|
|
| נשלח ב-6/1/2010 22:23 |
|
| |
ובפרט אויף וואס די אשכול איז געפענט געווארן אז ר' יעקב סופר האט ארויסגעכאפט די דיעל אן ר' אברהם יודא וויסן, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז שקר.
קען מען שוין פארמאכן די אשכול.
אדער קען מען איצט דן זיין איבער די נייער סיסכוך פון די 5 מיליאן דאלער וואס סופר בעט ווי גאלדבערגער נישט ווי אפגעשמוסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 22:49 |
|
| |
יונה האט סופר אויסגעקויפט די מארטגידש בגניבה נאר וועגן א תאוות הכסף וואס ער האט נישט געקענט ביישטיין אדער האט ער געהאלטן אז ער טוט נישט קיין עוולה?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 22:52 |
|
| |
כ'האלט אויך אז די אשכול דארף ווערן פארשלאסען עס איז נישט בעסער פין די זופניק אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:02 |
|
| |
ר' יונה, דו ביסט מיס-אינפארמירט, אדער דו שפילסט?
די מעשה דארף ווייזן ווער עס איז דער פארשוין וועלכע ארבעט שווער אונטערצוברענגען די געטרייע עסקנים אינעם ק"י ווילידש. וירא הקהל!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:43 |
|
| |
יונה איז אפגעסטעמפלט געווארן אלס א שקרן וכזבן.
פון יעצט און ווייטער זענען אלע זיינע אשכולות אין מיינע אויגן אפגעפרעגט ווי די מדינה הטמאה.
די גאנצע שטאט רודערט מיט די מעשה און דער קומט און פארקויפט לגיונות אז יודי האט געוואוסט אז יאנקי גייט עס קויפן.
און לעקסינגטאן, די שעמסט דיך טאקע נישט צו זיין אזא היפאקריט? נאר זופניק און קליין מעג מען באשרייבן ווייל זיי זענען זאליס?
ניין ניין און נאכאמאל ניין. סאיז א מעשה וואס איז ברייט פארשפרייט אין די גאס אין ווער סוויל נישט ליינען דערפון זאל נישט אריינקומען אהער
הקולר תלוי בצווארם פון דעם צד וואס האט געעפנט די אשכול מיט די פאלשע קעפל אז ר' א.י.ג. איז געגאנגען באנקראט
די אשכול האט בעקפייערט קעגן יענעם צד אין יעצט עסן זיי די פירות
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 17:51 |
|
| |
יאנקי סופר'ס ווערסיע
(באלאנד:)
איך וועל אנהייבן מיט דעם אז איך שרייב נאר וואס יאנקי סופר זאגט וואס דא האט זיך אפגעשפילט און שפעטער וועלען מיר זען צי עס שטימט מיט'ן מציאות.
יאנקי סופר און סיי אברהם יודא גאלדבערגער רעדן צו יעדן און ביידע ווילען מען זאל אצינד אויסהערן. ביידע האבן צוויי באזונדערע ווערסיעס אין דער געשיכטע. לויט יאנקי סופר איז ער גאר געווען וואס האט אפגעראטעוועט אברהם יודא גאלדבערגער פון אונטערגאנג, און לויט אברהם יודא גאלדבערגער האט יאנקי סופר גאר אפגעטאן א שטיקל וואס עס האט נאך נישט פאסירט ביי חסידישע יודן על אדמת אמעריקע.
איך וועל קודם אראפשטעלען די מציאות וואס דא איז געווען און נאכדעם די ווערסיעס פון ביידע זייטן. דער שיכון "ברך משה געפינט זיך אויפן גרויסן בערגיקן שטח העכער די בית השחיטה און די מצה בעקערי. אויפצובויען דעם פראיעקט האט אפגעקאסט אין די צענדליגער מיליאנען. די אינפאסטראקטור צו קענען בויען הייזער אויף אזא בארג, צו לייגן "ריטעינינג ווענט", אריינציען סוער, בויען ראודס האט אפגעקאסט אסטראנאמישע סומעס. מעגליך די טייערסטע שטח צו בויען דירות אין קרית יואל.
אברהם יודא גאלדבערגער האט באקומען דעם שטח פון מאיר הירש וועלכער פארפיגט אויף אלע שטחים אין קרית יואל, אונטערן נאמען וועד הקרי'. פארוואס יודי האט דאס באקומען איז א באזונדערער ארטיקל און עס איז נישט וויכטיג פארן איצטיגן מציאות.
