בית פורומים כל העולם כולו

ערשטע חתונה אין קרית יואל אן די שט"ראף" בקרוב!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2010 18:54 לינק ישיר 

 כ"ק אדמו"ר משארמאש שליט"א גייט זיין דער מסדר קידושין ביי די חתונה !


סבלן הדור האט נעכטן געזאגט פאר שמעון הירש ארוני שוואגער ער זאל נישט גיין !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 21:36 לינק ישיר 


קענסט ווייטער פארקויפן די ליגענט אבער נאר קלאר צי מאכן אז כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז נעכטן אוועקגעפארן פין פאלם ספרינגס אויף טעקסעס צי די שחיטה אין פין קומט אי"ה אהיים

סא אפשר ווייסטו ווען האט ער געזאגט פאר שמעון הירש???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 21:40 לינק ישיר 

עס איז באוויסט א מעשה,

און די שטאט אנווערפען, איז געווען מרא דאתרא, הגאון הגדול רבי חיים קרייזוויטה ז''ל און איז געווען דער מסדר קדושין ביי יעדע חופה, און שטאט אן קיין אויסנאם, אזוי מען האט זיך געפירט און אלע קהילות אונדערהיים,

איז א מאל געווען א חצוף, (לייען בני - זאלי) וואס טראץ דעם וואס דער רב ר' חיים, איז געווען ביי די חופה, האט ער א וועק געגעבן דאס סידור קדושין פאר א צווייטען, אן רשות פונעם מרא דאתרא,

האט זיך דער גאון ר' חיים ז''ל אנגעריפען אה''נ איך בין נישט געווען דער מסדר קדושין, אבער דער מסדר הגט וועל איך אי''ה זיין, וכך הוה, נאך צוויי ואכען האט ר' חיים מסדר געווען דען גט פאר דעם נייען פארפאלק,

הרב מארגענשטערן - שילדקרויט קאן טאן וואס ער וויל, עס איז אמעריקא א פרייע לאנד, אבער מיר גלייבען אז די קאנציקווענצען וועלן נישט שפעטיגען צו קימען,

הקב''ה תובע עלבון עבדיו, אזוי עס שטייט און  אדרא זוטא אז  דער אייבישטער איז מוותר אויף זיין כבוד, אבער אויף דער כבוד פון די צדיקים זיינע קנעכט איז ער מעניש אויפן פלאטץ אזוי עס איז געווען ביי עזיהו מלך יהודה, ווען ער האט געוואלט הייבן א האנט אויף עדו הנביא, 

נאך דערצו וואס זיי זוכען נאר צו צוברעכען דער כח הרבנות און שטאט, אויף די דאזיגע משוגעים קען מען זאגען, אז זיי מאכען חתונה די קינדער, נישט אז זיי זאלן אויף שטעלן דורות,ניין,  זיי מאכען נאר חתונה, אז זיי זאלן קענען ברעכען די כח הרבנות, 

נא, לאמיר נאך האפן אז די קאנציקווענצען וועלן נישט שפעטיגען צו קימען, און עס וועט זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה, וואו אזוי רש''י זאגט די וואך אז דער נאמען פונעם הייליגען באשעפער ווערט געהייליגט ווען ער באשראפט די רשעים,



 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 21:50 לינק ישיר 


ער פלעג צו זאגן אז ער האט א ליסט ווען ער איז נישט געווען מסדר קידושין איז ער געווען מסדר הגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 21:54 לינק ישיר 

די קרעשמע פארטריבענע האבן בכלל א ציהל, אונטערצוברענגען יודישקייט, און אויסרייסען די הייליגע תורה,

ווער געדענקט נישט וואס יאשקע משימד האט געשריגען און קארט, אז רבינו שליט''א לאזט נישט דיין מיט קיין לאנגע שייטל און שטעטל, און מיט דורך זיכטיגע שטרימפ, ?

פארוואס פירען די דאזיגע עבריינים אזא קאמפ קעגען ר' דוד עקשטיין מיטן וועד הצניעות,?

