בית פורומים אידישע געדאנק

צווישן אכשר דרא און די היינטיגע התחדשות'ער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2010 00:26 לינק ישיר 
צווישן אכשר דרא און די היינטיגע התחדשות'ער





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 00:37 לינק ישיר 

גענוי ווי אין רוב גרעסערע בתי מדרשים געפונט זיך א טאביק טיילער ד.ה. א יוד געווענליך און די מיטעלע יארען וואס שפאצירט ארום מיט געמאסטענע טריט שב"ק ביי לכו נרננה, ווען און איין האנט האלט ער א סידור ווי ער בליקט אריין מזמן לזמן אין אינעם צווייטן האלט ער א מאיאיסטעטישע טאביק פישקע וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן, און ער איז מכבד דעם עולם אריינצושטעקן דעם נאז און אנדערע די פינגער אין די שארפע שמעקעדיגע שטויב. און אזוי אויך איז שטענדיג אויך דא דער זעלבסט געקרוינטע א.ג. קענדי מענטש וואס טיילט לאליס פאר די קליינווארג און פארפעלט נישט צו פרעגן פון איטלעכן דעם אלטען אויסגעדראשענעם וויץ: וועמענס טאטע ביסטו?

אזוי אויך געפונט זיך און די בתי מדרשים נאך א פאזיציע נעמליך א 'ראדיא'. א ראדיא? פרעגט איר. יא! א איד וואס פון זיין מויל גיסט זיך נייעס ווי וואסער פונעם קראן אזא איינער וואס איז אינפארמירט מיט יעדע געשעעניש, אידישע ווי וועלטליגע ,נערישע ווי קליגע און ברעכט אויס אין פאליש מיט ברעיקינג נייעס אזוי אפט ווי ליע עוויניו פאטא מאכט א סעיל, קליינס רעסטעראנט בויט זיך איבער און נייטרא ישבה מאכט א קאר ראפעל.

דער ביהמ"ד ווי איך דאווען- גראדע פון די קלענערע בתי מדרשים אין שטאט- איז נישט קיין אויסנאם אין דעם הינזיכט, און מיר פארמאגען ב"ה א אייגענעם ראדיא אבער מיט וואס מיר זענען יא אן אויסנאם איז דער פאקט אז אנדערש ווי רוב ראדיאס איז אונזער נייעס פארציילער פון אן אנדערען טייג געקנאטען, ער איז פון די זויערע אידן וואס קענען נישט טרעפען קיין לימוד זכות אויף קיין צווייטען איד, און ער איז נישט מסכים אז די הייניגע רבנים זאלן זיין אפילו א טראפ קלענער ווי די צדיקים פון דעפ פריערדיגען דור און ער איז תמיד פארנומען אראפצירייסען יעדן מנהיג אויף טריט און שריט. אויב א רב מאכט עפעס א תיקון אין אידישקייט פארפירט ער היתכן מען איז משנה פון די פריערדיגע אבער פון די אנדערע זייט איז ער כסדר פארנומען אויפציפאדערן די רבנים צו מאכען שינוים און פארשידענע ענינים וואס לפי קטנת שכלו ברויכען שינוים

און כאטש -פונקט ווי יעדן- קימערט מיר גאנץ ווייניג די טענות ומענות פון דען גארנישט מיטן גרויסן מויל דאך האט עס מיר געגעבן חומר למחשבה אריינצוקלערן אין דעם ענין, ווען איז א מצוה אויפציטון פאר אידישקייט אכשר דרא, מאכען שינוים לטובה, מרבה זיין ספסלי ביהמ"ד, ילכו מחיל אל חיל. און ווען טרעט מען אריין און די געפארפולע התחדשות באדן ווי מען טאר נישט משנה זיין קיין זוז כל שהו פון אונזערע עלטערן און רביים, חדש אסור מן התורה, כל המשנה ידו על התחתונה אא"וו.

האב איך מיר אדורען גערעדט מיט עטליכע קליגע אידן תלמידי חכמים וואס האבען זוכה געווען מקבל צו זיין פארשידענע כללים אין דעם ענין און אזוי אויך האב איך נאכגעקוקט אין פארשידענע יסודות'דיגע ספרים איבער דעם נושא און איך האב באקומען א שטיקל קלארקייט אין דעם ענין, און אלס אל תמנע טובה מבעליו וועל איך עס מיטיילען פארן עולעם דא צו קענען געבען א אידישען געדאנק איבער דער סוגיא.