ווען יודי האט באקומען דעם שטח איז די עקאנאמיע געווען אמבעסטן, מארטגעדשעס זענען געווען וויפיל מען האט געוואלט, און די באנק האט נאך צוגעצאלט אז מען זאל נעמען ווי מער געלט... עס איז געווען גוטע צייטן.
עטליכע יאר איידער יודי האט אנגעהויבן צו בויען ברך משה האט ער גענומען דעפאזיטס פון הונדערטער יונגעלייט וואס האבן זיך איינגעשריבן צו קויפן "עפארדעבעל דירות" אין די עצי תמרים געגענט. יונגעלייט האבן באצאלט פון פינף און צוואנציג טויזענט דאלער און ארויף פאר יודי, אבער עס איז דורך עטליכע יאר און ער האט אפילו נישט אנגעהויבן צו בויען. ער האט געלאכט פון די יונגעלייט אין פנים. ער האט זיך געווארפן מיט זיי כאילו עס וועט נישט זיין קיין מארגן (לייק דער איז נאו טאמארא...). ער האט זיך ארום גענומען מיט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געארבעט ביי אים און זיי האבן נאך פיל ערגער זיך אויפגעפירט צו די אנגעווייטאגטע יונגעלייט. זיי האבן גערעדט צו די יונגעלייט פרעך און געמיין. זיך ארומגעווארפן מיט זיי כאילו זיי קומען נאך א נדבה.
אלענפאלס, ווען יודי האט באקומען די ברך משה פראיעקט האט ער געזאגט פאר די הונדערטער יונגעלייט וואס האבן ביי אים איינגעלייגט אינאיינעם מיליאנען דאלער אז ווען ער פארטיגט די ברך משה פראיעקט נעמט ער זיך גלייך צו בויען די עפארדעבעל דירות פאר די יונגעלייט וואס האבן איינגעצאלט.
צו די ברך משה פראיעקט האט זיך יודי גענומען א שותף די הערשקאוויטש משפחה פון מאנסי, צו קענען בויען אזא גרויסן פראיעקט און ער האט צוגאב אויך ארויסגענומען א קאנסטראשן הלואה פאר די סומע פון 38 מיליאן דאלער.
און מען האט זיך גענומען צו בויען מיט גרויס פלייס. עס האט גענומען עטליכע יאר און מען האט געזען פאר זיך אויפן גרויסן בארג א מעכטיגע נייע שטעטעל. צענדליגער בנינים מיט הונדערטער דירות פון עטליכע סייזעס הערליך גרויס און שיין. די פאנעראמע איז גאר שיין ווייל עס איז פון די העכסטע פלעצער אין שטעטעל.
אריגינעל זענען די פרייזען געלאפן גאר הויך. א גרויסע דירה האט געקאסט באלד א האלב מיליאן דאלער. א קלענער האט געקאסט אריבער 350 טויזענט. אבער ווער האט דן געקוקט אויף פרייזען, די באנק האט געגעבן ניינציג פראצענט און אלע האבן געמאכט געלט. די בראוקערס, דער מוכר, די באנק, דער אפרעיזאר, אויסער דער קונה.
אין די זעלבע צייט האט יאנקי סופר געבויעט בערך הונדערט דירות אויף א אנדערן גרויסן בארג, וואס איז היינט די חברון און ראוונע גאסן העכערן אשת חיל היים.
יאנקי האט נישט גענומען קיין שותף און נישט קיין הלואה פון די באנק. עס הייסט אז ער בויט אלעס פון אייגן געלט, צי פון זיין טאטענס ירושה, עכ"פ נישט פון קיין געבארגטע געלטער און נישט קיין אינוועסטארס.
ביידע האבן געהאלטן אין די פאזע ביים ענדיגן די פראיעקטן ווען די עקענאמיע האט געטראסקעט. וואס ווי באוויסט זענען די בענק געווען דער גרעסטער קרבן און גלייך האט זיך גאנץ אמעריקע אריינגערעכענט קרית יואל ארומגעזען אז עס האט זיך געענדיגט די גוטע צייטן פון הלואות. עס איז מער נישטא קיין 90 פראצענט הלואות און אפילו פאר 70 פראצענט מוז מען האבן אזויפיל דאקומענטן וואס איז ממש נישט מעגליך פאר אונזערע אידן.
