בית פורומים כל העולם כולו

יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2010 22:45 לינק ישיר 

כווייס אויף הונדערט פראצענט אז יודי גאלדבערגער האט נישט געוואוסט אז יענקי גייט נעכטן אפקויפן די מארטגעזש, איך ווייס נישט אויב זיי האבן בכלל פארהאנדלט אויף עפעס אדער נישט אבער די נעכטיגע מעשה איז קלאר געווען אן הסכמה. פונקטליך פארוואס ווייס איך נישט.

פון די אנדערע זייט איז קלאר ווי די טאג אז יודי גאלדבערגער וואלט כמעט גארנישט אראפגעלאזט אויב סגעלונגעט איןם די שפיל מיט די באנק, איינער וואס רעדט זיך איין אנדערש איז א שוטה אדער א ליגנער!

סאו דאס איז געווען און וועט בלייבן א געלט סכסוך צווישן צוויי רויבערס וואס רייטן אויפן ציבורס חשבון, און איינער מאכט זיך פאר א חסיד און דער אנדערער איז נאך דערווייל א חסיד. גארנישט מער און גארנישט ווייניגער! דער ציבור האט גארנישט פארדינט אדער דערלייגט פון די גאנצע מעשה אויסער א פרישע סכסוך צווישן צוויי מענטשן וואס האבן נישט קיין ברעקעלע יראת שמים און זענען פוסע על ראשי עם קודש שוין יארן לאנג!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 18:51 לינק ישיר 

ר' יונה, מיט'ן האקן קאפ אין וואנט און איבערזאגן דעם שקר מאכסטו אז אפילו אהרונים זאלן דיר קיינמאל מער נישט גלייבן.

קענסט נישט פארלייקענען אז יעצט איז טאג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/1/2010 20:12 לינק ישיר 

איך האב היינט קאנפוירמד מיט אן ארבעטער ביי ר' א.י.ג.
לויט ווי ער זאגט מיר איז געווען א דיעל צווישן סופר און גאלדבערגער.

סופר האט אויסגעפאלגט גאלדבערגער'ס ארדער, אבער נאכדעם האט סופר געבראכן דעם אפמאך און באשלאסן אז ער וויל נישט זיין קיין שותף אין די דירות נאר ער וויל אז גאלדבערגער זאל אים אראפלייגן דאס געלט וואס ער האט געצאלט, פלוס א גרויסן סכום פון עטליכע מיליאן דאלאר, וואס סופר טענה'ט אז גאלדבערגער האט אים שאדן געמאכט דא און דארט.

סך הכל:
סופר האט נישט אויסגעקויפט דעם נאוט אן דעם וויסן פון גאלדבערגער.
סופר האט געהאט א געשעפטליכן אפמאך מיט גאלדבערגער
סופר האט געבראכן דעם אפמאך, נאכן שליסן דעם דיעל.

אין מיינע אויגן איז דאס א רוטינער סכסוך בעניני ממונות.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 20:15 לינק ישיר 

א שאד צו טענה'ן אויב איז אמת אז סופר האט געטוהן עפעס אימריכטיג קעגן דאך ג''ב אים רופן צו די''ת (זיי זענען ביידע נישט קיין זאלי'ס ווי דין תורה איז אסור ר''ל)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 20:30 לינק ישיר 

אייזעקמאנדל,

ביזטו נישט געווען דער וואס האט געעפנט די אשכול אז ר' א.י.ג. איז באנקראט, (וואס די מנהל האט שפעטער געטוישט נאכן זען די גרויסע שקר)?

האסט טאקע נישט קיין טראפ בושה אין דיר?

פאר די וואס ווייסן נישט: די רומאר אז א.י.ג. איז געגאנגען באנקראט איז ארויסגעלאזט געווארן כדי צו מאכן יאנקי סופר אויסקוקן ווי א צדיק, וואס האט געראטעוועט די דירות פון יונגעלייט. אבער די רומאר איז געווען א שטארקע ברענעדיגע דורכפאל

איז יעצט דרייען זיך ארום י. סופר'ס שווענץ און פארקויפן דעם געמיינעם ליגנט אז א.י. ג. האט געוואוסט אז י.ס. גייט אפקויפן דעם מארטגעדזש פאר 21 מיליאן דאלאר.

