בית פורומים כל העולם כולו

ערשטע חתונה אין קרית יואל אן די שט"ראף" בקרוב!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2010 21:31 לינק ישיר 

נפל כתב:
וויפיל דער 'ברך משה' מוהט זיך פאר די אהרוינים דורך אויס סאטמאר איז זייער קלאר... דאס עפענען פון בית פיגא איז נישט געוואנדן נאר לויט די איצטיגע קארט קעיס, ווייל אפילו אויב בני יואל פארלירט האבן זיי נאך 10וועגן צוריק צועפענען. דאס עפענען איז סך הכל א שאלה פון צייט, איך געדענק נאך ווען איר האט געשווירן (פונקט ווי איצט) אז 'חרדים' וועט זיך נישט עפנען
 
די אהרוינים האבן שוין באוויזן א גאצע ליסטע פון חיי שעה פארדינסטן (ווי דאס איצטיגעג אפשטפארן בית פיגא)און צוריק באקומען לאנג שטייענדע פארלוסטן (וויא נייע חתונה זאל פון בני יואל)


אה, 10 וועגן, יא?, דו גנב, האסט געגנבעט א פעידזש פון די אהרונים,
וואס האבן אויך געזאגט אז ס'איז דא 10 וועגן צוריק צו האבן ראדני און
לעת עתה זענען מיר אין הופפער, אלזא, נייפעלע, 10 20, צו 30 וועגן,
גארנישט גייט זיך לכאורה נישט טוישן, מיר האבן פארלוירן איין דעסיזשאן,
(ריכטער באראש) און זייט דעמאלטס האט איר שוין פארלוירן 12 דעסישאנס,
און זייער מעגליך אז נאכן אפיעל פון ריכטער אבראזיא'ס פסק וועלן מיר געוואויר
ווערן אז אפילו מיט באראש'ס פסק האט איר גארנישט געווינען, סא, יא! דער
הייליגער ברך משה זי''ע מוהט זיך פאר אונז, און מיט (פאלשע) בטחון און
פרעדיקשאנס קענסטו דאס נישט אפווענדן.

אגב, איך ווייס נישט פון קיין שווערן אז חרדים וועט זיך נישט עפענען,
דער ווילעדזש האט קלאר געזאגט אז אן קיין פארקינג געבן זיי נישט קיין
פערמיט און ביז איר האט נישט געטוישט די פלענער און געמאכט פארקינג
האט איר נישט באקומען קיין פערמיט, און ענקערע שקרים אויף היידפארק
טוישט נישט דעם מציאות, דו באווארענסט דיך, ווייל דו שרייבסט אז מיר האבן
זיך געשוואוירן "פונקט ווי איצט" און למעשה אצינד שווערט זיך אויך קיינער, ווייל קיינער
ווייסט נישט וואס עס גייט געשעהן, מיר האפן נאר אז בעזר השי''ת ובזכות רבותינו
הקדושים זי''ע וועט דאס בלייבן פארשפארט, אבער שווערן מאן דכר שמיה.

און אויך אמת אז מיר האבן אסאך חיי שעה געווינסן, אבער נישט סתם חיים שעה
נאר זייער זייער לאנגע שעות ארוכות פון געווינסן, דער בית החיים געווינס איז שוין
א היבש שטיקל לאנגע חיי שעה, אין בארא פארק האבן מיר שוין א גאנץ לאנגע
חיי שעה געווינס, און דער באשעפער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו נאך אסאך
לאנגע חיי שעה געווינסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 21:37 לינק ישיר 

נייפעל, מיינס טאקע אז ס'וועט "נישט" געשען א אומגליק,
און ס'וועט זיין דרכי רשעים צליחה, זענען מיר פארטיג?,
האלסט טאקע אז מיר וועלן נישט אדורך טראגן א נייעם
זאל?, הער מיך גיט צו, אונזער הצלחה האט גארנישט
מיט אונזערע שונאים, מיר פארן אויף א וועג אן צוריק קיקן
אין די ריר וויואו מירערס, מיר פארן פאראויס, צו די קרעטשמע איז
אפן צו פארשפארט, צו דער שארמאשער שעלט צו נישט,
אונזער הצלחה האט לגמרי גארנישט מיט שייע יאנקל און מאיר יודל,
מיילך שטערן קען ווייטער שעלטן מיט זיין מנוולות'דיגער שפראך
און ס'וועט אונז נישט בארירן כמלא נימא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 22:00 לינק ישיר 
מען שפילט זיך מיט פייער!!