דער שיכון ברך משה איז געפאלען א קרבן פון דעם עקענאמישער קריזיס פיל מער ווי יאנקי סופר'ס פראיעקט ווייל יודא האט שותפים און א גרויסע לאען פון די באנק. איז יודי געגאנגן און האט איינגעזען אז ער ברויך אראפנעמען דעם גנב פון די תלי'. ער האט איינגעמאלדן פאר די אלע וואס האבן איינגעצאלט פאר די עצי תמרים עפארדעבעל דירות אז ווער עס וויל קען איצט באקומען די זעלבע דיעל אויף ברך משה.
אזוי איז איצט שטארק געפאלען די פרייזען ווייל פילע האבן אנגענומען די המצאה. דער פראבלעם איז אבער געווען אז נישט אלע האבן געוואלט דאס אננעמען און אפילו ווער יא האט נישט געקענט באקומען א מארטגעדש. עס איז שוין איצט געווען אנדערע צייטן פון יארן צוריק ווען די יונגעלייט האבן געגעבן די דעפאזיט ווייל דעמאלטס האבן זיי אלע געוויסט אז די מארטגעדש וועט דעקן די איבעריגע געלט.
יאנקי סופר האט אבער נישט אראפגעלאזט פון זיינע פרייזען. און לעת עתה האט ער נאר פארקויפט ווינציגער ווי דרייסיג דירות. ער זיצט מיט מיליאנען דאלערס אין ליידיגע דירות. אבער וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין שותפים און קיין באנק, דערפאר קען ער זיך ערלויבן צו זיצן מיט זיין עקשנות נישט צו נידערן די פרייזען.
דאס איז דער מציאות וואו עס האלט אצינד די פראיעקטן. *
די וואך זונטאג האט אויפגעשאסן א מעשה אז נישט מער און נישט ווייניגער, יאנקי סופר האט אפגעקויפט די הלואה פון די באנק ווען יודי האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט זיי וועגן אראפלאזען די הלואה פון 38 מיליאן דאלער. יאנקי האט עס ארפגעהאנדעלט פאר 22 מיליאן דאלער און ער האט גלייך געשריבן א טשעק.
עס איז געווארן א ויצעקו אין שטאט. אזאנס איז נאך נישט דערהערט געווארן ביי יודן. איינער זאל אפקויפן א מארגעדש פון א באנק ווען א איד איז אין א צרה און ער האלט אינמיטן פארהאנדלען?
איצט וועלן מיר הערן וואס יאנקי האט צו דערציילען וואס דא איז פארגעגאנגן. יודא איז געגאנגן געבראכען ווייל ער האט נישט פארקויפט די דירות. ער האט נישט געקענט באצאלען זיינע "סאבס" וואס דאס איז אנגעקומען צו די סומע פון 6 מיליאן דאלער. האט ער געבעטן זיין מחותן אלעזר קליינבערגער אז ער זאל רעדן מיט זיין נעפיו יאנקי סופר אז ער זאל אים אויסבארגן 6 מיליאן דאלער און וויבאלד ער – יודי – פארהאנדלט מיט די באנק, וועט ער אים גלייך נאכן דיל צוריקצאלען.
יאנקי האט געזאגט פאר אלעזרן אז ער וויל נישט בארגן דאס געלט. האט יודי דאן געבעטן אלעזר'ן אז ער זאל בעטן יאנקי צו נעגאשיעטן מיט די באנק ווייל ער ווייסט אז יאנקי האט גאר גוטע קאנעקשאנס מיט "קי בענק". צו דעם האט זיך יאנקי שוין יא צוגעכאפט אבער ער האט פאראויס געזאגט פאר יודי'ן אז ער וועט פארלאנגן דערפאר 50 פראצענט פון יעדן דאלער וואס ער שפארט אים פון די לאען. ד.ה. אז אויב וועט איר אים אראפהאנדלען 10 מיליאן, דארף יודי אים באצאלען 5 מיליאן.
