בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2010 23:19 לינק ישיר 

טאטלע, דיין הוספה פון די מעשה איז פונקט אזוי אמת ווי די ארגינעלע מעשה, אויב האט ער באמת גענטפערט "איך געב נישט קיין פערמיט ווילאנג איז זענט אין געריכט" (א זאך וואס איז נישט אמת ווייל די אהרוינים זענען די קלעגער און נישט די זאליס), וואלט דער "ראש העיר" געכאפט אזא ריק פון בית משפט אז ער וואלט געגעבן א פערמיט פאר 70 דירות אויך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 23:47 לינק ישיר 

סאיז אפשר קעגן די תקנות אבער כמיז דיר זאגן כהאב נאך אזא שוטה ווי דיר נישט געזען
 
די רעדסט וואס די ווייסט אדער וואס די שטעלסט זיך פאר

די שרייסט שקרן יא אמת נישט אמת ,אין א נושא וואס די הייבסט נישט אן צי וויסען וואס טיט זיך מיט דיר
קריגסט נוסח טאשהע זאלי אויף א זאך וואס מקען געוואר ווערן צי עס איז אמת צי נישט  די מענטשען וואס זענען אינוואלווד לעבן קאל אן דיין שוואגער פין ארץ ישראל אין פרעג דיר אביסעל נאך וועסטו וויסען א פיצי וואס טיט זיך מיט דיר

ווער עס איז די קלעגער אין בג"ץ גיי איך נישט טענען סאיז דאקומענטירט ממילא איז חבל על הזמן 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 23:52 לינק ישיר 

אין משפחה איז געשטאנען נאך וואס דער גור'ער האט באזוכט ביי רז"ל אז רז"ל האט זיך באדאנקט פאר אים אז זיין מענטש אין בני ברק חנוך זייבריט דער סגן ראש העיר האט געגעבן די נויטע פערמיטן אנצוגיין ווייטער מיט די בוי ארבעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 00:14 לינק ישיר 

וויינשטאקל מ'מוז זאגן אז די דאנק פון רז"ל איז געווען אויפן עתיד ער האט געהאפט אז די שטאט ב"ב וועט איהם פארקוקן זיין הארבן עבירה פון זיך ווענדן צום בג"ץ הציוני, אבער ניין די פיהרער'ס פון די שטאט ב"ב טראץ זיי זענען נישט קיין סאטמאר'ע חסידים זענען זיי פארט אידן שומרי תו"מ און זיי קענען דעם פסוק פון ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, און זיי האבן געמאלדן פאר רז"ל'ן קלאר און דייטליך אויב גייסטו ווייטער אן מיט די רמיסת התוה"ק און דו שטעלסט דיך נישט צו קיין בי"ד אזויווי אלע חרדי'שע אידן וועסטו נישט קענען באקומען די הילף פון די שטאט

אצינד איז געבליבן פאר רז"ל צו באשליסן איינס פון די צוויי וועגן:
טוהט ער תשובה אויף זיין הארבן חטא און ער חתמ'עט שטרי בירורין ווי א פרומער איד -
קען ער באקומען די הילף פון די פרומע שטאט בני ברק
טוהט ער ח"ו נישט קיין תשובה און ער גייט ווייטער אן מיט די פרעכע חילול ה' מיט די קלאגע אין די פרייע געריכט -
קען ער נישט באקומען די הילף פון די פרומע שטאט בני ברק
ער האט א ברירה זיך צו ווענדן אויף הילף אין די פרייע שטעט וואו ס'איז נישט קיין עבירה צוגיין אין ערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 00:40 לינק ישיר 

ס'איז שווער צי גלייבן אז די זאליס וועלן גיין צי דין תורה אין בני ברק, ווייל זיי האבן א צוואה פין הרב פישער ע"ה פין די עדה החרדית, אין פין די זאלי לישקע אז זיי מעגן זיך נאר מתדיין ביי די זייער אייגענע דיינים.

