בית פורומים כל העולם כולו

יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2010 02:13 לינק ישיר 

כ'האף אז דער עולם האט שכל נישט צו גלייבן קיין ווארט פונעם נפל ל"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 04:04 לינק ישיר 

ליידער איז נפל גערעכט דא.

שומו שמים וואו געלט גייציגקייט האט געפירט א איד.

אזהרה פאר יונגעלייט וואס פארהאנדלען מיט די באנק:

עטס זענטס נישט זיכער מיט ענקערע דירות. די שגץ שטיק וואס דא איז געטאן געווארן מיינט אז יעדער יונגערמאן מיט אפאר דאלאר קען יעצט גיין צו די באנק און ארויסכאפן זיין שכנ'ס דירה.

נאך א זאך:

רוב ליידיגע דירות אין קרית יואל באלאנגען יעצט פאר איין מענטש וואס האט דעם מאנאפאל.

דאס מיינט אז די פרייזן גייען ארויפגעשרויפט ווערן צום הימל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 05:11 לינק ישיר 

די מעשה האט געלאנדעט ווי א באמבע אין קרית יואל.

מענטשן זענען אין שאק אז איינער האט געקענט טון אזא זאך.

מען שמועסט אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אז איינער זאל דילן מיט די באנק פאר א לאון מאדיפיקעשאן און א צווייטער זאל גיין און ארויס כאפן די מארגיזש פון עם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/1/2010 05:13 לינק ישיר 

מיט קיינמאל געווען מיין איך ביים היימישע עולם

יעצט וועלן אנדערע יודן גאנץ זעכער טרייען נאכצוטון די טריק




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/1/2010 06:53 לינק ישיר 

לעקסינגטאן, דאס איז דאך געווען יאנקי'ס חשבון מיטן איבערנעמען די מארטגיזש פון די באנק

ער איז געשטאנען ליידיג מיט זיינע דירות אין חברון אין בשום אופן נישט געוואלט אראפלאזן די פרייזן

אנדערש ווי אנדערע בויערס האט יאנקי נישט געליטן א שטארקן קלאפ אין די לעצטע רעסעשן (פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט) אין ער איז נישט געווען דעספערט צו פארקויפן די הייזער אויף חברון פאר שפאט ביליג כדי צו קענען באצאלן די הלואה פאר די באנק

אבער יודי איז אים געפערליך געשטאנען אין וועג ווייל יודי האט יא אראפגעלאזט די פרייזן אין זיין פלאן איז געווען צו פארקויפן זיינע הייזער אין קרית ברך משה פאר ממש קאסט פרייז, אין וועגן דעם האט ער געהאנדלט מיט די באנק אין שוין געהאלטן פארן קומען צו א דיל מיט זיי אז זיי זאלן אויך מוותר זיין א גרויסן חלק פון די הלואה

דאס וואלט געווען א גרויסע דיזעסטער פאר יאנקיס דירות אין חברון, האט ער זיך געמאכט א פשוטן חשבון אז מיטן מאכן אן איינמאליגן אינוועסטמענט דורך אפקויפן יודי'ס מארטגיזש פון די באנק איז ער צוריק ברמה ווייל ער גייט נישט מוחל זיין פאר יודי'ן א פעני פין דעם מארטגידזש אזוי אז יודי וועט מוזן האלטן די פרייזן הויך

וואס סגייט יעצט זיין איז מסתמא אז יודי וועט מוזן קומען צו יאנקי סופר אין עם פאלן צו די פיס אין עם אפערן מיליאנען דאלערס צו מאכן א דיל מיט עם (וואס וועט גיין אויפן חשבון פון די קונים) אדער וועט די גאנצע פראיעקט אריינפאלן אין פארקלאזשור אין יאנקי סופר וועט בלייבן בעל הבית פון יודי'ס הייזער

אזוי צו אזוי וועט יאנקי ארויסקומען א געווינער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 14:18 לינק ישיר 

עס איז נישט די ערשטע מאל א היימישע יוד קויפט א צווייטענס מארטגעדזש

הלכהדיג האט די סופר אן ערענסטע פראבלעם, ער טאר נישט טזארזשען ריבית פון יעצט אין ווייטער

וואס טיט ער אויב גאלבערגער reinstates זיין לאון אין מאכט זיין קאנדאס פאר רענטעלס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 16:43 לינק ישיר 

האסט געהערט פון איינעם לעצטנס וואס האט פארהאנדלט מיט די באנק פאר א שארט סעיל אדער מאדיפיקעישאן און א צווייטער איז געקומען און ארויסגעכאפט דעם מארטגעדזש פון אים?

ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אזוינס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/1/2010 17:55 לינק ישיר 

סאיז נאך נישט געהערט געווארן אזאנס, אז מען זאל אויסכאפן א צוויטען מארגיטש...

די זעלבע איז דא געווען, קיינער האט גארנשיט אויסגעכאפט, עס איז געווען א דיעל, און מיט די פולע הסכמה פון גאלדבערגער, זייט נישט משוגע, אלע געשרייבעכטץ דא איז סתם שאדעלע באדעלע מעשות.

