בית פורומים אידישע געדאנק

ספעציעל פאר תורא'לע: אויסצוגן פון פארמעגליך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2010 21:47 לינק ישיר 
ספעציעל פאר תורא'לע: אויסצוגן פון פארמעגליך

אזוי ווי עס איז דא דא א ניק דין תורה וואס מיט זיין גרויסע "איי קיו" האלט ער אין איין שרייען נאכאמאל אז דוד עקשטיין מיט די גאנצע קהילה אין קרית יואל וואס האבן אלע יארן אנגעפירט טעראר אויף א שוידערליכע פארנעם בהסכמתו ובעידודו פונעם כלומפרשטען רב (פילע דרשות איז דא וואס ער פארענטפערט די בחורים פאר'ן ווארפן שטיינער וכו' וכו' וכו' והדברים עתיקין)

שרייט אונזער דין תורא'לע מורא'דיגע קלוגע ווערטער, דהיינו זיי זענען סך הכל געווען שלוחים פון ר' משה גבאי מיט ר' עזריאל גליק וואס זיי זענען געשטאנען אינטער יעדע שטעכעריי און שלאגעריי און אינטער יעדע העצערישע דרשה פון אהרן אויך..... זיי האבן אינטערגעצינדען ילד זיי האבן אלעס געטוהן,
 די וואוילע קהילה אין קרית יואל אין שפיץ פון דוד
עקשטיין זענען געווען וואוילע שעפעלעך זיי האבן מיט אלע כוחות פרובירט דאס אפצושטעלן (יא יא יעדער געדענקט), דער דוד האט זיך ממש איבערגעשטרענגט און אומערמידלעך געארבעט דאס אפצושטעלן (נתחדש בשנת תש"ע) אבער עס האט אים גארנישט געהאלפן, אלע טעראר אקטיוויטעיטן במשך עטליכע יאר אין א צי האט גארנישט געהאט מיט אהרן, אלעס איז געווען משה גבאי'ס שליח..........

בעצם ווייסט ער אויך וואס איז פארגעגאנגען פונקט אזוי ווי יעדער איינער ווייסט אבער אזוי ווי זיין געוויסן ביסן באדערט אים טוט ער אזוי ווי די וועלט זאגט "מען חזר'ט איבער א ליגענט אזויפיל מאל ביז מען גלייבט עס אליין" דעריבער ברענג איך דא אראפ עטליכע אויסצוגן פון פארמעגליך בנוגע דעם ענין

בעיקר ברענג איך אראפ עטליכע נקודות בענין:
די שריפה אין ילד שעשועים

[יעדער ווייסט אוודאי ווער פארמעגליך איז דאס איז איינער וואס האט באוויזן אויפצובאבלען די גאנצע ארוינישע קאך לעפל אזש אז זיי זענען געווען א גאנצן טאג ביזי אז "אונז הייבט נישט אן צו באדערן זיינע ארטיקלען"....]


גענומען פון געוועזענעם פורום "אחים אנחנו"
איבערזיכט אוואו מיר האלטן אצינד, נאך פסח תשנ"ט.

במשך ר' אהרןס דינסט אין סאטמאר תש"מ-תשנ"ט, האט ר' אהרן זיך איינגעקויפט שונאים אין סאטמאר פיל מער ווי ער האט געקענט דערהייבן. און קיין שונא איז אים נישט געווארען ווייל ער איז א גרויסער מוכיח צו א גרויסער לא תגירו'ניק. זיכער אז נישט. קיינער האט אים נישט פיינט ווייל זיי האבען געהאלטען ביי "איש כל הישר בעיניו יעשה", און ר' אהרן איז אים געשטאנען אין וועג.