ני ווער וועט זיי געבן א היתר צי גיין צי פרעמדע רבנים ( ווער ווייסט צי מען מעג ביי זיי נעמען א גלאז וואסער )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 00:59 לינק ישיר 

אויששש כתב:
באלאנד טייערער איך האב פאר דיר צוויי קליינע אבער וויכטיגע הערה'לעך:

1. דו שרייבסט אז די סכסוך אין ב"ב האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מ"ח ווייס האט מערער געווען אויף די הנהלה פון עזריאל גליק "מיט די אנדערע אלטע חברי הנהלה"...
לאמיר דיך פרעגן ווער זענען די אנדערע חברי הנהלה וועמען די ווילסט אזוי נישט ארויסשרייבן ? איז עס נישט אפשר פארצופאל ר' זלמן לייב בכבודו ובעצמו ? אוודאי יא, איז פארוואס שעמסטו זיך ארויסצושרייבן אז מ'האט איהם ל"ע תובע געווען אין די בג"ץ הציוני ? זייט ווען איז א בושה צו זיין א נתבע ?

2. די ווילסט איינרעדן מיט דיין גאנצן כח המשכנע אז די סאטמאר'ע מוסדות אין ב"ב זענען גאר די תובעים אין בג"ץ הציוני און דיין ר' זלמן לייב-בן פראדל-זרילע זענען נעבעך די נתבעים (אומזיסט דיין פרואוו ס'איז נישט דא ווער ס'זאל לאכן)
לאמיר דיך פרעגן ווער שרייבט ריכטיג וועמען זאל איך ענדערש גלייבן דיר אדער די רבנים פון ב"ב מיטן גאב"ד און שבט הלוי שליט"א וואס שרייבן קלאר אין די דעת תורה פון חודש אייר צו ענקערע אוממענטשן ארויסצוגיין פון ערכאות און זיך שטעלן צו די"ת ?

אלנפאלס האב איך אויף ענק די מליצה ישרה אז עס איז כאטשיג א בושה וחרפה ביי ענק די שוידערליכע טריט וואס ענקער רבי האט געטהון מיטן אריינגעבן א קלאגע אין די בג"ץ הציוני טרענטנדיג בשאט נפש אויף די תורה הק' און צוטרעטנדיג מיט חילול ה' די גאנצע שיטה הק' און ספר הק' ויואל משה, יא יא ענק זענען גערעכט ס'איז א חרפה און א שאנדע לדראון עולם


די פאקט איז אין ב''ב

נאכמאל אין קורצען

צד מהרז''ל האט איבערגשריבן די קארפ' פין שיכון קרית יואל אין ציגעלייגט אין ארויסגענומען מיטגלידער פין די בארד וואס איז געווען ביז דאן
אין צד מהר''א האט אריינגעגבן א עירעיר דערויף ביי די רשם הח'
פינקט ווי דאס אריינגעבן א נייע דיד ביי די דעפארטמענט אויף דיד'ס הייסט נישט קיין הליכה לערכעות אזוי אויך הייסט נישט די עירעור ביי די דאפארטמענט אויף דיד'ס נישט קיין הליכה לערעות,
אויב יא, דאן ווער האט מתיר געווען פאר מהרז''ל אריינצוגעבן א עירעור בשנת תשס''א (נאך פאר מהר''א האט בכלל גערופן צו די''ת) קעגן די דעמאלטסדיגע ביה''ח דיד פין מהר''א?
א עורעור עפנט נישט קיין קעיס, עס שטערט נאר די נייע בעה''ב צו טוהן מעשה בעה''ב אין זיין נייע לאט וכו', אין עס קען נאר ווערן אראפגענועמן ווען די נייער בעה''ב שטעלט קלאר זיינע הוכחה'ס ביי א ריכטער.

יעצט פארשטייט זיך אז מהר''א האט אריינגעבן א עורעור האבען זיי - מהר''א געקענט באקומען א פערמיט צו בויען די נייע דירות אין שיכון,
אין דאן איז מהרז''ל אריין אין קארט קודם קעגן די שטאטראט פאר'ן געבן א פערמיט (וועלכע זענען אויך יודן שותמ''צ) אין דערנאך ווען די ריכטער האט געזאגט אז מ'קען נישט קלאגען די שטאט ווייל זיי מיזען נישט אנערקענען די פרישע בעלי בתים ספעציעל ווען ס'דא א עירעור, האט מהרז''ל'ס מענטשן אפיציעל געקלאגט די הנהלת המוסדות אויף די בעלות פין שיכון, וכדי בזיון וקצף ר''ל.
וואס דאס האט געבערענגט דערצו אז אלע גדולי הדור פין בני ברק אינאיינעם מיט ירושלימער רב שליט''א זענען אזוי שארף ארויסגעקומען קעגן די צד מהרז''ל, ווי יעדער געדענקט.

