די זאליס האבן אנגעהויבן אויסאיבן א דריק אויף די בעליבאטים פון גאלדען פלאו אז אויב וועלן זיי נישט נעמען זייער "העכשער" וועלן זיי ארויסגעבן אינסייד זאכן איבער די שרעקליכע כשרות סקאנדאלן וואס דארט קומט פאר.
די טעראריסטן בראשות פון איינעם יואלי ברעכער וועלכער איז דער אגענט פאר ר' חיים דוד כ"ץ און אנדערע זאלי שלעגער האבן אנגעהויבן סטראשען גאלדען פלאו אז זיי האבן אסאך סחורה איבער שרעקליכע מיסברויכן בעניני כשרות, און אז זייער מילך האט חששות טריפה און אז די השגחה פון התאחדות איז א שטיק בלאף, ס'איז דארט נישטא קיין השגחה תמידית, ערלים מעלקן כשאין ישראל רואהו, וכו' וכו', וואס לויט ווי די זאליס זאגן איז גאלדען פלאו כמעט חלב עכו"ם רח"ל.
וויבאלד גאלדען פלאו האט זיך נישט ביים ברעכן פאר ברעכער/כ"ץ טעראר שטיקעס האט די זאלי פורים בית דין געשיקט שארפע התראות פאר גאלדען פלאו אז זיי וועלן מוזן הייסן דעם ציבור קויפן אנדערע מילך, וועלכע האט נישט קיין חששות.
דערווייל האט זיך אריינגעמישט די קהילת פאפא און צעהלים וועלכע זענען שטארק אקטיוו מיט גאלדען פלאו, און זאגן פאר די זאליס, גיטס ארויס ענקערע סקאנדאלן אומר ועושה !
פרטים יבואו
נשלח ב-4/1/2010 21:38
איך בין נאך נישט באקאנט מיט די פרטים, סך הכל הער איך יעצט א ערשטע מאל וועגן א גאלדען פלאו זאלי פרשה.
סך הכל פון מיין עקספיריענטס מיט יונה'ס מעשיות וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן בערך אזא מעשה:
היות די אהרוינים פירן א מערכה קעגן גאלדען פלאו (די סיבה איז אייך אוודאי באקנט, ווייל גאלדען פלאו האט נישט געוואלט 'געבן' מילך אויף קרעדיט פאר די שפאגל נייע אהרוינישע מוסדות אין וו"ב, גאלדען פלאו האט פארלאנגט COD) האט גאלדען פאלו זיך געוואנדן צו די זאלי'ס אז לכה"פ די זאלי'ס זאלן קויפן נאר גאלדען פלאו, האבן די זאלי'ס מסכים געווען בתנאי גאלדען פלאו נעמט די השגחה און לייגט ארויף די זיגל פון די זאלי וועד הכשרות. און פירט איין געוויסע חומרות וכדו' דא האלט דאס יעצט. ווען יונה האט זיך דערוויסט דערפון האט ער שנעל געבאקן א מעשה כאילו טעראר מצד די זאלי'ס איז אינוואלווד...
נשלח ב-4/1/2010 21:43
קענסט לייקענען.
איך געדענק נאך ווען פארמעגליך אליין האט אפגעלייקענט מיין באריכט אז די זאליס גיין דינגען א זאל פון א האלב מיליאן סקווער פיס פאר כ"א כסלו.
מיין אינפארמאציע איז קלאר. און די פרוף וועט האפענטליך נישט שפעטיגן צו קומען.
אגב, האב איך אויך געברענגט 2 נעמען. 1) יואלי ברעכער 2) ר' חיים דוד כ"ץ
ס'איז דאך נאך פארמישטע, און כ'וועל אי"ה באריכטן ווי נאר כ'וועל האבן די ערלויבעניש.
נשלח ב-4/1/2010 21:55
נאכן נישט זיין באקאנט מיט די פרטים, איז ער תיכף ומיד מודה אז די מעשה איז אמת.
זייער פארשטענדליך אז ער וויל נישט זיין באקאנט מיט די פרטים.
נשלח ב-4/1/2010 22:31
נפל כתב:
איך בין נאך נישט באקאנט מיט די פרטים, סך הכל הער איך יעצט א ערשטע מאל וועגן א גאלדען פלאו זאלי פרשה.
