פארמעגליך שרייבט:
אין די צען יאר וואס שמואל ווידער מיט זיינע צען "ניקס" וואס ער פארמאגט, האט נישט אפגעהאלטען דעם סאטמארער רבין מיט'ן סאטמארען ציבור פון קיין איין געוואקס, צו בויען און פארשפרייטען תורה ויראת שמים. דער סאטמארער רבי איז געווארען פון די גרעסטע רביס אין דער וועלט כאטש שמואל ווידער שרייבט צענדליגער מאל זאלי, ופני זאלי חפו.
גערעכט!
הגם אינטערנעט איז א קילער, און עס געפונען זיך אונזערע היימישע אינגעלייט אויפן אינטערנעט און זענען ביזי מיט יענעם, וואס אזא זאך קען צומאל שאדן פאר א חסידות, עכ"ז האט דאס נישט אפגעהאלטן פון קיין איין געוואוקס, צו בויען און פארשפרייטען תורה ויראת שמים. ווייל ב"ה רוב רובם פון אונזערע יונגעלייט אינטערעסירט נישט די אלע שטותים.
ביזט אויך גערעכט מיט דעם אז דער סאטמארער רבי איז געווארען פון די גרעסטע רביס אין דער וועלט אפילו פארמעגליך האט געמישט שמוץ עטליכע חדשים אין א צי מיט סקאנדאלן.
עס האלט שוין אזוי ווייט אז קיינער גלייבט אים נישט קיין איין ווארט ווייל אלע זעען דאך אז די געשרייבעכצער האט נישט געבויעט ר' אהרןס ישיבה, און עס האט נישט אפגעהאלטען די ישיבה אין וויליאמסבורג צו ווערען די "גרעסטע" חסידישע ישיבה אין דער וועלט.
גערעכט!
פון תש"ס האבן מיר זיך אויסגעלערנט אז מיר גלייבן נישט קיין שום צייטונג-מאגאזין-אינטערנעט סייט, ווייל נישט דאס בויט אונז און נישט דאס צוברעכט אונז, די אכט פארום'ס וואס די זאליס האבן שוין געהאט אין די לעצטע צען יאר, די פיר מאגאזינען וואס די זאליס האבן שוין געפנט און צוגעמאכט די לעצטע צען יאר, די 5 סארט גליונות וקובצים וואס די זאליס האבן שוין געעפנט און צוגעמאכט די לעצטע צען יאר, גארנישט האט אונז נישט צובראכן (ענק געבויעט יא?).
כוחו של אותו רבינו הק' בעל דברי יואל ורבינו הק' בעל ברך משה דאס בויט אונז און דאס האלט אונז.
ר' אהרןס מענטשן האבען נאך יארען לאנג איינגעזען אז די אלע זאכען זענען ניטאמאל ווערט צוליינען. זיי האבען איינגעזען אז טראץ הייד פארק מיט אלע סארט נארישע און ראדיקאלע באשרייבעכצער, האט דאס דאך נישט געברענגט פאר ר' אהרןס מוסדות אין וויליאמסבורג קיין איין קינד מער ווי א דריטעל פון סאטמאר וויליאמסבורג.
גערעכט!
ווי ערווענט פריער, ב"ה מיר לעבן נישט אויף היידפארק, נישט דאס איז אונז מחזק, נישט דאס איז אונזער מורה דרך, ווען אין ראדני זיצט מען פארקנייטשט מיט א שטיקל פארמעגליך, זיצט מען אין הופער פארקנייטשט אויף א שטיקל גמרא.
און צו דיינע ווערטער לייג צו, נישט נאר ס'האט נישט געברענגט, נאר (די ארטיקלען) ס'האט אויך נישט אוועקגענומען קיין איין קינד.
עס האט קיינער אין די וועלט נישט אפגעקויפט ר' אהרן אלס א ערענסטער אדם גדול טראץ הייד פארק מיט שמואל ווידער האבען אים געקרוינט אלס דער שר התורה, היראה, הכשרות, העסקנים, והחכמה.
גערעכט!
טויזענט פראצענט גערעכט, רבינו שליט"א איז נישט ארויפגעקומען אויף די ארענע תש"ס, ער האט שוין 30 יאר פריער געהארעוועט על התורה ועל העבודה, ער האט שוין געפסקנט שאלות בד' חלקי שו"ע נאך אין די ל' יארן, ער איז שוין געזעסן ביי מער דין תורות (מיט גדולי הוראה פון פריערדיגן דור) ווי די גאנצע לישקע צוזאמען.
מיר האבן נישט געדארפט קיין היידפארק שרייבערלעך וואס זאלן ארויסברענגן אז די רבי עסט נאר ברויט וואס מען מאכט ביי אים אינדערהיים וכו' נאך אזעלכע שטותים, מיר האבן ב"ה געהאט גענוג גדולי תורה והוראה וואס האבן עדות געזאגט אויף זיין גאונות וצדקות.
דו האסט איין ברירה צו זאגן, אז הגאונים הצדיקים המנחת יצחק, הרמ"א פריינד, ר"מ בראנדסדארפער, יבחלט"א השבט הלוי זענען פשוט מח געוואשענע פון הייד פארק, חס מלהזכיר.
דאך זעט מען אז די אבנארמאלע נאנסענס האלט אן. עס איז דאך נישט צום באגרייפען אז איין מענטש זאל באמת טראכטען אז ער אליין גייט אונטערברענגען איינע פון די גרעסטע חסידותן אין דער וועלט. עס איז נישט מעגליך אז א נארמאלער מענטש זאל נאך לאנגע יארען אפשרייבען מיליאנען ווערטער וואס איז געגאנגען אינעם גרעסטען לענדפיל, זאל ווייטער האלטען אין איין שרייבען ווייטער און ווייטער די זעלבע שטותים טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, און יאר נאך יאר, און נישט איינזען אז אלעס וואס איז פארגעקומען די לעצטע 10-11 יאר איז נישט געווען אין די טבע. קיין איין זאך וואס איז זיך פארלאפען זייט פסח תשנ"ט איז נישט געווען עפעס וואס די מענטשהייט האט געקענט פאראויס זאגן אדער אפילו וויסען.
גערעכט!
אלעס וואס איז געווען די לעצטע 10 11 יאר איז שלא כדרך הטבע, ווייל מיר געפונען רשעים שהשעה משחקת להם, אבער ב"ה אז לא לעולם חוסן.
אבער זיי דו טאקע אליין מסביר, וואס איז געווען משה גבאי'ס חשבון, האט ער געקלערט טאקע אז חלילה אין מנהיג לבירה, האט ער געקלערט אז ער קען טון וואס ער וויל, לית דין ולית דיין, האט ער זיך נישט וויפיל מאל איבערגעצייגט אז וויפיל ער האט נישט נאר אנגעהעצט דעם רבין ז"ל האט עס געפלאצט ווי א זייפן בלאז שפעטער ווען דער רבי ז"ל האט ארויסגעוויזן זיין חביבות פאר רבינו שליט"א.
ווייסט ער טאקע נישט אז גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, ווייסט ער נישט דעם ווארט פון צדיקים, אז מען קען אין די זאקן פועלן מער ווי אין די שיך, זעט ער נישט היינט צוטאגס אליין אז זיין גאנצער פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט ווי עס באדארף צו זיין.
צובראכן? יא!, חרוב מאכן קען א קאץ אויך, אבער פאר וואסערע פרייז, צו דארפן זיך האדעווען מיט זיינע אייגענע שונאים?
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 07/01/2010 21:43:26