נעכטן איז ל"ע אוועק פון די וועלט גאר א חשוב'ער איד הרה"ח ר' דוד שמחה האכהייזער ע"ה, אין בליענדן עלטער פון 60 יאר, נאר א ביטערע מחלה ל"ע.
דעם נפטר האט מען מקבר געווען אין בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל, אין די נייע חלקה.
די אהרונים האבן דאך א מנהג, אז יעדעם יחיד'ס בלוט איז הפקר אויב קענען דערפון ארויסקומען אפילו די מינדענסטע טובה הנאה, פאר זייער עבודה זרה. זיי וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו טרינקען יענעמס בלוט.
האבן זיי טאקע אנגעהויבן א שמוץ אטאקע קעגן הר"ר דוד שמחה ע"ה. נוצנדיג ווערטער, אפגעשליסען און אפגעריסען.
דערצו האבן זיי מבזה געווען זיינע קינדער און משפחה שרייבנדיג: פארשטייט זיך אז עס איז געווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף אים נעבעך.
און נאך א גאנצע טוץ מיט לשונות, וואס איך גיי נישט דא נאכשרייבן.
פארשטייט אז ס'איז שקר וכזב, אמת אז ר' דוד שמחה האט ליידער מיטגעמאכט יסורים, אבער ער האט דאס מקבל געווען, און ווייטער עוסק געווען בתורה שעות לאנג, אזוי ווי זיין גאנץ לעבן.
אויסער דעם האט ער זייער א חשוב'ע משפחה פון קינדער און איידעמער, און חס ושלום אז איינער זאל טראכטן פאר א רגע אז זיי האבן זיך נישט אומגעקוקט וכדומה. זיי האבן פשוט געמאכט זייער החלטה ווי אים צו ברענגען לקבר ישראל, אן זיך דורכרעדן מיט ר' אהרן טייטלבוים חסידים און היידפארק שרייבערס.
נעבעכדער איז דער רא"ט וואס האט ערצויגן אזעלכע חסידים.