דער מענטש האט אין שטעטעל קיינעם נישט ארויס געהאלפן אין צייט פון נויט און ער איז קיינמאל נישט געווען א אדרעסע פאר א איד מיט פראבלעמען. אויב ער האט אמאל געטון עפעס, איז עס געווען מיט פאליטישע חשבונות אז דער זאל וויסן און יענער זאל וויסן. דאס איז אויסער וואס ער האט אויף גערעגט די מענטשהייט מיט זיינע צענדליגער דרשות ווי ער האט אלץ דערמאנט נעמען רעכטס און לינקס און אראפ געריסען גאנצעטע משפחות. ער איז אזוי ווייט פון א דיפלאמאט, אזוי ווייט ווי ער איז פון גוטסקייט.

ער האט שונאים נאך פון די יארן וואס ער איז געווען בלויז דער ראש ישיבה וואו ער האט זיך אויפגעפירט ווי א אומבאזעצענער מענטש, אריין געפליקט פאר סיי ווער עס איז נאר אונטערגעקומען אין זיין מויל און האט גערעדט הויך פון אלעם און איבעראל. ער האט קיינעם נישט געלאזט קומען צום ווארט און ער פארמאגט זייער א שמאלען אוזן קשבת. ער איז נישט קוואליפיצירט צו דינען אלס א רב בישראל ווייל ער איז א האלבער אינוואליד אויפן מח.

זיין שייכות צו די בחורים אין די ישיבה איז בלויז באשטאנען צו די בחורים וואס האבן פארשטאנען זיין "דעת קודש" צו הארגענען און פלינדערען זיינע נישט גוטע פריינט. ער האט קיינמאל נישט מוחה געשטערט קיין עוולות וואס ער האט געוויסט פון פריער אז דאס גייט פארקומען און האט נאך דעם נישט מוחה געווען. פארקערט. ער האט ארויסגעוויזן א "תענוג רוחני" און א "קורת רוח" פאר די אלע בחורים וואס האבען אטייל גענומען אין די אלע פלינדערישע ווילדע אקציעס.

אונטער זיין פירערשאפט האבען די בחורים פון זין ישיבה געטון אזעלכע ווילדע אקציעס קעגען די מענשהייט אז היינט פראבירט ר' אהרן צו ווארפען די שולד פון אלע גרויליקע מעשים פון דעמאלטס אויף משה גבאי'ס זייט, ווען אין פאקט האט משה דער גבאי נישט געהאט קיין שייכות צו קיין בחורים.

אין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען די הויפט באזע פון משה גבאי און האט דארט געוואינט, איז קיינאמל נישט פארגעקומען אזעלעכע מעשי אלימות פון רעדער שטעכען, ווארפען איינגעשטעלטע מלמדים און טישטערס, ברעכען שויבען, נאכשרייען מענטשען, פארברענען אויטאס, ארויס ווארפען קינדער פון די ת"ת און מיידל שולע, און נאך פילע צענדליגער טעראריסטישע שטיק וואס די אלע זאכען האט אלעמאל יא פאסירט אין קרית יואל.

לויט קראנטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט פון צענדליגער קרית יואלער תלמידים, ר' אהרן דער וועלעכער האט טייל מאל פארלאנגט צו טאן אקציעס ווי שטעכען רעדער, צו אריין ווארפען שטיינער אין הייזער פון זיינע נישט גוטע פריינט אינמיטען די נאכט און נאך צענדליגער אויף צענדליגער געפערליכע מעשים וואס די בחורים האבען געטון פאר זיינע נישט גוטע פריינט.

און ווען ער האט נישט געהייסען בפירוש צו טאן א אקציע, איז עס אבער אלעמאל געווען אויף זיין גוטסהייסונג און אלעמאל האט ער נאך די אקציעס אפענערהייט געלאכט מיט די בחורים וואס האבען דאס אפגעטאן.

אבער נאך אלס זענען שטעכען רעדער, ווארפען שטיינער, פארברענען אויטאס, אויס שיסן קאר פענסטערס, מאכען פאוני קאלס אינמיטען די נאכט, קלייניגקייטען קעגען די גרויסקייטען וואס איז אלס פארגעקומען במשך פון די יארען.

