נערמאלער ביים מאנטריאלער רב שליט"א, שטימט אלעס... און מען גארנישט אויסרעכענען... און איך מיין אז ביידע שוואגערס באליידיגן זיך נישט היינט פון אים עכט...
דאס איז אמת אז ער איז ווייט פון צו זיין א אהרוני, אבער ער דארף אים נאך אלס מכבד זיין אלס שוואגער,
און ער מוז נישט זיין קיין חסיד פון רבינו שליט"א כאטש ער האט אים שטארק ארויסגערימט ברבים,
אבער ער דארף אים נאך אלס מכבד זיין אלס שוואגער.
פון די אנדערע זייט דארף מען געדענקען אז ר' דוד מייזליש איז בארעכטיגט צו חתונה מאכן זיינע קינדער בשמחה וטוב לבב, און ער איז נישט מחויב צו ליידן אז ער האט שוואגערס סאטמאר'ע רבי'ס.
איך זע אז רבי_יונה העצט די אהרונים מען זאל מאכן איבערקערענישן ביי די מייזליש-באב"ד חתונה, און כדרך האהרונים, ווען עס קומט צו זייערע אינטרעסן איז ביי זיי יענעמס בלוט הפקר, און מען וועט יענעם מבזה זיין, און צושטערן די שמחה אדער חלילה די לויה, אדער אפילו מבזה זיין א שוכן עפר אויב זיי געפעלט אזוי.
איך האף אז יעדער פון אלע זייטן וועט האבן שכל, און קיינעם נישט מבזה זיין, און אוודאי נישט פארשטערן יענעמס שמחה חלילה.