און דאס איז געווארן. יאנקי איז געגאנגן פארהאנדלען מיט "קי בענק" אויף די קאסטראקשן לאען וואס יודי האט געבארגט פון זיי. יודי האט שוין דאן געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט די באנק פאר די "שארט סעיל" און עס האט שוין געהאלטן מיט יודי ביי 28 מיליאן וואס די באנק איז שוין איינגעגאנגן.
יאנקי האט זיך אראפגעזעצט מיט די באנק און אראפגעהאנדעלט אויף נאך ווייניגער.
דעצעמבער דעם 31'סטן האט יאנקי באקומען א קאל פון די באנק אז זיי ווילן נאך היינט שליסן דעם דיעל מיט אים ווייל זיי ווילען פארמאכען די ביכער אויף דעם פארגאנגענעם יאר. יאנקי האט זיי אראפגעדריקט ביז 22 מיליאן און ער האט נישט געהאט צייט צו רופן יודי'ן און אים דערציילען די נייעס און אים פרעגן צו ער גייט איין דערויף, נאר גלייך געשריבן א טשעק. קומט אויס אז ער האט געשפארט פאר יודי'ן 16 מיליאן דאלער און איצט קומט אים יודי 8 מיליאן.
ממילא, זאגט יאנקי, האב איך גאר געראטעוועט יודי'ן פון באנקראט. איך האב אים איינגעשפארט 16 מיט פראצענטן און אפילו די אכט וואס ער מוז באצאלען פאר יאנקי'ן איז עס אן פראצענטן. א געוואלדיגע דערגרייכונג, לויט יאנקיס ווערסיע.
*
דערווייל האט אויסגעבראכען א שטורעם. יודי איז געווארן שרעקליך אויפגעבראכט אויף די מעשה. ער טענה'ט אז יאנקי האט אים נישט געפרעגט צו ער מעג עס טאן, און ער וואלט זיי געקענט אראפדריקן ביז 17 מיליאן דאלער. און יאנקי האט געארבעט אויף די אייגענע האנט אן זיין רשות. און יודי טענה'ט אז ער האט געבעטן יאנקי'ן זאל ארבעטן פאר זיינעט וועגן אבער נישט פאר זיך, און דערווייל האט זיך יאנקי אויפגעפירט כאילו ער איז דער בעה"ב אויפן לאען.
און ווען דער שטינק האט אנגעהויבן ארויסצוקומען אין דער עפענטליכקייט, האט יאנקי גלייך געזאגט פאר אלעמען אז ער איז גרייט אז יודי זאל פון אים אפקויפן די "נאוט" פאר די פרייז וואס ער האט געצאלט, ד.ה. 22 מיליאן, און שלום על ישראל. (יאנקי זאגט אז יודי האט ממילא נישט די 22 מיליאן אויך נישט, דעריבער ווייסט ער אז אלעס גייט בלייבן ביי אים און ער וועט באקומען א גרויסן טייל פון דעם שטח.)
אבער נאך אלץ שטורעמט יודי אז יאנקי האט אים שאדן געברענגט און ער וויל אים רופן צו דין תורה אז יאנקי זאל מוזען עסן א שאדן פון נאך 5 מיליאן דאלער.
*
אבער אויף יאנקיס ווערסיע איז דא געוואלדיגע לעכער וואס קענען נישט פארשטאפט ווערן.
1) וואס הייסט דו שרייבסט א טשעק פון 22 מיליאן דאלער און נישט געפרעגט יודי'ן צו ער גייט איין. עס איז נישט פארהאן אזא זאך אז היינט קען מען נישט אנקומען צו איינעם. 22 מיליאן איז נישט צען דאלער און עס איז נישט מעגליך אז מרוב טובתו (מיט וואס ער איז בכלל נישט אזוי באקאנט) האט ער אזוי שנעל געשריבן אזא גרויסן טשעק בלויז צו ראטעווען יודי'ן. עס איז פיל מער מסתבר אז ער האט אים געוואלט באגראבן.
2) אויב האט יאנקי טאקע בלויז געוואלט העלפן יודי'ן, וויאזוי איז דאס אז ער האט גלייך נאכגעלאזט 8 מיליאן דאלער? וואס הייסט אז דו פארקויפסט עס פאר יודי'ן פאר 22 מיליאן דאלער ווען עס איז דאך געווען בפירוש אפגעמאכט אז עס וועט קומען פאר יאנקי'ן 8 מיליאן דאלער. נו, וויאזוי איז מעגליך אז יאנקי האט אזוי שנעל, ווי נאר עס האט אנגעהויבן שטינקן די מעשה, נאכגעלאזט פון אזא אסטראנאמישער סכום? פארוואס און פון וואס האט ער זיך אזוי דערשראקן.