אין יאר תשמ"ט ל"ג בעומר איז די גאנצע ישיבה געגאנגען אין מיטען די נאכט צום ציון און געטראסקעט הונדערטער שטיינער אויף די אלטע סאטמארע רעביצין און איר קאראוואן וואס זענען געקומען צום ציון הק'. דער ציון האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד ווען הונדערטער בחורים דרייען זיך דארטען און שרייען קולי קולות, און דאס איז אויסער די שטיינער ווארפעריי אויף די רעביצין און אירע באגלייטער.

עס האבען דערציילט עטליכע תלמידי הישיבה פון יענע צייט, אז אלע בחורים האבען דעמאלטס געוויסט אז זיי וועלען נישט באשטראפט ווערען, ווייל ר' אהרן האט געוויסט פון פאראויס אז די נאכט גייט פארקומען אזאנס און אזעלכעס. יענעם טאג, ל"ב לעומר, האט געהאנגען א צעטיל אין ישיבה אז היות היינט ביינאכט גייען קומען די "בני יואל" צום ציון, וועט פארקומען א פראטעסט ביים ציון. דאס האט געהאנגען אויפן וואנט וואו עס האט אלעמאל געהאנגען די עמטליכע צעטלען פון די ישיבה.

ר' אהרן האט דאס געליינט און אפענערהייט געשמייכעלט. דאס האבען געזען צענדליגער בחורים. און נאכדעם האט די גאנצע ישיבה שוין געוויסט אז ר' אהרן האט דאס נישט געהייסן אראפ נעמען און ר' אהרן האט נישט געהייסן אפשטעלען דעם פראטעסט. דעריבער האבען די בחורים געוויסט אז היינט גייט זיין הפקר פעטרישקע און מען גייט טאן וואס מען וויל.

און עס איז געווען אזא פראטעסט אז היינט, צוואנציג יאר שפעטער, וויל קיינער נישט וויסען דערפון. יעדער ווארפט דעם שולד אויף דעם און אויף יענעם, אין די צייט ווען עס ווייסט יעדער אז אויף די מעשה איז שולדיג איין מענטש: דער ראש ישיבה, וואס דעמאלטס איז געווען ר' אהרן.

דאס איז איינס פון די גרויסע געפערליכע אומהיילבארע אקציעס וואס די בחורים האבען געטון אויף די גוטסהייסונג פון ר' אהרן.

צווייטע: איין צופרי האבען זיך צענדליגער ישיבה בחורים אראפגעלאזט אין שטעטל און געגאנגען ארויספירען מיט בזיונות איינעם פון די גרעסטע מתמידים וואס סאטמאר האט ארויס געגבען, הגה"צ ר' יואל מארגענשטערען שליט"א, דער שארמאשער רב.

עס איז נישט פארהאן נאך אזא מתמיד וצדיק אין קרית יואל און אפשר נישט אין סאטמאר בכלל. עס איז בכלל נישט פארהאן אויף דער וועלט צופיל פון אזעלעכע מתמידים בתורה ווי ר' יואליש מארגענשטערען. דער איד איז מחבר יום און לילה מיט תורה שוין פופציג יאר. סיי ביים עסן און סיי ביי א שמחה און וואו ער גייט, איז ער אלעמאל מיט א גמרא. אויף אים קען מען באמת זאגען לא פסיק פומיה מגירסה. דער איד הערט נישט אויף צו לערנען.

אבער וויבאלד דער שארמאשער רב האט דעם ר' אהרן נישט געגליכען (ווייל וועלכער ת"ח און אפילו סתם א נארמאלער מענטש גלייכט אים דען יא?) איז ער דן געווארען אים צו ארויס ווארפען פון דעם בית המדרש "עטרת זקנים" ווי ער פלעגט דאווענען יעדען טאג.