אייזעקמאנדל, תיקון טעות, האסט אפשר גערעדט צו אן ארבעטער פון ר' י.ס. ווייל איך האב גערעדט צו אלע מענטשן וואס ארבעטן מיט א.י.ג. פון גרויס ביז קליין און יעדער האט מיר איבערגעזאגט די זעלבע זאך

א.י.ג. האט נישט געוואוסט אז י.ס. גייט אפקויפן דעם מארגידזש!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 20:33 לינק ישיר 

איך מיין אז די סיכסוך באלאנגט פאר א ב''ד, נישט דא אויפן פארק, די דאזיגע 2 זענען ביידע טייערע יודן, גרויסע בעלי צדקה, איך זע נישט קיין שום סיבה און דער וועלט, פארוואס די דאזיגער אשכול זאל ווייטער אנהאלטען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 20:33 לינק ישיר 

רעב יאנקל אויב וועט נישט זיין קיין דיל (מ טרייט אויסצוארבעטן יעצט א פשרה) וועט זיין א דין תורה און סוועט זיין די דין תורה פון יאר

ביידע זייטן האבן שוין געהיירט גרויסע טוענים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 20:35 לינק ישיר 

גם אני מצטרף דער דאזיגער סיכסוך, דארף נישט דעבאטירט ווערן דא אויפן פארק! עס האט גארנישט מיט די סאטמארע געמויזעכס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 20:38 לינק ישיר 

פון דעם אליינס אז דער טאהשער וואס דרייט זיך דא אויפן פארק פארסמאקעסט זיך און די דאזיגער נושא, דאס איז גענוג סיבה, אז דאס אשכול זאל פארמאכט ווערן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 20:38 לינק ישיר 

ג''א מצטרף
ספעציעל נאכדעם וואס קריסטאל האט שוין פארציילט אז:
 אויב וועט נישט זיין קיין דיל (מ טרייט אויסצוארבעטן יעצט א פשרה) וועט זיין א דין תורה
ביידע זייטן האבן שוין געהיירט גרויסע טוענים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 20:39 לינק ישיר 

מישמאש כתב:
פון דעם אליינס אז דער טאהשער וואס דרייט זיך דא אויפן פארק פארסמאקעסט זיך און די דאזיגער נושא, דאס איז גענוג סיבה, אז דאס אשכול זאל פארמאכט ווערן!

ער האט מיט טאהש וויפיל ער האט מיט אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 20:41 לינק ישיר 

מנהל עס איז טאקע רעכט, דער סיכסוך באלאנגט נישט דא אויפן פורם, אראפ דערמיט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 20:44 לינק ישיר 

דאס פאסט פאר די זלמן לייבניקעס, אויסצושמירען א פראווטער סיכסוך דא אויף הייד פארק, נאך דערצו ווען ביידע גייען זיך שטעלן צו ד''ת, מנהל בבקשה: אראפ מיט דעם אשכול!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 21:14 לינק ישיר 

די נושא באלאנגט לנמרי נישט דא אויב שוין זאל מען כאטש אויספראקן דעם געהלן דזשופניק מיט דעם רויטן קליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 22:15 לינק ישיר 

ראפאגאש כתב:  
איך מיין אז די סיכסוך באלאנגט פאר א ב''ד, נישט דא אויפן פארק, די דאזיגע 2 זענען ביידע טייערע יודן, גרויסע בעלי צדקה, איך זע נישט קיין שום סיבה און דער וועלט, פארוואס די דאזיגער אשכול זאל ווייטער אנהאלטען,


פארשטיי כתב:
גם אני מצטרף דער דאזיגער סיכסוך, דארף נישט דעבאטירט ווערן דא אויפן פארק! עס האט גארנישט מיט די סאטמארע געמויזעכס!


מישמאש כתב:
פון דעם אליינס אז דער טאהשער וואס דרייט זיך דא אויפן פארק פארסמאקעסט זיך און די דאזיגער נושא, דאס איז גענוג סיבה, אז דאס אשכול זאל פארמאכט ווערן!


אדמיראל כתב:
דאס פאסט פאר די זלמן לייבניקעס, אויסצושמירען א פראווטער סיכסוך דא אויף הייד פארק, נאך דערצו ווען ביידע גייען זיך שטעלן צו ד''ת, מנהל בבקשה: אראפ מיט דעם אשכול!!!

לעגסינגטאן כתב:
די נושא באלאנגט לנמרי נישט דא אויב שוין זאל מען כאטש אויספראקן דעם געהלן דזשופניק מיט דעם רויטן קליין

----

מנהל טייערע גם אני מצטרף, די סוכסוך איז ארויניש פון ביידע צדדים עס איז נישט אינוואלווד דא א זאלי דעריבער איז נישט ריכטיג עס זאל ווערן אויסגעוואשן די אייגענע שמוץ וועש ברבים, עס איז נישט ריכטיג אז מען זאל אויספראקן ברבים צוויי היימישע אינם אייגענעם פורום, אראפ דערמיט


תוקן על ידי נפל ב- 06/01/2010 22:17:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.