סך הכל פון מיין עקספיריענטס מיט יונה'ס מעשיות וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן בערך אזא מעשה:
היות די אהרוינים פירן א מערכה קעגן גאלדען פלאו (די סיבה איז אייך אוודאי באקנט, ווייל גאלדען פלאו האט נישט געוואלט 'געבן' מילך אויף קרעדיט פאר די שפאגל נייע אהרוינישע מוסדות אין וו"ב, גאלדען פלאו האט פארלאנגט COD) האט גאלדען פאלו זיך געוואנדן צו די זאלי'ס אז לכה"פ די זאלי'ס זאלן קויפן נאר גאלדען פלאו, האבן די זאלי'ס מסכים געווען בתנאי גאלדען פלאו נעמט די השגחה און לייגט ארויף די זיגל פון די זאלי וועד הכשרות. און פירט איין געוויסע חומרות וכדו' דא האלט דאס יעצט. ווען יונה האט זיך דערוויסט דערפון האט ער שנעל געבאקן א מעשה כאילו טעראר מצד די זאלי'ס איז אינוואלווד....
על כל פנים, די מעשה איז 100% אמת, איך ווייס שוין דערפון קנאפע צוויי וואכן
די זאליס בראש מיט ר' חיים דוד כ''ץ לייגן פרעשער אויף גאלדן פלאר און לעת עתה
האבן זיי זיך נישט געבראכן, ר' מרדכי גוטמאן האט גענטפערט פאר ר' חיים דוד כ''ץ
אז ער איז וועלקום צו קומען אין פארם ווען איממער און קען אפילו מאכן רעקאמענדאציעס
פאר הידורים מיט חומרות, אבער קיין השגחה (טשעק בלע''ז) איז ער נישט גרייט צו
נעמען פון עהם.
יונה די האסט שוין אין דיין רייכע הייד פארק היסטאריע געשריבן הונדערטער מעשיות מיט נעמען וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש דיין ברענגן יעצט 2 נעמען איז גארנישט מער ווי א פראוו מען זאל דיר גלייבן.
נשלח ב-4/1/2010 22:48
איך ווייס שוין די מעשה א שטיק צייט די מעשה גייט אביסל אנדערש.
אזוי ווי ר' יונה שרייבט קומט פאר געוואלדיגע מכשולות אין גאלדען פלו. שרעקליכע מיסברויכן בעניני כשרות, חששות טריפה, און די השגחה פון התאחדות איז א שטיק בלאף, ס'איז דארט נישטא קיין השגחה תמידית, ערלים מעלקן כשאין ישראל רואהו, וכו'
ווען די זאלי ועד הכשרות האט דאס געכאפט, האבן די פאר ערליכע גענומען מאכן א ויצעקו. מרדכי גוטמאן האט געזאגט איך האב ענק אין באד. איך האב ימ'ען מיט געלט, איך האב געגעבן פאר סאסמאן'ס אין קרית יואל די מקוה און איך לאך זיך אויס.
איז געווארן א גאנצע געטועכץ ביי די זאלונשע געהיימע מיטינגס וואס צו טון. טייל האבן געטענה'ט ער האט אסאך געלט מ'טאר זיך נישט שלאגן מיט אים. אנדערע האבן געזאגט אז ער געט נישט גענוג געלט פאר די פארטיי און ער האט נישט געלאזט באערדיגן די מאמע אין פאלאקס לאט. די פרומע האבן געשריגן מ'קען שיסן צוויי פויגלעך מיט איין שאס הייסן פרום און צופיקסן גוטמאן.
געבליבן איז די החלטה, אז מ'גייט סטראשענען מרדכי גוטמאן מיט עפענען א נייע מילך און אז ער וועט פארשטיין אויפן ווינק און צאלן לא יחרץ געלט וועט מען מאכן א שווייג.
למעשה האט גוטמאן צוריקגעשריגן עטס זענטס בלעיקמעילערס מיינען נאר א פאר דאלער און איך גיי מיך נישט לאזן טעראריזירן.
איז די געהויבענע לישקע אראפגעפארן צו מחמירים און איינגערעדט די בעה"ב אז זיי גייען סוויטשען און פארלאנגט א קאנטראקט. ווען מחמירים האט געגעבן דעם קאנטראקט האט ר' זאליש'ל אליינס געפאכעט מיטן קאנטראקט און פארלאנגט די לא יחרץ געלט אז נישט.....
האט מרדכי גוטמאן געזאגט אויב אזוי, נקבה שכרך ואתנה. מ'האט אפגעמאכט א פרייז און פארשוויגן די כשרות פראבלעמען און שוין.
נאך איין זאך וואס די זאלונים פארלאנגען נאך און עס איז דא א דיון צווישן גוטמאן אין די זאלונים דערויף, איז צו מ'זאל ארויפלייגן זייער ביד"ץ - לישקע השגחה אויפן מילך.
די זאלונים זאגן, אז רבינו שליט"א האט איבערגענומען דעם קאנטראל פון די פלייש אין אמעריקא. דארפן זיי יעצט כאפן די מילך. גוטמאן טענה'ט אז יעדער ווייסט אז די לישקע איז א דזשאוק און עס וועט נאר קלאפן זיינע סעילס. בלייבט איבער צו זען, איך יפול דבר....