לולא_תורתך כתב:
די וואך איז געקומען די בשורה טובה אז בקרוב גייט בעהש"י גאנץ קרית יואל ענדגילטיג פטור ווערן פון די שרעקליכע טעראר וואס דער שטראף לייגט דארט ארויף די לעצטע 25 יאר!

אין די נעקסטע פאר וואכן גייט באנייט ווערן די נייע זאל פון בני יואל און סגייט דארט פארקומען די ערשטע חתונה אין קרית יואל וואו די סאו קאולד "מרא דאתרא" אדער איינער פון זיינע שלוחים וועט נישט זיין סידור קידושין!

די טעראר עפאכע איז פיינעלי אינגאנצן פארטיג! נאו מאור פייניגן ערליכע אידן!

אזויווי די טעראריסטען האבן שוין לאנג געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב מווייזט די רויטע שמאטע פון סידור קדושין, און וואס זיי האבן שוין געוויזן ביי די ילד אז זיי האלטן זיך נישט אפ אפילו פון אפענע רציחה ווי דער מסור דוד עקעלשטיין האט לעצטענס מודה געווען ברבים, איז דערווייל נאך א סוד ווען די חתונה גייט זיין, אבער גרייטס ענק ארונימלעך! איט וויל סאן בי אווער! ווערי סאן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 22:30 לינק ישיר 

נפל כתב:

צווייטנס האב איך געהערט אז ר' אהרן איז סיי ווי נאר מסדר קידושין אויף חופות וואס ווערן געשטעלט פארנט פון זיין דירה דעריבער מיין איך אז די שמחה איז אביסל שפעט און איבערגעטריבן.


פון תגובה צו תגובה זען מען קלארער און קלארער ווער דער נפל איז, דער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארויס פון זיינע ד' אמות

 

ווער עס ווייסט פון איין חופה וואס איז בכלל געווען ביים רבינס הויז זאל אויפהייבן די האנט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 22:34 לינק ישיר 

יענקעלע, דיין נישט צוריק קוקן איז א עדות ווי קרים די פארסט, חז"ל האבן אונז שוין לאנג געזאגט לב חכם מימין, א חכם קוקט אלעמאל צוריק אויף וואס ער האט שוין אנגעיאגט ולב כסיל משמאל און א נער קוקט אויף לינקס וואס נאך ער דארף אניאגן...

באראש עמבריעזאי וכו' איך בין נישט אזוי שטארק באקאנט מיט די אלע שמות איין זאך ווייס איך זיכער, דער ברך משה מוהט זיך נישט פאר אייך, זיין מקום קבוע אין וו"ב ליגט ביי ענקערע קעגנער און זיין חדר פרטי אין וו"ב ליגט ביי ענקערע קעגנער...

בית פיגא וועט זיך מעל לכל ספק נישט געפינען מער לעולם ועד אין ענקערע הענט און עס וועט במשך די צייט ווייטער דינען אלס א ביהמ"ד פאר ענקערע קעגנער...

די איינציגסטע זאך אויף וואס איר האט די מאנאפאל אין קרית יואל דהיינו סידור קידושין שטייט איר אויס צו פארלירן אין די נאנטע צוקומפט, (נאכדעם וואס שחיטה האט איר פארלוירן צו בני יואל, אויך די זאליס ארבעטן אויף א אייגענע בוטשער) דעריבער פארשטיי איך נישט ווי איר זעט די הילף פונם ברך משה, מיר זעט אויס איידער אז דער ברך משה העלפט פאר די זאלי\אהרוינים\בני יואל צוגלייך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 22:36 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

פון תגובה צו תגובה זען מען קלארער און קלארער ווער דער נפל איז, דער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארויס פון זיינע ד' אמות

 

ווער עס ווייסט פון איין חופה וואס איז בכלל געווען ביים רבינס הויז זאל אויפהייבן די האנט



לעת עתה לויפט ער נאך יא ארום צו חופות, איך האב געהערט אז דאס איז די פלאן תיכף ווען בני יואל אדער זאליס עפענען א אייגענע זאל כדי צו פארווישן די דורכפאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 22:51 לינק ישיר 

איך האף אז נישט דיין וויזניצער שוואגער האט דיר געזאגט דעם סוד...
למעשה שרייבסטו בלשון הוה אז מען איז נאר מסדר קידושין וכו'

זעסט אז במציאות איז נישט אזוי דרייסטו אנדערש
נייס טריי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 23:19 לינק ישיר 

וואלן, ער וועט זיך נאך אביסל מוזן צולערנען צו ספינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 23:24 לינק ישיר 

איך האב שוין געשריבן אין א צווייטע אשכול איך וועל דאס איבערשרייבן דא... ווארט מיר ביי די קארנער, איך האב געדולד.