אנאליזען אויף די געשיכטע וועט נאך זיין לרחצה ווייל פילע פאקטן און דער אמת וועט נאך דויערן היפש לאנג ביז עס וועט ארויסקומען. אבער וואס מען קען ארויסלערנען פון די געשיכטע איז ווי פאלגענד.
גוטע פריינד קען מען מיט קיין געלט נישט קויפן. קיין איינע פון די צוויי האבן נישט קיין גוטע פריינט, ווייל ביידע פון זיי האבן אלעמאל אראפגעקוקט אויפן גאנצן ציבור פון אויבן אויף אראפ. ביידע האבן ביי זיך "געוויסט" אז דעם באשעפער'ס האנט קען זיי נישט דערגרייכען. אבער עס איז אנגעקומען פיל שנעלער ווען קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטן.
און אויך אלע איבריגע בילדערס פון קרית יואל האבן געכאפט א גוטן לעסאן. זיי האבן "אלע" געהאלטן אז זייער טאג וועט נישט אנקומען. זיי האבן אלע געשפיגן, געלאכט, , פארן ציבור אין פנים.
עס שטייט אין חז"ל זייער הארב אויף מיקרי השער. און עס איז אנגעקומען דער טאג אויף די גרעסטע שחצנים אין קרית יואל, די בילדערס. אלע פון זיי האבן גערעדט צו זייערע קונים מיט גאוה, שחצנות, מיט מידות מגונות, און איצט אז זייער טאג איז געקומען קען מען נישט בלעימען קיינעם ווען מען זעט א שמייכעל אויף אלעמענס ליפן. ביידע פון די בילדערס וואס שלאגן זיך איצט ארום זאלען גוט וויסן דעם אמת: קיינער פון שטעטעל שוינט אייך נישט, יעדער איינער וויל איר זאלט זיך איינער דעם אנדערן אויפעסן לעבעדיג. דא ביי די מחלוקה צווישן די צוויי שחצנים גילט באמת דאס ווארט: אבי נישט צווישן אידן.
און דאס זאל זיין א לעקציע פאר אלע צוקונפטיגע גבירים: פירט אייך אויף מענטשליך, קיין איין איד איז נישט מיסט, און שפילט אייך נישט מיט קיין אידן ווייל דער טאג קען קומען אויף אייך. קוקט נאך אלע אלע אלע אלע וואס האבן געהאט צו טון מיט קאנסטראקשן די לעצטע 10-15 יאר אין קרית יואל. זיי אלע, אריינגערעכענט די מערהייט פון די "סאבס", האבן אראפגעקוקט אויפן גאנצן ציבור. זיי אלע האבן מיט א פארריסענקייט זיך אויפגעפירט, ווען בשעת מעשה איז זייער גאנצע געלט געקומען פון די מענטשן וועם זיי האבן אראפגעקוקט. און איצט, א נעבעך אויף זיי אלע.
איך בארעכטיג נישט ח"ו די נקמה געפילען, אבער עס איז גוט אז סיי יודי און סיי יאנקי זאלען וויסן דעם אמת. איר האט ביידע נישט קיין איין אמת'ן פריינט אין שטעטעל. איר זענט ביידע פארהאסט און פארפיינטעט ווייל איר זענט ביידע שטאלצע פארכעס וואס זענען רייך געווארן אויף ארויפשרויפן די פרייזען פון ארימע אידן. און עס איז דא אויף אלעמענס ליפן אויסגעצויגן א באהאלטענער שמייכעל, אריינגערעכענט אויך די ליפן פון די אידן וואס שפילען גוטע פריינט פאר אייך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 17:54 |
|
| |
(Ziskeit:)
באלאנד, א פיין ארטיקל.
האסט עס גענומען פון ערגעץ אדער אייגנס?
(באלאנד:)
זיסקייט, דאונט אינסאלט מיי אינטעלעדזשענסי... (Ziskeit:)
איך אינסאלט נישט. האסט אמת'דיג גוט אראפגעברענגט ביידע צדדים און וויאזוי ביידע זייטן זענען נישט גערעכט.
