אבל אשמים
אנחנו ???
צוזאמען מיט די גאנצע אידישע וועלט זענען
מיר נאך אלע אונטערן שאק און שוידער פון די ביטערע שוידערליכע רציחה מעשה וועלכע
האט פאסירט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט אין ארץ ישראל.
מיר ווילן ח"ו נישט מיט די ווערטער
נעמען אויף זיך אפילו די מינדענסטע שולד איבער די שרעקעדיגע רציחה אקט וועלכע עס
איז פארגעקומען אין ירושלים איבער אן אומשולדיג שעפעלע דורך איר אייגענעם טאטן. ווער
ס'איז שולדיג איז שולדיג און מער קיינער נישט.
אבער וואס יא, היינט האב איך געהערט פון
א איד אז דער יונגערמאן האט זיך געדרייט לעצטנס דא אין ניו יארק א קיימא לן פון 6
וואכן צו צאמנעמען אפאר טויזנט דאלער צו באצאלן פאר זיינע בעלי חובות, (נאכן שלעפן
אויף זיך 50 טויזנט דאלער חובות) און האט זיך ארומגעדרייט נע ונד און קיינער (אן א
גוזמא) האט אים נישט אנגעקוקט, און ווען ער איז אהיימגעפארן האט ער זיך דערזעהן אז
ער האט ניטאמאל געדעקט דעם טיקעט...
יעדער נארמאלער בר דעת זאל זיך א מינוט
פארשטעלן אזא סארט מצב 6 וואכן אן א שטוב מיט קינדער, אן נארמאלע עסן און טרונקען,
אן א סביבה מיט וועם צו טוישן א ווארט, בלויז פון דעם מצב אליין קען מען דאך כאפן
אן אטאקע. און אפי' אויב ס'איז אמת אז דער מדובר האט שטענדיג געהאט מיט די נערוון,
קען אויך זיין אז צוליב דעם מצב איז ער פלוצלינג ערגער געווארן און די מעדעצינען
האבן אויפגעהערט צו ווירקן.
איז אזוי, וועט יעדער פרעגן וואס האבן
מיר געקענט טוען ? מיר האבן דען צו געבן ? איז דער ענטפער ניין, און נאכאמאל ניין.
מיר קענען נישט צושטייער געבן קיין גרויסע געלטער יעדן ראצער'ל וואס פאלט אריין
אין חובות. אבער איין זאך קענען מיר יא געבן און דאס קען קיינער נישט לייקענען: א
גוט ווארט, און א שמייכל. ווען מ'זעהט א צובראכענעם און צושאסענעם ארץ ישראל'דיגן
איד וואס דרייט זיך דא ארום נאך געלט וואכן לאנג, קענען מיר אים געבן א גוט ווארט
ער זאל שפירן אז איינער קוקט אים בכלל אן.
איינער וואס האט דאס נאכנישט מיטגעמאכט
קען דאס קיינמאל נישט פארשטיין, דער גר היית בארץ נכריה דרייט זיך ארום ווי אן עני
חשוב כמת, און ווארט אז איינער זאל קוקן אויף זיין זייט כאטש, און זיכער אז ס'קומט
צו א שטיק חיות ווען איינער קומט צו און געט א שלום עליכם, פון וואו זענט איר ? וואו
שטייט איר ? ווי לאנג בלייבט איר ? מיט דעם איז מען נישט נאר מחיה א איד און מקיים
אן עולם מלא, נאר דאס געט אים גאזאלין און כח ממשיך צו זיין און אהיימנעמען עפעס
עסן צו די משפחה אין ארץ ישראל.
טראכט דאס גוט איבער רבותי, ס'ליגט עפעס
דערין.