ביי מיר איז קלאר אז ווען בני יואל אדער די זאלי'ס וועלן האבן א חתונה זאל 'אין' קרית יואל וועלן די ארוינים ארויסקומען מיט א נייע מנהג אז די רבי איז מסדר קידושין נאר אינדערהיים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 23:44 לינק ישיר 

צווייטנס האב איך געהערט אז ר' אהרן איז סיי ווי נאר מסדר קידושין אויף חופות וואס ווערן געשטעלט פארנט פון זיין דירה דעריבער מיין איך אז די שמחה איז אביסל שפעט און איבערגעטריבן.

לעת עתה לויפט ער נאך יא ארום צו חופות, איך האב געהערט אז דאס איז די פלאן תיכף ווען בני יואל אדער זאליס עפענען א אייגענע זאל כדי צו פארווישן די דורכפאל

ביי מיר איז קלאר אז ווען בני יואל אדער די זאלי'ס וועלן האבן א חתונה זאל 'אין' קרית יואל וועלן די ארוינים ארויסקומען מיט א נייע מנהג אז די רבי איז מסדר קידושין נאר אינדערהיים...


איך ווארט אויפן פערטן חלום, כ'מיין שוואגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 00:08 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט די בני יואל, זיי האבן זיך נאכנישט איבערצייגט העברת פי ה' לא תצלח? עפ"י הלכה איז די סידור קידושין אויסדרוקליך פארן מרא דאתרא, "למה אתם עוברים את פי ה'?"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 00:17 לינק ישיר 

זיי גייען בלינדערהייט קעגן די תוה"ק, ס'גייט זיי נישט אן קיין כי הוא זה וואס ס'שטייט אין שו"ע.

די מלחמה קעגן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און להבחל"ח דער סאטמארער רבי שליט"א איז דוחה כל התורה כולה.

אדרבה ואדרבה, זיי וועלן דיר אפילו צוצאלן אויב די טרעפסט זיי נאך א הלכה וואס מ'קען צוטרעטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 01:14 לינק ישיר 

א רחמנות אויף דעם חתן כלה......
...והתאווה ... מוציאין את האדם מן העולם, מ'דארף נישט אויפמישען קיין אלטע היסטאריע, ס'שוין נעבעך דא א אפגעבריטער פין ק''י אליין,
איינער האט עס שוין נעבעך אויספראבירט
והוה זהיר בגחלתן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 01:20 לינק ישיר 

איך בין נייגעריג וואס איז דער היתר צו נעמען א מסדר קידושין בלי רשות פון א מרא דאתרא

אגב יענקעלע לדעתי איז פארשפארען דעם שוהל א קליינע פליק קעגן אנהייבען מאכען חתונות אן דעם מרא דאתרא
דאס איז א ריכטיגער מרידה אין דעם מרא דאתרא

די שאלה איז צו זיי גייען נעמען א אייגענער רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 03:34 לינק ישיר 

נייפעלע שרייבט:
יענקעלע, דיין נישט צוריק קוקן איז א עדות ווי קרים די פארסט, חז"ל האבן אונז שוין לאנג געזאגט לב חכם מימין, א חכם קוקט אלעמאל צוריק אויף וואס ער האט שוין אנגעיאגט ולב כסיל משמאל און א נער קוקט אויף לינקס וואס נאך ער דארף אניאגן..
 
א חידוש נפלא, זייט ווען הייסט לימין צוריק צו וועגס און לשמאלו מיינט פאראויס, מיין רבי פלעגט טייטשן לימין צו רעכטס און לשמאל צו לינקס, בכלל איז דאס א חידוש לטובתי, איך שרייב תגובה נאך תגובה אז איך וויל נישט רעדן פונעם עתיד ווייל קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט זיין, איך וויל נאר רעדן פונעם הווה, אז ב''ה אצינד איז דעם בית מרזח אפגעשפארט על בריח ומנעול, און נייפעלע איז זיכער אז ס'גייט זיך צוריק עפענען, סא, ווער רעדט פונעם עתיד און ווער פונעם הווה?