איך ווייס שוין די מעשה א שטיק צייט די מעשה גייט אביסל אנדערש.
אזוי ווי ר' יונה שרייבט קומט פאר געוואלדיגע מכשולות אין גאלדען פלו. שרעקליכע מיסברויכן בעניני כשרות, חששות טריפה, און די השגחה פון התאחדות איז א שטיק בלאף, ס'איז דארט נישטא קיין השגחה תמידית, ערלים מעלקן כשאין ישראל רואהו, וכו'
.
וואס. איך שרייב אז עס קומען פאר מכשולות אין גאלדען פלאו.
איך האב געשריבן אז די זאליס בראשם פון די טעראריסטן ברעכער און רח"ד כ"ץ זאגן אזוי.
די זאליס האבן דאך עפעס א רמ"א אז מ'דארף נישט בודק זיין ! זיי זענען די אוכלי נבילות מיט זייער מליחה ואילך פלייש.
אינדעפנדענט, ביטע דריי נישט אויס מיינע ווערטער.
די זאליס האבן איין זאך אינזין, געלט און פאוער. כשרות האבן זיי אין דר'אדמה.
נשלח ב-4/1/2010 22:58
ביסטו געוואויר געווארן אז זייער מילך איז נישט ממליחה ואילך נאר מלא יחרץ געלט ואילך....
נשלח ב-4/1/2010 22:59
אינדפנדנט כתב:
איז די געהויבענע לישקע אראפגעפארן צו מחמירים און איינגערעדט די בעה"ב אז זיי גייען סוויטשען און פארלאנגט א קאנטראקט. ווען מחמירים האט געגעבן דעם קאנטראקט האט ר' זאליש'ל אליינס געפאכעט מיטן קאנטראקט און פארלאנגט די לא יחרץ געלט אז נישט.....
האט מרדכי גוטמאן געזאגט אויב אזוי, נקבה שכרך ואתנה. מ'האט אפגעמאכט א פרייז און פארשוויגן די כשרות פראבלעמען און שוין.
נא? וואס איז געווארן? האט ר' זאליש'ל געבראכן די קאנטראקט מיט מחמירים? מחמירים פארשווייגט? בעקער
נשלח ב-4/1/2010 23:01
א נישט אינטערגעשריבענע קאנטראקט ברעכט מען נישט.
נאר געמאכט פורים פון א פאר אידן וואס האבן זיך איינגערעדט אז די לישקע איז אינטערעסירט אין כשרות.
נשלח ב-4/1/2010 23:06
אה, און מרדכי גוטמאן וועלכער האט לויט ענקער עדות זיך נישט דערשראקן פון אלע שטיקלעך פון די זאליס צוזמאען מיט זייער לישקע - האט זיך פלוצלינג דערשראקן פון א "נישט אינטערגעשריבענעם" קאנטראקט?
צו דארפט איר אויפמאכן אז די לישקע איז אראפגעפארן צו מחמירים צו "שרייבן א קאנטראקט" נאר כדי צו צייגן פאר ר' מרדכי א "נישט אינטער...." דאס איז נאך נישט א סיבה צו פארן, מ'קען דאס טון אויף א קאמפיוטער אן פארן...
פיקס אביסל צו די מעשה
נשלח ב-4/1/2010 23:08
די לישקע איז דארט געווען 100%
נאכן לאזן מחמירים מיטן צונג אינדרויסן, ווייל גוטמאן האט באצאלט. האט מען געזאגט פאר מחמירים אז מ'גייט אים נעמען אין די שולן יעצט אלס פיוס. אבער די בעה"ב שוימען פאר כעס איבער אזעלכע לוי לייפס.
תוקן על ידי אינדפנדנט ב- 04/01/2010 23:12:29
נשלח ב-4/1/2010 23:09
תוקן על ידי אינדפנדנט ב- 04/01/2010 23:12:51
נשלח ב-4/1/2010 23:12
איך פארשטיי דיין מהלך המחשבה... זי גייט אזוי... די לישקע איז געווען... אלא מאי מיז דאך זיין אז זיי האבן געשריבן א קאנטראקט... צו וואס דארפן זיי א קאנטראקט?.... אלא מאי מיז דאך זיין אז זיי ווילן דאס ניצן קעגן גאלדען פלאו.... פארוואס ווילן זיי טשעפען גאלדען פלאו?... אלא מאי מיז דאך זיין אז.... עה...
ולבסוף ווערט נתברר אז פון 1000 וועלף איז געבליבן א בלעטל וואס האט זיך געשאקלט...