סיי וויאזוי כ'האף אז ס'איז אמת אז מ'וועט זיך שטלן לדי''ת,
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועכ''י





תוקן על ידי דיןתורה ב- 11/01/2010 01:17:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 01:14 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

אבער צו קומען (פראבירן צו) איינרעדן אז מהרז"ל שטייט אונטער די גאנצע זאך מיט די ציוניסטישע בג"ץ איז שקר וכזב,
און קיינער וועט דיר במיילא קיינמאל נישט גלייבן מיט אזוינע הבלים, ווייל וואס האט ער דען דערפון צו פעלט דען איהם עפעס אין אר"י, ענק אליין שרייבטס אז ער גייט בויען דירות אין ב"ב, און ער האט דארט אויך אַ שיינעם כולל איז מה לו ולזה ?
ער וויל דאס אויפטזעכליך נישט 'אזויווי זיין חשוב'ער זוהן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א סאטמאר-רב אין ירושלים האט דאס שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט' עס האט נישט מיט איהם און ער שטימט נישט צו דערצו.
איך וועל נישט לייקענען עס איז דא מערערע ביי די זאלוינים וואס זעהן דערין אַ נקמה אין בני ברק וואס איז באקאנט אלס בלינדע בעיס פאר מהר"א, אבער מיט מהרז"ל זעלבסט האט דאס נישט גארנישט און פארשטייט זיך אז אויך נישט מיט זיין נסיעה קיין ישראל.

שקרן
זיין בנו הגדול לויפט ארום פארענטפרן זיין יד ימינו וואס האט געהאט די קוראזש קעגן הייליגען באשעפער ר''ל
אין אריינגעטראגען די קלאגע אין ציוניסטישע ערכעות....
ער איז אים עפענטליך א מקרב אין חנפ'ט אים עפענטליך ביי יעדע געלגנהייט, אזש ער זיצט אויבן אן ביי אים (ביי די בילדער פין היי יאר כ''א כסליו האט מען עס געקענט זעהן)

פארוואס ער דארף עס???? האסט א גיטע קשיא, איך פרעג עס אין ב''פ, אין אויך אין ק''י אא''וו
דאס איז די תאווה פין וכל זה איננו שווה לי פינקט ווי המן הרשע!

וועם דען האבען די גדולי הדור געמיינט מיט די ווערטער ''חברים לאיש משחית''?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 01:36 לינק ישיר 

רביה"ק זי"ע בעט זיך צו די זאליס!!!!
גייט ארויס פונעם טמא'נעם בג"ץ!!
שטעלט אפ דעם חילול שם שמים!!



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/01/2010 02:08:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 01:46 לינק ישיר 

רוף צו ארונים:

גייט ארויס פון טריפה'נעם בג''ץ, און שטעלט אייך צו די''ת וואס מיר שטעלן פאר דורכ'ן גאב''ד ירושלים!!!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2010 01:49 לינק ישיר 

זעליג א גיט שטיקעל

באלד גייסטו שוין אליין'ס מיינען אז די ארונים זענען די תובעים אין בג''ץ.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 01:56 לינק ישיר 

די זאליס זענען איצט אין א שרעקליכען פראבלעם.

רז"ל דארף פארן קיין א"י צו די בר מצוה פון זיין אייניקעל, און מען האלט שוין 6-7 וואכן צו די בר מצוה, און זיי ווייסן נישט וואס צו טאן יא פארן נישט פארן, בלייבן אויף שבת נישט בלייבן אויף שבת, זיי דרייען זיך ארום אן א קאפ, אין דער איד ווערט קיין אות אחת נישט דערמאנט.

וואס איז?

די גדולי הרבנים שליט"א ובראשם מרן פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א און הגאון רבי משה לאנדא שליט"א, האבן איינגעמאלדען פאר רז"ל טאמער ער קומט ער אויף א"י, ווילאנג ער גייט נישט ארויס פונעם טמא'נעם בג"ץ, און שטעלט זיך צו דין תורה זבל"א, נעמען זיי אים נישט אויף, אזוי ווי זיי שריייבן אין זייער פסק הלכה אז ער האט דעם דין פון:
הרי הוא גזלן ומחלל שם שמים בפרהסיא וכל העוזר לזה הרי הוא חבר לאיש משחית!!

