נעכטען נאכט, אור ליום ה' פרשת בשלח תש''ע, איז פארגעקימען א חתונה און די גלילות פון קרית יואל, יע''א און דער מסדר קדושין איז געווען דער פורץ גדר, ר' יואליש מארגענשטערן – שילדקרויט די שמחה וואס הערשט ביי די פארטריבענע קרעשמע זיצער, איז עד לב השמים, די ימי אבילות, אויף די פארמאכטע קרעשמע, האט זיך נעכטען ספאנטאן פארענדיגט, מיטן רקידה פון חסדי ה' און בך בטחו, נאך דער א''ג, חופה,(די אמת'ע חופה איז געווען און די שפעטע נאכט שעה'ען, נאך די חתונה, ) פארוואס איז די שמחה אזוי גרויס? וועם האט מען אפגעטאן מיט זיך אנפייפען אויף דעם היילגען אמורא רב? וועם האט מען אפגעטאן מיטן זיך אויספייפען אויפן הייליגען ר''ת? וועם האט מען אפגעטאן מיטן זיך אויס פייפען אויף רבינו הקוה''ט זי''ע? וועם האט מען אפגעטאן מיטן זיך אויספייפען אויף הרה''ג רבי אליקים געציל בערקאוויטש שליט''א דער בעל אדלי דבש, וואס איז נתמנה געווארן אלס דומ''ץ דמתא דורך רבינו הקוה''ט זי''ע? די דאזיגע קרעשמע פארטריבענע האבן בסך הכול, געוואלט ווייטאן כ''ק רבינו שליט''א, טיט דאס דען וויי פאר רבינו שליט''א? איז דען רצון קדשו פון רבינו שליט''א צו זיין מסדר קדושין, ביי די דאזיגע עבריינים? ביי די וואס גייען און קארט? ביי די וואס מסר'ען יודן? ביי די וואס גייען צו די גויאישע פרעסע, און בשמוצען כלל ישראל? ביי די וואס זענען זיך מוסר נפש אויסצורייסען דען נאמען פון רבינו הקוה''ט זי''ע? ביי די וואס זענען געאסערט געווארען דירוך אלע גדולי ישראל? זיכער נישט! נאר אלס מרא דאתרא ליגט א פליכט אויף רבינו שליט''א, צו זיין מסדר קדושין, און שטיין על המשמר, אז נישט ערליכע חתנות זאלן פארקימען און די שטאט, למשל: א פאר יאר ציריק איז געווען עפעס א יונגערמאן וואס האט זיך פארליבט און גויטע, און האט מיט איר געוואלט חתונה האבן, האט ער זיך פארשאפט עפעס א געוויסע ראביי פון קרית יואל זאל דורך פירען א גיור שפיל, און דערנאך איז דער ראביי געווען דער מסדר קדושין, רח''ל די גאנצע יודישע וועלט האט דאן גערעשט און געטימעלט, אויף די שרעקליכע פרצה, וואס איז פארגעקימען און קרית יואל, און דעם הייליגען שטעטעל ווואס רבינו הקוה''ט האט מייסד געווען בדם לבבו, בערוב ימיו מיט מס''נ ממש, און האבן פארדאמט דעם ראביי, אויפן שארפסטע פארנעם, און די דאזיגע קרעשמע פארטריבענע ווילן נאר אזעלכע חתונות זאלן פארקימען, זיי ווילן הפקירות, נא? זאל עס גיין אויף זייער חשבן, קהל יטב לב האט פראבירט מיט אלע מיטלען, אבאכט צו געבן אז עס זאל זיין א קאנטראל אויף די סידר קדושין, אונז האבן אלעס געטאן, אונז וועלן קענען זאגען מיטט א ריינע געוויסען אז מיר האבן פראבירט צו טאן אלעס, אז די קדישה און טהרה און קרית יואל זאל זיין וואו ער דארף צו זיין, איז געקימען א שילדקרויט, און עס צו בראכען, נא יבוא בעל הכרם, ויכלה את קוציו
 |
|
|