויט זייער ספין, אין פאקט האט ק''י טאקע שוין גענומען פין יענע פארעם אבער קלאר פארלאנגט וועלכע קאטשעקס זיי ווילן, אין זיי קענען עס פראווען פאר יעדן)
למעשה האט מען אנגעהויבען רופן אהין אין אהער, כדי געוואר צו ווערן וואס מ'דארף טוהן און אויב מ'מעג שחט'ן די קאטשקעס צו נישט, ביז הר''ר שלמה טאבאק א עלטערע שוחט (כ'מיין ער שחט שויט נישט היינט צו טאגס אין גרויסען) האט ג'עצה מ'זאל רופן הר''ר נח גפן פין קרית יואל וואס איז א שטארקע מומחה,
אין הר''ר אשר יעקב עקשטיין פין ק''י- פין די ארטיגע שוחטים האט אנגערופן ר' נח, אין ר' נח האט גלייך געזאגט אז זיי קוקען אייביג אויף די מויל אויב איז עס געל דאן איז עס די מסורה אין אויב איז עס פינק איז נישט די מסורה.
פארשטייט זיך אז מ'האט די גאנצע טראנספארט ''אויפן ראט פין ר' נח'' ציריקגעשיקט אין מ'האט יענע טאג שוין נישט ג'שחט'ן (מ'קען נישט באשטעלן א צווייטע טרעילער פין איין מיניט אויף די צווייטע)
יעצט אין מציאות האט דא מהרדרין געהאט א גרויסע געלט שאדען ווייל אלע ארבייער זענען אהיימעגעגאנגען.
למעשה די וואס ווארטען שוין אזוי לאנג צו קענען מאכען עפעס א מעשה אויף ק''י האבען הערשט סוף וואך געהערט פין די מעשה (כ'ווייס פין וועם, כ'וועל עס אבער נישט שרייבען שרייבן דא ברבים) אין געגאנגען מיט די מעשה....., אין זייער ניק אויף היידפארק האט אויפגעטייפט א צעטיל אין אריינגסקענט. (ער האט פארגעסן צו מאכען אפאר שיניום ס'זאל אויסקוקען אנדערש ווי די צומות הגידין פאשקעוויל) זיי האבען לכתחילה פראבירט אריינצומישען די שחיטה פין 'פלא פאלטרי' אבער פארשטייט זיך אז פלא האט עס גלייך אפגעלייקענט,
ווען מ'טראכט גיט אריין, וואס זייער ציל איז געווען, זענען זיי אינגאנצען משוגע? ווייסען זיי נישט איז יעדער נארמאלער מענטש קען זיך אליין גיין נאכפרעגן אין די קראנקייט פין א היידפארק סקאנדאל?
די ת' איז לכאורה צילען זיי טאקע אויף זייערע אייגענע מענטשן אז פאר זיי הייבען אן צו טראכטען פין זיכען א שטיקעל פלייש וואס איז אביסל מער מהודר זאל גלייך ''וויסען'' אז דארט איז אלעס..... ווייל ווי באקאנט גלייבן זייערע מענטשן יעדע סקאנדאל קעגן מהר''א אפגערעדט צו עס מאכט סענס צו נישט, צו עס קומט פין היידפארק צו פין דער איד, כידוע
ווי אויך קענען זיי באשטיין אז זייערע מענטשן זאלען קענען ארומגיין זאגען 'די סקאנדאלישע בית השחיטה', כאילו ס'דא א שמץ אמת אין די אלע שקרים.
אין פאקט דארף איך קיינעם נישט זאגען די מצב פין יענע בוטשער, וואס אנשטוט זיי זאלען זיך מיטכאפען מיטן ווינט אין אויך אנהייבען ארויפצוארבעטן זייער סטאנדארט אין כשרות וועלן זיי נאר זיכען אלע מיטלען יענעם אראפצוברענגן,
אנשטוט זיי זאלען פארלאנגען אז די בית השחיטה'ס פין ווי זיי נעמען זאל אכטונג געבן וואס פאר א שוחטים זיי נעמען אריין וועלן זיי ענדערש זיין פארנומען צו פאברעצירן סקאנדאלען אויף די מהורדר'דיגע שחיטה.
ווען אין פאקט האט יענע בוטשער נישט קיין שום הכשר, אפי' לשיטת' איז זייער הכשר נאר ממליחה ואילך (וואס איז אגב שקר ווייל רוב פלייש זאלצט מען אין די בית השחיטה נישט אין בוטשער.)
יעדער קען אליין'ס נאכגיין די אלע א''ד ווערטער
ווי אויך קען יעדער אליין רופן הגאון דומ''ץ קרית יואל שליט''א אדער הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט''א חבר בי''ד התאח''ר ואבד''ק מגד יהודה אין זיך איבערצייגען למי הפסולים....
|
|
די סיבה פארוואס זיי האבן פאבריצירט די מעשה, איז ווייל זיי האבן געוויסט אז ס'וועט נעמען ביז דינסטאג פאר דיןתורה קלארצושטעלן די ריכטיגע פאקטן. חיי שעה הייסט אויך געלעבט.
און רעד דיר נישט איין אז 'אלע' זייערע מענטשן קויפן אפ די געבעקסן, אסאך פון זייערע נאכשלעפער וואס האבן נאך אביסל שכל, אדער די וואס רעדן צו סיי וועלכן רב וואס איז באקאנט מיט די פאקטן, לייגן פאליטיק אין א זייט, און זיכן דירעקט צו קויפן פון די מהודר'דיגע קרית יואל'ע פליישן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:20 |
|
| |
נפל
ביזט גערעכט
אימזינסט איז יעדע ת''ח ויר''ש מקפיד צו עסן דווקא פין די בית השחיטה המהודרת
אין אפי' די וואס קענען עס נישט אין מויל נעמען ציליב שנאה וועלן אבער נישט עסן פין 82, לדוגמא רש''ל וויינבערגער
אימזינסט אין ק''י די איינציגסטע בית השחיטה ''ווי מ'לאזט יעדן אריין'' אין יעדעם'ס הערא אדער חומרא ווערט ערנסט גענומען אין באטראכט.
ביזט נעבעך אזוי בלינד! ווי א קאטשקע אן די מסורה
תוקן על ידי rebyankel ב- 06/01/2010 00:23:49
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:29 |
|
| |
איך ווייס פאר א מציאות; קען זיין ס'א עקסטרעמע יוצא מן הכלל, אבער איך ווייס פון געוויסע אידן תלמידים וחסידים פון קאשויער רב זצ"ל וואס האבן קיינמאל געגעסן בשר בהמה, עסן יעצט די קרית יואל'ער בשר בהמה
איך וועל נישט באליידיגט ווערן אז מ'וועט מיר נישט גלייבן אבער איך ווייס עס ברור, איך קען די אידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:35 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  |
אימזינסט איז יעדע ת''ח ויר''ש מקפיד צו עסן דווקא פין די בית השחיטה המהודרת
|
|
אויב גלייבסטו דאס באמת איז דאס א סימן אז די ליינס ערליך "דער בלאט"
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:43 |
|
| |
איך קען אויך מערערע אזעלכע יודן אמת'ע מדקדקים וואס האבן אנגעהויבן עסן בשר בהמה און אגב כ'ליין נישט דער בלאט און אוודאי אויך נישט דעם גע'אסרט'ן דזשיד
|
|
|
|
|