מען האט אים פון דארט ארויס געפירט אזוי אז עס איז געגאנגען א רויעך. מען האט אים געוויזען ווער עס איז דער ריכטיגער בעה"ב אין קרית יואל. מען האט דעם גאון וצדיק באשריגען מיט אלע מיאוסע לאזונגען און צונעמען ביז ער האט זיך פון דארט אפגעטראגען. אלעס פארן חטא אז ער האלט אז ר' אהרן טייטלבוים איז זייער ווייט פון צו זיין א ערליכער איד.

און ווען די בחורים זענען צוריק געקומען פון זייער אקציע האט ר' אהרן זיי אלע אויפגענומען מיט א שמייכעל וואס איז געווען אויס געצויגען פון איין עק באק ביז די אנדערע. ער האט אפיציעל זיי געגעבען חיזוק פארן דורך פירען די "הייליגע" אקציע וואס איז זיכער געווען א "קידוש השם".

דריטענס. אין פריע תש"נ יארען האט מען במשך פון א האלב יאר ארויס געגעבען א צייטונג מיטען נאמען "פנים אל פנים" וואס איז געווען געצילט אפ צו שלאגען א שמיץ צייטונג וואס עס האט ארויס געגעבען "חיים שאולזאהן". און דער פנים אל פנים איז געווען פונקט אזוי שמוציג ווי חיים שאולזאנס צייטונג. עס האט געהאקט אויף יעדען רב און רבין וואס איז נישט געווען פארגלייבט אז סאטמאר זעט אויס ווי עס דארף צו זיין.

דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. נאך אמאל: דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. יעדעס ווארט וואס איז דארט געשריבען געווארען איז געווען אדער ליצנות אויף רבנים ווי שארמאשער רב, קאשויער רב, מאנטעווידעער רב, וויזשניצער רבי שליט"א און נאך פילע, אדער אויף פריוואטע יחידים וואס זענען געווען פון די "שונאים". זייער בלוט איז געווארען הפקר לכל, זייערע משפחות זענען געווארען דארט אויס געלופטערט, שקרים און מנובלות איז געבאקען געווארן אויף זייער חשבון, און אלעס האט ר' אהרן געליינט פאר עס איז געגאנגען צום דרוק. ער איז געווען סיי דער "פרוף רידער", ווי עס הייסט דער מגיה אויף ענגליש, ער האט יעדעס ווארט דארט געליינט אין זיין אפיס. און סיי דער רעדאקטאר. אנדערע טיטולען קען איך נישט, פאר אזא סארט וויכטיגען פערזאן אין א צייטונג.

פערטענס. מאכען א מאסען דעמאנסטראציע אין פראנט פון "ילד שעשועים" ווען דער קארלסבורגער רב האט דארט געמאכט זיין יערליכען דינער פון זיין כולל בית תלמוד להוראה. מען האט דארט אפיציעל אראפ געשיקט די בחורים און זיי האבן אויסגעפירט דעם רצום פון ר' אהרן ביז צו א מאקסימום. מען האט דארט געטראסקעט שטיינער, צובראכען שויבען, און ר' יחזקאל'ס אויטא האט אויך געכאפט פון די שטיינער. מען האט ווידער געוויזען ווער עס איז דער בעה"ב אין קרית יואל. (אין די פריערדיגע מאמרים איז שוין געווען דאס באשריבען.)

פיפטענס. פארברענען ילד שעשועים וואס איז דורך געפירט געווארן דורך די בחורים פון די ישיבה. עס האט זיך אויסגעפעלט געוואלדיגע ניסים ונפלאות פון השי"ת אז דארט זענען נישט פארברענט געווארען רח"ל מערערע קימפעטארינס מיט זייערע קליינע ניי געבוירענע קינדער. (אויך שוין באשריבען באריכות אין די פריערדיגע מאמרים.)