ווייל די דאזיגע חברה, וואס גייען נאך זאגען הלל ה' אייר, אזוי רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע פרעגט זאגן, זענען דא, נאר אויסצורייסען דעם הייליגען באשעפערס נאמען, מיט זיין הייליגע תורה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2010 19:33 לינק ישיר 

א רחמנות אויף אזעלכע
זיי זענען מפקיר זייער טייערסטע כדי צו קענען שטעכן זייער בלוט שונא
ממש ווי די אראבער אדער ווי די מתנחלים
די הייליגסטע טאג אין א יוד'ס לעבן די 'יום החופה' האט יענע פנים

ווי די הייליגע משנה זאגט: הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, ממש מ'זעהט עס בחוש

אנשטוט חתונה מאכען אין מאנסי, קען קומען איינער אין ניצן די אייגענע קינדער פאר אזא סכנה'דיגע שפילצייג ר''ל
וויפיל יר''ש קען דער מסדר קידושין האבען?

מענטשן שטוינען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 19:38 לינק ישיר 
א חלק פין די ספינס וועלכע די עבריינים האבען שוין ארויסגעלאזט


-ר' מענדל איז געווען ביי די עדה החרדית בעטן מ'זאל ארויסגעבן א איסור

-מהר''א האט אנגערופן די עדה בעטן מ'זאל ארויסגעבן א איסור (ווען די מעשה איז ארויסגעקומען אין ער געווען אין טעקסאס)

2- חשוב'ע ת''ח זענען געווען ביים שארמאשען בעטן ער זאל עס נישט אננעמן

-מהר''א האט געזאגט פאר א שוואגער אז ער טאר נישט גיין (ווען די מעשה איז ארויסשגעקומען איז ער געווען אויפן וועג פין פאלם ספרינגס)

-בחורים מאכען פאני קאלס

-הר''ר יוסף לייב קאהן האט געשיקט די בחורים ווארפען שטיינער

-מהר''א פארירפט גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ''ד הגדול אין ק''י

כו' וכו'
ביז ווילאנג מ'דעקט אויף איין שקר איז שוין דא נאך איין'ס, זיי האבען אסאך עקספיריענס


תוקן על ידי דיןתורה ב- 27/01/2010 19:48:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 20:10 לינק ישיר 

look @CHUSEN&KALAS name YOEL&MIRYOM is Gimatry Exact =MAMZIRIM!(337).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 20:27 לינק ישיר 

ס'איז הפלא והפלא אז יוסף דוד הירש האט פארגעסן וואס ער האט שוין אלץ מיטגעמאכט זייט ער האט געטשעפעט מיטן מרא דאתרא, און נאך יארן זיין שטיל צוליב זיינע צרות נעבעך האט ער זיך יעצט אויפגעוועקט מיט א גליסטעניש צו פרישע מצוות ומעשים טובים.., נעבעך נעבעך.
דאס איז ריכטיג די אפטייטש פון הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/1/2010 00:09 לינק ישיר 

 
והוי זהיר בגחלתן!!!!

תוקן על ידי פשווארסק ב- 28/01/2010 00:11:21




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2010 00:19 לינק ישיר 

עס איז אומגלויבליך צו זעהן וויזוי דער באשעפער פירט זיך זיין וועלטעל!
ביז היינט האט די הנהגה אין קרית יואל בראשם פונעם מרא דאתרא געטשעפעט און געצאפט דאס בלוט פון הונדערטער משפחות אבער עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדן,
היינט נאכט קומט פאר די ערשטע חתונה "טעראר פריי" און די גאנצע הנהגה גייט כאדרארם, מ'שרייט הילף לאז "שפיל מיט פייער", מ'שיקט אראפ בנו בכורו צום ירושלימער רב ער קומט אבער אהיים מיט ליידיגע הענט, מ'שיקט צוויי שלוחים צו הגה"צ משארמאש זיי ווערן ארויסגעשליידערט בבושת פנים, מ'האט שוין אלעס פרובירט, אבער מ'שטעלט שוין די פיר שטאנגען, און אין געציילטע שעות גייט פארקומען דער געהויבענער מעמד החופה, וואס דאס גליקליך פאר פאלק גייט זוכה זיין אנצוהייבן זייער לעבן מיט אזא געוואלדיגן אקט פון קידוש השם.

אשריכם משפחת הירש הנכבדה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 02:12 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי rebyankel ב- 28/01/2010 02:13:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2010 02:14 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2010 02:14 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2010 02:15 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ערשטע חתונה אין קרית יואל אן די שט"ראף" בקרוב!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.