(וואלןסח:)
באלאנד
יעצט איינמאל פיין געזאגט
איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען ווייל בנפול אויביך אל תשמח, אבער ס'איז דא נאך בדומה להם וואס האבן געקוקט פאאריסן פון אויבן אויף אראפ אויף יעדן, מיט יענעמ'ס אפגעשפארטע דאלאר פאר פוטער ברויט האט ער געווארפן אין מיסט כדי אז "יעדער" זאל רעדן (און לאכן פון אונטן...) מרוב עשרו וגבורתו, און היינט ברעכן זיי קאפ ווי צו קאווערן זייער לעקטער ביל.
און פיר אויס נאכאמאל
סיי יודי און סיי יאנקי זאלען וויסן דעם אמת. איר האט ביידע נישט קיין איין אמת'ן פריינט אין שטעטעל. איר זענט ביידע פארהאסט און פארפיינטעט ווייל איר זענט ביידע שטאלצע פארכעס וואס זענען רייך געווארן אויף ארויפשרויפן די פרייזען פון ארימע אידן. און עס איז דא אויף אלעמענס ליפן אויסגעצויגן א באהאלטענער שמייכעל, אריינגערעכענט אויך די ליפן פון די אידן וואס שפילען גוטע פריינט פאר אייך.
עס לאזט זיך נישט מער ווי זאגן דעם סלאגאן פון מיכאל שניצלער (קבל את האמת ממי שאמרו) בשינוי קצת
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט, פארגיס נישט יענעםס בלוט ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט, און דו קענסט נאך אויך אמאל זיין אונטער חובות צופליקט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 17:57 |
|
| |
(kj1234:)
| באלאנד כתב: |  | אברהם יודא גאלדבערגער האט באקומען דעם שטח פון מאיר הירש וועלכער פארפיגט אויף אלע שטחים אין קרית יואל, אונטערן נאמען וועד הקרי'. פארוואס יודי האט דאס באקומען איז א באזונדערער ארטיקל און עס איז נישט וויכטיג פארן איצטיגן מציאות. |
|
איך האלט אז סאיז באמת יא נוגע די וועג ווי אזוי ער האט באקימען דע לאט צי די יעצטיגע מעשה ווער סווייסט האבן אפאר עסקנים נישט נאר פין איינע פין די זייטן אין קרית יואל נאר פין ביידע זייטן פינעם בריק געוואלט ברעכן די פרייזן אויף די דירות אין ק"י אפאר יאר צירוק מיט'ן אפקויפן די לאט פין העס פארום אין דעמאלטץ האט דער זעלבער וואס שרייט אז מהאט נאך נישט געהערט אזאנס אז איינער זאל אויסכאפן א דיל פין א צווייטן ער איז געווען דער בראקער איז געהאלפן די מאנפאל אויף די דירות אז זיי זאלן אויסכאפן די דיל פאר א פאר דאלער מער אין לכבוד דעם האט ער באקימען די ברך משה געגענט פאר א גיטן פרייז אין דעס געלט האט מען געניצט פאר העיס פארום אין אלע תושבי ק"י האבן ווייטער געמיסט באצאלן די געשוואלענע פרייזן אין יעצט האט ער עס צירוק באקימען אין פנים אריין אין איך וועל אויס פירן מיט וואס באלאנד זאגט יעדער אין קרית יואל פריידט זיך אין זעט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אזוי ווי סשטייט טאקע אין רמב"ם אז דעס ענין זעט מען אייביג אפי' אין גלות .
איך בארעכט נישט יענקי סופר אקציע אבער א מוסר השכל קען מען זיך ארויס לערנען דערפין אין פאר יענקי קען מען זאגן קיינער האט נישט קיין גארענטי אויף אייביג.