תוקן על ידי נערמאלער ב- 01/01/2010 22:19:17




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 21:53 לינק ישיר 

ער האט עטליכע מאל אויפגעטרעטען פאר די בחורים מיט דרשות קעגען וועם עס האט זיך נאר געלאזט, און זיי גוט אויפגעהעצט. די אלע דרשות אהין און צוריק האבען געמאכט ר' אהרןען א הערא ביי די בחורים. ער האט מיט די דרשות זיי געוויזען וואס מיינט א תקיף, אזא איינער וואס וועט זיך נישט לאזען שפייען אין די קאשע, ער וועט אלעמען דערלאנגען רעכטס און לינקס, ער וועט שניידען אין די זיבעטע ריפ, אזא איינער וואס וועט נישט קארגען קיין ווערטער ווי זיין טאטע, נאר ער קען און ער וועט...

און נאטירליך זענען די בחורים געווארען גוט אנגעצויגען און אויפגעהיצט און דורך דעם האבן זיי זיך אויך אנגעהויבען צו צושטעלען צום "רב". ביז יענעם יאר, האט ער נאך געהייסען אין ישיבה "ר' אהרן" ביי רוב בחורים, אבער דעמאלטס האט זיך עס געטוישט. די קנאקערס פון ישיבה זיינע באדיס, זענען געווארען די בעלי בתים אויף די בחורים און יעדער האט געמוזט אנהייבען רופן "דער רב". אויך האט ער באקומען א שטיקל הויז בחור. ביז יענעם יאר האט ער אליין געטראגען זיין גמרא צום פארלערנען אין זיין פארלערנען שטיבל, אבער איין טאג פאר ער איז אריין געקומען, קומט פאר אים א בחור און לייגט אראפ די גמרא אויפן טיש. ער האט שוין א הויז בחור. יענעם ווינטער האט א בחור אנגעהויבן שישקען איין צופרי ביי די ברכות פון ר' אהרן. קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל. בקיצור, דער רב זאגט קודם ברכות און נאכדעם דער בעל תפלה. אזוי ווי ביי א רבי'ן. דאס איז קיינמאל נישט געווען אין ישיבה ביז תשנ"ה. און דאס איז אלעס געשען ווייל ער איז געווארען א העלד ביי די בחורים. זייער ראש ישיבה פירט זיך אליין אויף ווי א בחור. ער דערלאנגט ווער עס וואגט זיך אים אנרירען, ער האט נישט מורא פאר קיינעם.

און די בחורים האבען זיך שיין אהער געשטעלט לכבודו פון זייער ראש ישיבה, מיט שטיקלעך פאר די אלע רבנים. פייער לעשער קיין מאנטעווידעע, פאוני קאלס קיין קאשוי; וויזניצער רבי האט יענע צייט געזאגט ברבים אז ער איז נישט דא אזא תוספות וואס דער ברך משה האט צוגעברענגט ביי א דרשה, און ווען מען האט יא געטראפן דעם תוספות, האט מען געווארפען פאשקעווילען אין מאנסי מיט א מראה מקום וואו דער תוס' איז. מען האט אויפגעשטעלט א שבת פייפער אין מאנסי וואס זאל פייפן ווען דער סאטמארע הדלקה"נ איז, און דער וויזניצער רבי האט זיך אין מיטען שמו"ע ביי מנחה געמוזט צושטאפען די אויערען. ביי איין דרשה האט ר' אהרן באזונגען וויזניצער רבין אז ער איז געווען ארויסגעווארפען פון דעם אמרי חייםס הויז, און נאך פילע דרשוות אהין און צוריק.

דאס איז אלעס געווען ווינטער תשנ"ה. אבער זומער תשנ"ה איז געווען אזאנס און אזעלעכעס. עס איז געווען גאר א קאכעדיגער. און נישט פונעם וועטער רעדט מען דא... דער קארלסבורגער רב האט געמאכט א דינער לטובת זיין כולל אין ב"פ, אין "ילד שעשועים" אין קרית יואל. און אזוי ווי אלע שונאים פון ר' אהרן און ברך משה האבען זיך זייער געפריידט אז דער קארלסבורגער רב שטעלט זיך ארויס לטובתם, איז געווען א גרויסער ווינט אין קרית יואל צו גיין צו דעם דינער.