באראש עמבריעזאי וכו' איך בין נישט אזוי שטארק באקאנט מיט די אלע שמות איין זאך ווייס איך זיכער, דער ברך משה מוהט זיך נישט פאר אייך, זיין מקום קבוע אין וו"ב ליגט ביי ענקערע קעגנער און זיין חדר פרטי אין וו"ב ליגט ביי ענקערע קעגנער...

בית פיגא וועט זיך מעל לכל ספק נישט געפינען מער לעולם ועד אין ענקערע הענט און עס וועט במשך די צייט ווייטער דינען אלס א ביהמ"ד פאר ענקערע קעגנער...

די איינציגסטע זאך אויף וואס איר האט די מאנאפאל אין קרית יואל דהיינו סידור קידושין שטייט איר אויס צו פארלירן אין די נאנטע צוקומפט, (נאכדעם וואס שחיטה האט איר פארלוירן צו בני יואל, כא... כא... כא... און האסט פארגעסן, די מעיארשאפט האבן מיר שוין לאנג פארלוירן, דעם מאנאפאל אויפן בית החיים האבן מיר פארלוירן ווייל די זאליס האבן שוין די נעבעכלעך פללאק'ס לאט... אויך די זאליס ארבעטן אויף א אייגענע בוטשער) דעריבער פארשטיי איך נישט ווי איר זעט די הילף פונם ברך משה, מיר זעט אויס איידער אז דער ברך משה העלפט פאר די זאלי"אהרוינים"בני יואל צוגלייך

דו זעהסט טאקע נישט די מוה פונעם הייליגן ברך משה זי''ע?, וואלסטו מיט מיר געכאפט א שפאציר אין די בעק פונעם בית המדרש הגדול, און זען דעם גרויסן טאוועל "נסגר", ווילסטו געבן א פאר צו צום בית השחיטה און זעהן ווי מען שחט אין א האלבן טאג מער ווי די בני יואל שחט'ן א גאנץ קיילעכיג יאר, און פון דארט וועלן מיר צו פארן צום ווילעדזש אפיס און זעהן ווער עס זיצט אין מעיארס בענקל..., און דערנאך לאמיר געוואויר ווערן פארוועם ר' יעקל שווארץ ע''ה האט באצאלט מעמבערשיפ און אזוי אויך ר' יאנקל גליק נ''י (גבאי) ווי אויך ר' יצחק פריעד נ''י, ר' אלימלך בערגער ע''ה, לאמיר נאר זעהן ווער עס האט דעם בית החיים און ווער עס פארפיגט אויף א בעק יארד וואס דארט ליגן אדער מוסרים (או בני מוסרים) אדער נעבעכלעך, און נאכדעם וועסטו מיר זאגן צו דער ברך משה מוהט זיך פאר אונז צו נישט,
 
YOU KNOW WHAT? איך בין אפילו גרייט צו גיין מיט דיר אין וויליאמסבורג, לאמיר כאפן א שפאציר פון ראדני קיין הופפער וחוזר חלילה, לאמיר זעהן וויפיל מתפללים ולומדי התורה עס געפינט זיך אין ראדני מיט ענקערע אייער שפייז און וויפיל עס זענען דא אין הופפער, לאמיר זעהן ביי א שלש סעודות וויפיל אידן זיצן ביים טיש ביי ענקער גרויסן צדיק, מיט די פארשפארטע טירן מען זאל נישט קענען ארויס לויפן, און וויפיל אידן עס זיצן ביי אונזער רב, יא, דער רב וואס איז ענקער צדיק'ס נעפיו, דער רב וואס איר ארבייט שוין יארן להבאיש ריחו מיט שקרים וכזבים, מיט ניוול פה, מיט עלילת דם, און דער דאזיגער נעפיו האט כאטשיג 4 מאל אזא עולם ביי זיין שלש סעודות ווי דער גרויסער צדיק, איך רעד שוין נישט פון א יום טוב אדער הקפות צו אפילו סתם א שבת ווען דער רבי שליט''א קומט אריין, לאמיר געבן א בליק און זאלסט מיר זאגן דעם אמת צו דער ברך משה מוהט זיך פאר אונז צו נישט?,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ערשטע חתונה אין קרית יואל אן די שט"ראף" בקרוב!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.