(באלאנד:)
ביטע, די גאנצע מעשה האט נישט קיין שייכות צו קיין שום פאליטיק. קיין איינע פון די צוויי זייטן אין סאטמארער פאליטיק טאר נישט ווערן אינסאלטעד, און קיינער פוןדי צוויי זייטן אין די סאטמארער פאליטיק קען דאס נישט נעמען פערזענליך. און לאמיר נישט צולאזען עס אריינציען אין פאליטיק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 17:58 |
|
| |
(באלאנד:)
איינע פון יאנקי'ס טענות איז איצט אז ער האט שוין געהאט באצאלט 600 טויזענט דאלער אלס דעפאזיט פאר מאיר הירש און ער האט שוין באקומען דעם שטח צו בויען דערויף דעם שיכון ברך משה פאר יארען צוריק, נאר איין טאג האט מאיר אים צוריק געגעבן דאס געלט און געגעבן דעם שטח פאר יודי'ן. ער טענה'ט אז דעמאלטס האט זיך קיינער נישט געקימערט אויף די עוולה און קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים, און איצט אויפאמאל יעדער שפרינגט, יעדער פארפירט. פרעגט ער וואו איז יעדער געווען דעמאלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 18:14 |
|
| |
אויב וויל מען גיין איין טריט טיפער, ביטע קוקט נאך די עלטערע בילדערס וועלכע האבן פאר איבער צוואנציג יאר צוריק געבויעט. ר' חיים הערש ליימזידער, ר' אברהם מאיר ראזענוואסער, ר' יצחק לעווי, ר משה אייזנבערג, און נאך, וואס זיי האבן נישט זיך קיינמאל אויפגעפירט ווי די יונגעלייט וואס זענען געווארן בילדערס נאך זיי. זיי האבן אלע געבויעט מיט אייגן געלט, זיך אויפגעפירט מענטשליך, זיך נישט געווארפן מיט זייערער קונים, נישט געקויפט אלע עליות אין ביהמ"ד און נישט געפיסקעוועט מיט גרויסע מיילער. זיי זענען געווען אמת'ע ביזנעסלייט און געמאכט געלט אויך. דו"ק ותשכח
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 18:42 |
|
| |
פרישע נייעס
נעכטן איז פארגעקומען א מיטינג צווישן די צוויי, יאנקי און יודי. יודי האט אים געזאגט אז איך האב דיר קיינמאל נישט באפולמעכטיגט צו מאכן א דיעל מיט די באנק און דו האסט עס געטאן נאר מיך צו באגראבן, און איך וועל די רופן צו דין תורה. יאנקי האט אים געזאגט אז איך האב שוין גערעדט מיט דיינים און טוענים, דו האסט נישט קיין שאנס צו געווינען ביי א דין תורה.
האט אין יודי געזאגט אז איך וועל גיין מיט די צו דין תורה, עס וועט זיך שלעפן עטליכע יאר, דו וועסט נישט קענען בויען דארט וויל דו האסט נאר א נאוט, קיין ריבית טאר מען נישט צאלן, איך מוז נישט דיר באצאלן קיין פעימענטס, און ביני לביני וועל איך קענען טרעפן איינעם וואס וועט אפקויפן די נאוט, און דו וועסט נאר שאדן האבן.
למעשה איז געבליבן מען וועט מאכן נאך אן אסיפה
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 18:42 |
|
| |
לאז די זאך ארויס פון פאליטיק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 19:03 |
|
| |
איינער קען מיר ערענסט ענטפערן פארוואס דער נושא געהער אויף היידפארק?
גייט מען טאקע יעדע דין ודברים פון רעכיל אין מעכיל אויסלופטערן דא אין די פאבליק?
בשלמא ווען ס'האט עפעס א שייכות צו א חסידישע פאליטיק קען איך פארשטיין, אבער ווער איז נייגעריק צו ליינען פריוואטע געלט קריגערייען.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 19:04 |
|
| |
ווי אזוי איז מעגליך אויף הייד פארק זאל איין שרייבער אפילו נאר פארשלאגן אז די זאך באלאנגט נישט באשריבן צו ווערן? זייט ווען ווערט דא איינער אפגעשוינט?
איבערהויפט ווען די מעשה איז זייער נוגע פארן "גאנצן" ציבור ווייל סוכ"ס האבן זייער פיל מענשטן געקויפט דירות אין ברך משה אדער געגעבן דעפאזיטס און עס איז שוין איינמאל נוגע פארן ציבור.
ביטע ענטפער, נישט שטעכעדיג
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/01/2010 19:55:04
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2010 20:28 |
|
| |
באלנד א פיינע זשאב גיי אן
ביטע נישט אטאקירן קיין ניקס פריוואט. א דאנק. דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/01/2010 02:36:50
|
|
|
|
|