מען קען נישט אסאך רעדן וד"ל, אבער אלעס וואס דא שטייט איז גוט פאר שאדעלע באדעלע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 18:01 לינק ישיר 

לאגיש כתב:

יעצט וועלן אנדערע יודן גאנץ זעכער טרייען נאכצוטון די טריק



עס איז גאנץ זיכער אז אנדערע וועלן נישט נאכטון דעם שריט, ווייל לויט ווי עס זעט אויס בהשקפה ראשונה האט זיך פאר יאנקי סופר נישט געלוינט דעם דריידל. איך האב געהערט נעכטן נאכט פון א חושן משפט דיין "אברהם יודא גאלדבערגער איז געווארן א גביר איבער נאכט, פון איין טאג צום צווייטן האט ער זיך איינגעשפארט מיליאנען דאלארן 'ריבות' וואס ער פעלגט צאלן פאר די באנק און יעצט בלייבט דאס געלט אין זיין טאש".

יאנקי סופר האט געמאכט א איבערגעאיילטע נערישע שריט, ער האט דא געטון א געוואלדיגע טובה פאר אברהם יודא גאלדבערגער, און סוף כל סוף נאך אלעם וועט יאנקי נישט מאכן קיין געלט פון דעם געשעפט (אפשר נישט דערלייגן, אבער מאכן זיכער נישט. דאס איז ביטערע נייעס פאר יאנקי ווייל דאס מיינט אז ער האט איינגעשפארט 20 מיליאן און קען דארויף נישט מאכן קיין ריוח, דאס אליינס איז א פאליסט מדרגה ראשונה).

צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט פעלט זיך אויס א הקדמה:

אברהם יודא האט די לאט'ס און דירות אויף זיין נאמען, די באנק האט א ליע'ן דערויף צוליב די מארטגעדש. יאנקי סופר האט אפגעקויט די מארטגידש פון די באנק. יעצט בלייבט ווייטער אברהם יודא גאלדבערגער מיט די לאט'ס און דירות, און יאנקי סופר האט א ליע'ן צוליב די מארטגעדש וואס ער האלט.

די חשבון איז פשוט, ביז היינט איז אברהם יודא געווען שולדיג פאר די באנק 40 מיליאן דאלער, אויף די 40 האט ער יעדע יאר באצאלט אפאר מיליאן אויף 'ריבות'. עס איז אויסגעקומען אז אויף אפצווישן דעם חוב פארן באנק וואלט אברהם יודא געדארפט באצאלן בערך $2,880,000 א יאר פאר בערך 25 יאר. יעצט איז די באנק ארויס פונם געשעפט, ער איז מער גארנישט שולדיג פאר די באנק.

יעצט איז אברהם יודא שולדיג פאר יאנקי סופר 20 מיליאן און ער צאלט נישט קיין ריבות ווייל א איד טאר נישט נעמען ריבות.
איצטער הערט וואס האט פאסירט ... אברהם יודא גאלדבערגער דארף יעצט באצאלן פאר יאנקי סופר ווייטער די $2,880,000 א יאר פאר די נעקסטע...7 יאר, דאס מיינט אז אברהם יודא האט דא פארדינט ... (כאפט אייך אָן אין בענקל...) "צוויי און פופציג מיליאן דאלער". און יאנקי סופר גייט ארויס מיט די זעלבע 20 מיליאן וואס ער האט אריינגעלייגט, דאס הייסט אז יאנקי האט געבארגט פאר אברהם יודא 20 מיליאן דאלער אויף 7 יאר און אים נאך געשפארט 52 מיליאן!. גלייבט מיר נישט מאכט אליינס דעם חשבון.


נ.ב. דאס אלעס איז נאר גוט אויב יאנקי סופר וועט נישט ניצן דעם קארט סיסטעם און וועט זיך האלטן צו דין תורה אזוי ווי עס פאדערט זיך פון א איד. אויב לויט יאנקי אין קארט איז ער א געוואלדיגער געווינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 18:07 לינק ישיר 

טאקע וועגן דעם מאכט די מערסטע סענס אזווי רבי יונה האט געזאגט וד''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 18:14 לינק ישיר 

לו יהא, אז אברהם יודל וואלט מצליח געווען מיט א לאון מאדיפיקעישאן
וויאזוי וואלט די פרייז פאר די דירות געפאלען?
קען מיר איינער מסביר זיין?

אגב אויב איז אמת אז אברהם יודל'ס דירות וואלטען געפאלען די פרייז, דאן איז זייער שכל'דיג (כ'ווייס נישט אויב תורה'דיג) פארוואס ער האט עס געטוהן
ער האט נישט געוואלט זיין געצווינגען אראפצולאזען די פרייזען פין 'זיינע' דירות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 18:20 לינק ישיר 

דין תורה וואס מיינט וד"ל? מיט וועם האלט רבי יונה אז מ'טאר נישט רעדן???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 18:28 לינק ישיר 

וד"ל מיינט אז עס איז נישט "געזינט" צו רעדן.

די אלע מגילות, מיט נפל שטותים, איז גוט פאר שאדעלע באדלע פאר קינדערגארטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 18:48 לינק ישיר 

פארוואס שאדעלע באדעלע, די מעשה האט אן אנדערע ווערסיע אויך? אדרבא פארצייל! נפל האט בס"ה אראפגעשטעלט פאקטן וואס ער האט געהערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 18:50 לינק ישיר 

נקוט האי כלל בידך,
 וואו דער ניפל, רעד אריין, זאלסטו וויסען אז דער שר החלום מיטן שר המשגעים מאכען א רקידה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.