אזוי אויך האט זיי מודיע געווען כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס ער ארבעט די לעצטע יאר כוחות עצומות אז די זאליס זאלן זיך שטעלן צו דין תורה זבל"א, ער האט פרעזענדליך פארשפראכען פאר די רבנים שליט"א, אז ער גייט זעהן אז די זאליס זאלן גיין צו דין תורה זבל"א, און ארויס פונעם טמא'נעם בג"ץ.

דערווייל שפילן די זאליס ארום, יעדן טאג האבן זיי א נייע תירוץ, איין טאג הייסט עס משה גבאי איז בעל הבית, איין טאג עזריאל גליק, איין טאג בחירות, איין טאג ציונות, איין טאג נאר די אייגענע דיינים, קודם וואלערשטיין אריין, יעדען טאג האבן זיי א נייע תירוץ, ירושלימער רב שליט"א איז שרעקליך צוקאכט דערוועגן, און איצט האט ער זיי געמאלדען אז טאמער רז"ל קומט אויף א"י פאר שטרי בירורין נעמנט ער אים נישט אויף.

איצט ריקט זיך ב"ה די זאך ווייל די זאליס האבן נישט קיין ברירה אויף ווייטער.

די בריוו פון די גדולי הדור, ובראשם כ"ק מרן פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א וכ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.




גלייכצייטוג: זעהט מען דא די פסק פון די רבנים אז מען קען נשיט פסל'ן דעם צווייטען בורר, און נישט ווי די זאליס פארקויפן אז מען האט געפסלט די בורר פון די אהרונים ווייל ער גייט צו די בחירות.

און דאס איז בשעת זייער אייגענע בורר ר' נתנאל לינדער גייט אויך צו די בחירות!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 02:08 לינק ישיר 

און איצט א ווארט איבער די מעלה גרה ליגענט וואס די זאליס פרובירען מיט אלע כוחות צו פארקויפן אז די אהרונים זענען גאר געגאנגען אין דארט...

עס איז נישט קיין שום חדשות, ווייל די זאליס קענען פארקויפען דא אז דער מסור וואלערשטיין וואס איז דער שליח פון ר' חיים הערש, פירט איצט די מוסדות אין בני ברק...

נאר ליתר שאת 3 זאכן

1) די זאליס האבן געברענגט 2 היתרים אז זיי זאלן מעגן גיין קלאגען די מוסדות אין בג"ץ, איינס פון דעם הולך לבחירות ר' נתנאל לינדער, און איינס פונעם פארמאכטען שוחד-זונה בי"ד משפט שלום, טא אז די אהרונים זענען געגאנגען אין קארט פארוואס האבן די זאליס גענומען א היתר צו גיין אין בג"ץ...?

מן הסתם האבן זיי גענומען די היתר פאר די אהרונים....

2) כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א שרייבט זייער קלאר אינעם בריוו פארן מסור וואלערשטיין אז ער זאל ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ.

אפשר איז דער מסור וואלערשטיין אן אהרוני...

3) די בריוו פון די בדי"צ בני ברק ובראשם הגאון רבי נסים קרליץ שליט"א שרייבען אין זייער פסק אפען הולך לערכאות דער מסור מענדל וואלערשטיין הרי זה רשע וכאילו חירף וגידף והרים יד בתרת משה רבינו ע"ה.

אפשר האבן זיי געמאכט א מיסטעיק... אנשטאט די נאמען פון ר' משה חיים ווייס שליט"א האבן זייי אריין געלייגט וואלערשטיין...
 






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 04:17 לינק ישיר 

הייסט די בריוו וואס די אלע צדיקים האבן געחתמ'ט קעגן ענק, נעמסטו אן כאילו ס'איז קעגן רז''ל און ביזט העפפי? נישטא ווער ס'זאל לאכן




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2010 06:09 לינק ישיר 

זעליג, דו ביזסט זייער נאנט צו פליען פון דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 18:25 לינק ישיר 

דער זעליג מיינט אז ער איז אין תימן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.