דאס ערשטע קינד געבוירן צו ווערן אין ניו יארק סיטי אין יארע 2010 איז געבוירן געווארן 13 סעקונדען נאך מיטל נאכט ביים אריינקום פונען גוי'שן ניי יארע אום פרייטאג אונעם בארג סיני שפיטאל אין מאנהעטען.
מיר זענען נישט געווען בעפארברייטעט דערצו, דאס איז אונז געקומען ווי אן איבערראשונג, האט די נייע מוטער געזאגט.
זינט זיינע עלטערן זיינען חרדישע אידען, וועט דאס קינד באקומען א נאמען ביים ברית אי"ה איבער א וואך.
נשלח ב-3/1/2010 02:16
דער זכר איז געווען אין גרויסן סאטמער בית מדרש אין ווילאמסבורג אויף הופפער סטריט
(איין לימוד זכות האב איך אז לויט היסטאריקער איז יוזל פאקטיש נישט געבוירן געווארן מיט 2010 יאר צוריק נאר אפאר יאר פריער. עס איז פשוט א טעות פון די ערשטע קריסטן וועלכע האבן איינגעפירט די קריסטליכע יאר-ציילונג. דאס איז אבער אמאל זיכער אז אידן טארן נישט מאכן קיין וועזן פון דעם טאג.)
אינטערעסאנט איז אז דער דאקטאר און דער מעיאר (וואס גייט געבן אן אויסצייכענונג פאר די גליקליכע עלטערן) זענען אויך אידן. אלזא, מה לכהן בבית הקברות? לאמיר זיך אלע פרייען מיט די אידישע שמחה. וזר לא יתערב בשמחתינו.