קהל פון קרית יואל האט געשיקט א בריוו צו ר' יחזקאל איין טאג פארן דינער, אז היות ער צינדט אן א פייער פון מחלוקת זאל ער זיך נישט וואגן אריינצוקומען אין שטעטל.



תוקן על ידי נערמאלער ב- 01/01/2010 22:07:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 21:58 לינק ישיר 

 

יענעם טאג, איין טאג פארן דינער, האט ר' אהרן זיך אויף געשטעלט אין ישיבה און געהאלטן א קאכעדיגע דרשה. ער האט אנגעהויבן: "יעדער ווייסט, עס קומט אן אומגעוואונטשענער גאסט אין קרית יואל, מען האט אים געבעטן ער זאל נישט קומען, אבער ער פייפט זיך אריין, אלזא איך פארשטיי די בחורים, עס טוט וויי פאר די בחורים אזא עזות, און אזא חוצפה, אבער איך וויל בעטן, ווער עס איז מיר א גוטער פריינט זאל נישט גיין אהין".

אזוי איז אלץ געווען זיין סטיל, קודם אויפצוקאכן די הארמאנען פון די בחורים אויפ'ן העכסטן לעוועל, אז דארט ליגט די אייער, און נאכדעם צו ווארפן דעם לחש, אז ווער עס איז אים א גוטער פריינט זאל נישט גיין אהין...

עס איז אום נויטיג צו שרייבען ווי היציג א בחור קען ווערען ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון דעם רב און ראש ישיבה. נאך די דרשה זענען אלע בחורים "חסידים" ארומגעגאנגען: מיר זענען "חסידים" פון רב, נישט קיין "ידידים". דער רב האט נאר געזאגט ווער ס'איז אים א גוטער פריינד זאל נישט גיין, מיר זענען נישט קיין גוטע פריינד.

און א טאג דערויף האבען אלע בחורים פארשטאנען וואס דער אמתר און הייליגער רצון פון רב איז. ביינאכט בערך אכט אזייגער זענען די בחורים אראפגעגאנגען פון די ישיבה אין די מאסען. הונדערטער בחורים האבען זיך געשטעלט אונטען פון בארג פון ילד שעשועים אויף עיקערס רד און געטון דעם רצון פון רב. מען האט געטראסקעט שטיינער, געשריגען פוי! געהאלטען טאוולען וואס האבען געשריגען די ווערטער (אויף ענגליש): "מייקל ראוט אוער ביגעסט ענעמי".

ר' יחזקאל ראטה אליין איז דארט אריינגעפארן באהאלטען אין א טראנק פון איינעמס סובארבען. ז.ל.וו. האט געכאפט א שטיין אין נאז, צענדליגער קאר פענצטער זענען אויסגעשאסען געווארען, טויזענטער דאלאר פיזישע שאדענס, און די פאליציי האט ארעסטירט אפאר בחורים



תוקן על ידי נערמאלער ב- 01/01/2010 22:08:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 21:59 לינק ישיר 
ווי איז דער צדיק דוד עקשטיין דעמאלס געווען לאו לייף

 

קיינער פון קהל, און אפגערעדט פון ר' אהרן אליין, האט דאס נישט אפגעשטעלט. און זיי האבען געוויסט בעסער פון אלע בחורים אז אויפן פלאץ פונקט ווי די בחורים שטייען אצינד ביינאכט ביי דעם פראטעסט לכבודו פון רב, איז דער דרייוועי פון די מקוה טהרה, און עס איז געווען פארפלייצט מיט בחורים, עס איז געווען ממש א שרעק. עס איז נישט פאראן קיין ווערטער פאר אזא קהל און פאר אזא רב, נאר - "לאו לייפס"!