א)      יסודות'דיג- אויב איז עס א יסוד אין אידישקייט איז נישטא וואס צו רעדן אז עס איז אסור בתחלית צו רירען זיך כמלא נימא פון דעם אויסגעטרעטענעם וועג

ב)      קפידא-אויב איז עס אן ענין וואס די פריערדיגע האט שטארק מקפיד געווען דערויף מיט א קפידות אפילו עס איז בלויז א מנהג קל רור דיך נישט אוועק

ג)       אינטערעס-אפילו עס איז שוין נישט א זאך וואס מען האט שטארק מקפיד געווען דערויף, נאר די צדיקים האבען זיך אזוי געפירט מחמת סיבות שונות ומשונות ווענד זיך אויך וואס זענען דיינע אינטערעסן מיטן שינו, איז עס דיין אייגענעם -וואס דאן גייסטו זיכער אויפן קרומען וועג-. אדער איז עס אויפצוטון פאר אידישקייט

ד)      טאקטיקן-וואספארא טאקטיקן ניצטו צו מאכען דעם טויש אדער פארבעסערונג לאכסטו אפ פון די פריערדיגע. פיגול הוא

ה)      מיטלען-וויאזוי פארשפרייסטו דיינע אויפטו? מיט א באשיידענקייט אז צוליב דעם געברויך מוז מען מאכען א טויש? אדער דורעך גרויסהאלטערישע דרשות און מיאוסע צייטונג ארטיקלען    

און יעצט צו אונזער ענין דא, ווער עס האט א מח בקדקדו זעהט גלייך אין וועלעכע קאטעגאריע די שינוים, תקנות, און מהודרת פון דעם טרעוולער רבי גייט אריין איך וועל נישט מאריך זיין מיט קיין לאנגע בירורים די אויבענדערמאנטע קראנטע כללים רעדן פאר זיך, און דער זעקס שטאקיגע שוטה וגס רוח רעדט אויך פאר זיך מיט זיינע גאווהדיגע דברים של דופי ווי ער האט ניטעמאל דעם מעגליכקייט זיך צו האלטען זעך ביים גלייכגעוויכט און נישט אזוי ארויסצושרייען פון זיך: יא איך בין נאך דער זעלבער ווי פון פאר די ווייסע זאקעלאך

נאר איין זאך וועל איך יא זאגען אז די גרעסטע באווייז און די קרומקייט פון די טרעוולער רעביסטעווע אויפטואינגען איז די פאקט אז עס האט כמעט נישט מצליח געווען, וויל ער מאכען א שחיטה מהודרת קומט ארויף די צומות הגידין און נאך שעררי' מיינט ער אז די וועלט וועט זיך איבערדרייען מיט זיינע אריזאנע מצות ניין! זאגט צו אים כלל ישראל, עטליכע שטארקע ספרים קומען ארויס אין פארוואנדלען דעם א.ג. הידור און א קנאפע בדיעבד. וויל ער מאכען חתונה תקנות (נישט קיין שלעכטע זאך ווען מען מאכט לשם שמים און מיט שכל) טאנצען רוב מענטשען ניישט נאך און בלויז דעם לעצטען חודש אליין איז פארגעקומען עטליכע חתונות פון אנפירער זייערע מיט פענסי בלומען און פייוו מען בענדס און בלויז די גאר פאלגזאמע און תמימי לב פאלגען אויז די עלף אזייגער פארארענונג. און אזוי ווייטער און ווייטער און מען זעהט באשיינפערליך אז כל המשנה ידו על התחתונה

איך וועל יעצט ענדיגען און איבערגעבן דאס ווארט פארן גערעכטער נומער איינס  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 06:30 לינק ישיר 

יואלי איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן פון דיך געבן א קאמפלימענט, דיינע פוינטס זענען געוואלדיג און עס איז פאכמאניש געשריבן, האסט א פאך אין די האנט.

קיפ אן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 23:32 לינק ישיר 

וועלכע ספר איז ארויסגעקומען קעגען אריזאנע ווייץ וואס דארף מיך משכנע זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > צווישן אכשר דרא און די היינטיגע התחדשות'ער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext