| נשלח ב-5/1/2010 06:51 |
|
| |
וויפיל געלט באקומט חברה הצלה פון אינשורענס?
דארף מען שטיצען קרית יואל הצלה ?? אז זיי בילען אינשארענס $2,195.00 פאר איין קאל?

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/01/2010 07:04:53
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 06:56 |
|
| |
שוטה שבעולם אנדעקט אמעריקע
יעדע איינציגסטע הצלה אין ניו יארק בילט אינשורענס טויזנטער דאללער
וויפיל מענטשן האבן דען אינשורענס? רוב מענטשן האבן מעדיקעיד וואס צאלט גארנישט פאר הצלה. זיי מאכן געלט פין די ביסל מענטשן וואס האבן יא אינשורנס כדי צו דעקן א חלק פון די קאסטן פון די טויזנטער וואס האבן נישט
דו ביסט א רשע פארן זיך טשעפענען מיט אזא הייליגע ארגעניזאציע. זאלסט וויסן אז די שפילסט מיט פייער
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 07:07 |
|
| |
קריסטאל האק נישט אין טשייניק, וויאזוי האלט זיך די וויליאמסבורג הצלה אויס?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 07:18 |
|
| |
קריסטאל ווער נישט אזוי ווילד, ביי די וועי נאר קרית יואל אין מאנסי בילען
איך ווייס נישט וויפיל זיי בילען אין וויפיל נישט, אבער ווער עס האט נישט קיין אינשארענס האט מעדיקעד
אין איך האלט אז מען מעג בילען אז מען קען, אבער אזא ביל? קים נישט מיט א ענפער אז ווייל מען קען נישט יעדען בילען בילט מען דעם צווייטען מער, ווייל דאס איז אימליגאל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 07:21 |
|
| |
אין ווילאימסבורג בילען זיי אויך, קען זיין אין וואדריזש בילד מען נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 07:24 |
|
| |
עס דאכט זיך מיר אז אין וומסב"ג בילן זיי נישט, איך האף עס צו קאנפערמען. און שפיטיווקע בילט מען?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 07:27 |
|
| |
גאנציגער נאך איין ווארט די רערסט כאפסטו א טעלער יאפטשיק אין פרצוף.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 07:34 |
|
| |
נישט ריכטיג.
זיי בילן אין מאנסי, מאנרא, און אין ברוקלין.
און זיי מוטשען זיך נאך אלץ ביטער צו באצאלן די ריזיגע קאסטן.
אויב וועט דער אשכול שאדן מאכן נאר איין דאלאר פאר הצלה דארף מען עס פארשפארן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 17:18 |
|
| |
מ'דארף פארן א געוויסע מאס מייל צו קענען בילן.
אויב די הצלה פארט פון וויליאמסבורג בית בית ישראל איז עס נישט בארעכטיגט צו בילן. קרית יואל פארט ווייטער קענען זיי יא בילן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 18:06 |
|
| |
לויט מיין אינפארמאציע בילט מען נישט אין ברוקלין. די סיבה פאר דעם איז אז זיי זאלן נישט קענען באקומען א דיסקרימינעשא'ן לא'ו סו'ט (זיי סערווירן טאקע אויך גוים, פארט רופן זיי זיך אסאך מאל נישט אן בעיקר שבת ויו"ט)
נישט קיין נפק"מ וויפיל הצלה בילט די אינשארענס דארף מען זיי ווייטער שטיצן ביד רחבה, אויב זאל פאר הצלה פעלן איין קליינע עקוויפמענט אין א עמערדשענסי זאל דער בוכ"ע שומר ומציל זיין, מען דארף זיי באווארפן מיט געלט ביז זיי וועלן שרייען מיר האבן גענונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 18:40 |
|
| |
איז דאס א חלק פון די זאלי קאמפיין אונטערצוברענגען די הצלה און קרית יואל? ווייל זיי האבן געלאזט דעם פערלשטיין ליגען תחת השמש?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 19:02 |
|
| |
איך האב שוין געהאט די קשיא זייער זייער לאנג, איך האב ליידער געברויכט צוקומען צו הצלה א שקיט צייט צוריק, איך בין איבעראשט געווען פון זייער געטריישאפט, פארגעסט נישט אז די וואלענטירן זענען בלויז וואלענטירן, זיי באקומען נישט קיין געלט, על כל פנים, אפאר טעג שפעטער קומט צו צי מיר א יונגערמאן אין זאגט מיר אז עס איז נישט מער ווי יושר אז איך האב גענוצט הצלה זאל איך געבן אפאר הינדערט דאלאר צושטייער, עס האט מיך זייער באנומען, איך האב באמת געפילט הכרות הטוב צו הצלה, אין איך האב זייער געוואלט געבן, אבער מיין פינאנציעלער צושטאנד איז געוועזן זייער שלעכט, צילוב נישט קענען געהעריג ארבייטן יענע תקופה, אין עס איז מיר ממש געווען א בושה צו פעיסן יענעם יונגערמאן, איך ניץ הצלה טו די מעקס, אין א נדבה פון אפאר הידערט דאלארר קען איך נישט געבען? אין דער יונגערמאן איז געקומען נאך אמאל אין נאך אמאל, נישט קענענדיג דערהייבן די בושה בין איך געגאנגען דאווענען אין א צווייטע שול.
אפאר וואכן שפעטער באקום איך די בריוו פון די אינשורענס, איך האב נישט געקענט גלייבן די נומערן וואס דארט איז געשטאנען, איך האב געטראכט צו מיר, דער יונגערמאן וואס לופט מיך נאך פאר אפאר הינדערט דאלאר ווייסט וויפיל מען האט געבילט מיין אינשורענס?
אליבא דאמת ווייס איך נישט וויפיל עס קאסט אויפצוהאלטן הצלה, אין וויפיל איך אליינס האב אפגעקאסט פאר זיי, אין צו די אינשורענס האט געקאווערט וויפיל איך האב טאקע געקאסט, אין קען זיין אז איך דארף נאך אלץ געבען פאר הצלה, אבער אזויפיל אז דער עולם מעג ווויסן דעם אמת, עס איז נישט קיין עוולה צו שרייבן דעם אמת, פירער פון אן ארגענעזעישן וואס פירען עס ערליך, האבן נישט קיין פראבלעם אז מען ווייסט זייערע איקאמס, אין טאמער קען מען נישט דיסקלויזן די פינאנציעלע איינצלהייטן צוליב אנדערע סיבות, דארף כאטש זיין א וועד פון טראסטבארע מענטשן, נישט איינער אליינס זאל פערן די גאנצע געלט איצלהייטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 19:28 |
|
| |
הצלה פין קרית יואל האט קיינמאל נישט געלייקענט אז אסאך מאל קענען זיי בילן די אינשורנס די מעשה פין מלך מלכים איז שקר, ווייל הצלה טרייבט קיינמאל נישט אויף קיין געלט אויף א אופן פין הכרת הטוב נאך דעם וואס עמיצר האט געמיזט צוקיעמן צו זיי אין די גאנצע אשכול איז געפנט געווארען צו שעדיגען די הצלה זאג נאר וודריטש וואס האלטסטו הצלה האט איבריגע געלט? אין וואס טוהן זיי דערמיט? שפילסט זיך מיט הצלת נפשות.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 19:30 |
|
| |
אנטשולדיגט מיר, די מעשה איז אמת ויציב, דיןתורה דו רעדסט אן וויסן די מציאות הדברים
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 19:59 |
|
| |
האסט מיך גיט אפגעפרעגט.... נאכמאל: די הצלה בעט קיינמאל נישט קיין געלט אלס הכרות הטוב נאכדעם וואס איינער האט געדארפט צוקומען צו זיי דיין ציל איז פשוט צו באשמיצען די בארימטע חברה הצלה
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 20:12 |
|
| |
דיןתורה , לויט מיין אינפארמאציע בעטן זיי טאקע נישט אלס הכרות הטוב אבער עס ווענט זיך ווער די "זיי" זענען, איך האב געהערט אז עס איז דא א פאנדרעזער (נישט סטעדי) וואס לויפט נאך מענטשן וואס האבן ליידער געדארפט צוקימען צו הצלה, ווייל ער וויל אזוי ארויף טרייבען זיינע קאמישאן'ס (און וויליאמסבורג איך אויך געווען אמאל אזא איינער אין מען האט אים מעבר געווען)
|
|
|
|
|