נאכמער און נאך ארגער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז דער מנהל פון ישיבה ר' י.ל. קאהן האט יענעם טאג געפרעגט די א.ג. אויפגעקלערטע בחורים פארוואס זיי גייען נישט אראפ. האט אים איין בחור געענטפערט: וואס הייסט? דער רב האט דאך געזאגט מען זאל נישט גיין. האט ר' י.ל. אים געענטפערט: זיי מיר נישט קיין אויבער חכם!

(ווען מען טראכט היינט אריין פון יענע נאכט פארשטייט מען שוין זייער גוט ווי אזוי האט א יונגערער ברידער געקענט קומען פיר יאר שפעטער און ארויסריקען דריי פערטעל סאטמאר פון דעם "רב".)

אבער לאו לייף אהער און לאו לייף אהין, דער רב האט זיך געבויט ביי די בחורים. די היציקייט וואס ער האט אויפגעארבעט ביי די בחורים האבען אים געברענגט רעזולטאטען. און נישט נאר ביי די בחורים נאר ביי אלע פון זיין טאטענס מענטשען און חסידים האט ער אנגעהויבען צו ווערען מער און מער ארויף געקוקט. מען האט אין אים געזען א תקיפות, א שטארקייט, גאטס, ער איז נישט א פשטן ווי זיין טאטע, ער וועט ארויף שארצען די ארבלעך טאמער וועט אים איינער וואגען צו טשעפען, ער האט א מיליטער, ער האט א ארמיי און ער וועט זיך באנוצען מיט זיי סיי ווען נויטיג א.א.וו.



תוקן על ידי נערמאלער ב- 01/01/2010 22:03:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 22:04 לינק ישיר 

 

א יאר דערויף, זומער תשנ"ו איז פארגעקומען צוליב דעם קארלסבורגער רבס קומען קיין קרית יואל, די בלוטיגסטע געשיכטע פונעם סאטמרער אידענטום. איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבען פונעם פארברענען דעם ילד שעשועים אין מיטען די נאכט ווען עס האבען זיך דארט געפונען זעקס און דרייסיג מאמעס מיט זעקס און דרייסיג פיצעלע עופהלעך. אלעס ווייל ר' יחזקאל ראטה גייט מארגען, צו איבער מארגען, נאך אמאל מאכען דארט זיין דינער. עס איז נישט פארהאן קיין ווערטער אויף יענע בלוטיגע נאכט.

מען ליינט דא כסדר אויף הייד פארק, אז די יעניגע, די בחורים וואס האבען דאס געטוען, זענען היינט דא, און יענער שרייט אז זיי זענען דארטען. עס איז אפילו נישט אינטרעסאנט ווער די בחורים זענען געווען און ווי זיי געהערען זיך אן היינט צו טאגס. זיי זענען אומשולדיגע קרבנות פון זייערע אויף געהיצטע הארמאנען וואס זייער ראש ישיבה האט אין זיי אנגעצינדען. די צינדערס פון ילד שעשועים יענע נאכט זענען געווען "ראבאטן". א 17 18 יעריגער בחור קען נישט באגרייפען וואס ער האט געטוען. אבער דער פופציג יעריגער ראש ישיבה, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך, א מאן צו א פרוי וואס האט געבוירען קינדער, ער האט וואלט דאך יא געדארפט באגרייפען. אבער וויבאלד ער איז אליין א היציגער בחור, ער פירט זיך אויף ווי א בחור מיט אלעם, און הערשט איז ער א נארישער בחור, איז געשען וואס עס איז געשען.

המשך יבוא



תוקן על ידי נערמאלער ב- 01/01/2010 22:09:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 08:07 לינק ישיר 
איין בילד רעדט 1,000 ווערטער, די סיינס האבן זיינע תלמידים געמאכט אין די ישיבה און געהאלטן ביי די ראיאטן קעגין גארלסבורגער רבין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ספעציעל פאר תורא'לע: אויסצוגן פון פארמעגליך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext