|
|
| נשלח ב-6/1/2010 22:40 |
|
| |
נידערמאן וואו ביסטו?
עס פרעגט יעדער די פראגע:
א יונגערמאן פון וויליאמסבורג, אן קיין שום ספעציעלע ערפארונג אין פובליק סערוויס
אן קיין שום פרסום אדער אדער פובליסיטי און PR
אן קיין שום אייגענע אינטערעסן
איז ארויסגעקומען בשער בת רבים, און פארציילט הויך פאר די גאנצע שטאט
רבותי:
עס איז דא אין וויליאמסבורג אוועלעבל 500 דזשאבס בדרך כבוד בעז"ה.
* נישט אין יאפאן חלילה.
* נישט אין תימן מיט די מוסלומענער
* נישט א ארבעט פון רייניגן די גאסן
* נישט אין די סאניעטשאן דעפארטמענט
* נישט א ארבעט וואס איז נישט פאר קיין היימישע אידן
* נאר א פרנסה קלה פאר 500 מענטשן
* פאר מענער און פרויען פון יעדן עלטער
אבער פון נידערמאן הערט מען נישט קיין MOOK ! (מוק בלע"ז)
געוואלד און געשריגן:
נידערמאן וואו ביסטו ?!
פאר די וואלן וועלן דיינע טראקס ארומפארן אין שרייען און ליארעמען וויפיל די טוסט פאר וויליאמסבורג !
וואו ביסטו יעצט !
דער תירוץ איז!
נידערמאן מאכט נישט קיין געלט פון די 500 דזשאבס.
ניין. ער באקומט נישט קיין פרוטה פון די רעגירנוג
דערפאר זאל יעדער פגר'ן.
דערפאר מעג יעדער הונגערן
דערפאר מעג יעדער אויסגיין
דערפאר זאל יעדער זיין ארבעטסלאז !
דער ביליגער חונף איז נאר אינטערעסירט אין זיינע פארשטיקענע פאר דאלאר.
פאר'ן ציבור איז ער נאר דא ביי די וואלן
געדענקט עס גוט !
נידערמאן איז נישטא יעצט ווען אידן דארפן פרנסה!
ער איז דא ביי די וואלן, ווען זיין בערזל קען מאכן א דאלאר !
איז נישט דאס דיין דזשאב צו העלפן א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 22:51 |
|
| |
רבי יונה, מיטן גרעסטן קרעדיט וואס קומט זיך יעצט פאר ווער עס קלערט אויף דעם ציבור וועגן די צענזוס דזשאבס, קוקט אבער אויס פון דיין אשכול דא אז מען רעדט פון א באמבע אוצר פון געלט, אינגעלייט מיט שטובער פון קינדער וואס מוטשען זיך נעבעך אויף פרנסה גייען יעצט אנהייבן צו פארדינען הערליך, און נידערמאן איז א רשע ווייל ער זאגט נישט גארנישט.
יונה, אין ענגליש הייסט דאס א "באבל". קום אראפ אביסל! מען רעד דא פון 500 מענטשן וואס רוב דערפון גייען מאכן אן איינמאליגע געהאלט צו צאלן העלפט פון איין גראסערי ארדער. פליז!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 22:54 |
|
| |
אזוי? ביסט מחולק מיט די צענוס ביורא?
איינמאליגע דזשאב. אפשר מערערע חדשים? אפשר 700 דאלאר א וואך? ביז 40 שעה וועכנטליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:11 |
|
| |
{נידערמאן איז אין פאלם-ספרינגס אויף אפרוה.} לאז נידערמאן, האסטוך שוין געפראווט ביליאן מאל אז ער איז נישט קיין עסקן, אבער: וואו איז די 'עכטע עסקן' אבראהאם? וואו איז די 'עכטע עסקן' גלאנץ? וואו איז די 'עכטע עסקן' שלעזינגער?
פארוואס פארציילן זיי נישט וועגן די 500 נייע דשאבס???
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 06/01/2010 23:13:32
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:15 |
|
| |
ערנסט גערעדט, ארומגיין פון שטוב צו שטוב פרעגן וויפיל קינדער זענען געבוירן און וויפיל געשטארבן הייסט בדרך כבוד....?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:20 |
|
| |
מ'קען אויך גיין אין בית המדרש און מ'קען גיין אין וויפיל בתי מדרשים מ'וויל.
רוב מענטשן וועלן גערן ענטפערן, און געבן אלע אינפארמאציע וואס יענער וויל נאר האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:23 |
|
| |
מ'קען.
דאס הייסט בדרך כבוד? קאם אן, אקעי נישט געפערליך, אבער איך וואלט נישט מתפלל געווען פארדעם ביים בעטן אויף פרנסה בדרך כבוד, צו ארומגיין אין שוהל'ן מיט אפליקעישענס.
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 06/01/2010 23:24:27
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 23:36 |
|
| |
יונה וואס הייסט MOOK?
נאכנישט געהערט אזא ווארט אין ענגליש.
אפשר מיינסטו די יודישע ווארט "מוק"?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|