| נשלח ב-11/1/2010 19:28 |
|
| |
אהרן חארינער און דער האלבער פאראלעל
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:29 |
|
| |
- יוחנן איז געווען דער כהן גדול פאר נישט ווייניגער ווי זיבעציג יאר, טויזענטער האבען מיטגעהאלטען זיין עבודה אין דעם באשעפערס הויז און געזינגען און געטאנצען פאר אים יעדן מוצאי יום הקדוש, ער איז געווען געשעצט און געערט נישט בלויז ביי איין קרייז, איין לאנד, אדער קאנטינענט נאר ביי די גאנצע ערליכע אידענטום בימים ההם. דאך ווען ער האט זיך אויף די עלטער אוועקגעגליטשט פון די לערנונג פון די חכמים פון יענע צייט און זיך צוגעשטעלט צו די אויפגעקלערטע- א.ג. צדוקים, האט זיך כלל ישראל באלד אפגעטרייסעלט פון אים און אויפגענומען א צווייטען אויף זיין ארט. - עס איז איצט קנאפע עטליכע מאנאטען זינט שבתי צבי איז ארויסגעקראכען פון זיין נארע און זיך דערקלערט אלס די משיח השם- ער פארט ארום אין פולע לענדער צו פארשפרייטען זיין נייע מאוומענט, צענדליגע רבנים שטייען דערווייל מיט מיט אים זעענדיג אין אים די לאנג אויסגעווארטע אידישע אויסלייזער.-------א קורצע צייט דערויף, עס זעהט זיך שוין קלאר ארויס שבתי'ס אמת'ע מאטיווען יעדע ערליכע רב האט זיך שוין אפגעטרייסעלט פון אים, און שבתי' איז יעצט ארומגענומען בלויז מיט יעקב פראנק און מיט זיין גרופע האלב געטויפטע אידן. - אהרן חארינער זיצט אויף די רבנות שטיהל און די שטאט אראד, פירט אן מיט די קהלישע פונקציעס און נעמט אנטייל אין רבנישע באראטונגען און די בודאפעסטע קאנצעליי. אבער נישט אויף צו לאנג געלונגט אים זיך צו פארשטעקען אונטער זיין פארדארבענע מאסקע; זיין אמת'ע פרצוף שווימט ארויס ווי בוימאייל איבער וואסער און זיינע פארדארבענע השקפות ווערט אנפלעקט לעיני כל. די ערליכע אונגארישע אידענטום שאקעלט זיך אפ פון אהרנ'ען ווי פון א קרעציגען, די נישט השכלה פארכאפטע אידן ציען זיך ארויס פון אראד, און די ארטעדאקסישע קהלה כאפט נישט קיין התפעלות פון די פלוג בלעטלעך און ביכער וואס חארינער געט ארויס און ווייזען אים די טיר. - בימים ההם בזמן הזה, מיר האבן היינט צוטאגס אונזער אייגענעם אהרן חארינער און די פאראלעל צו די אויבענדערמאנטע ציהט זיך אבער ליידער בלויז אויף די ערשטע חלק, אמת טאקע רוב כלל ישראל ווייסט וואס ליגט אונטער די ווייסע בעקיטשעס מיט די זאקעלאך אונאיינעם מיט זיינע גרויסע אויפטיאונגען, אבער נאך אלס איז דא א קובץ פון הינדערטער אידן וואס שטופען ווייטער דעם וואגן מיט עקסטאז, דמיונ'ען דאס גרעסטע און פארענטפערן דאס ערגסטע. מיין פראגע צו די ערענסטע און ערוואקסענע צווישן זיי: וואס נאך דארף דער חארינער טוהן אז איר זאלט אים אפשייען? ער האט גערצח'ט און געגזל'ט- און איר זענט נישט נתפעל געווארען, ער האט צובראכען און צובליטיגט אידישע שטיבער- און איר זענט געבליבען גלייכגילטיג, ער האט געשימפט און געלעסטערט און גערעדט ניבול פה ברבים- און איר האט זיך נישט פארשטאפט דאס אויער, ער האט געשיקט תמימות'דיגע ישבה בחורים אויף קאמיקאזי מיסיעס- און איר האט דאס צוגעלאזט, ער האט פארוואנדעלט א קימפעטארין היים צו אש -און איר האט געיובלט, ער איז אריין אין גויאישע געריכטען צענדליגע מאלן און געשטעלט א נייעם פרעצעדענט אויף הליכה בערכאות ביי אידן- און איר האט שטיל געשוויגען, ער האט אויפגעשטעלט א שלאכט הויז ווי פאר א פאר פרוטות ווייניגער באשטעלט ער שוואכערע הינער און קאטשקעס וואס אפילו א שוואכערער שחיטה וועט נישט אנעמען- און איר עסט ווייטער, ער האט פארשפארט א מקום קדוש- און איר האט אנגענומען זיינע אבסורדע תירוצים. אלזא וואס דארף ער נאך טון אז איר זאלט אוועקשטיין פון אים? קען ער טאקע זיך אויפשטעלען מיט א שתי וערב ברבים, מיט א רואיגע געוויסן אז קיין איין נאכשלעפער זיינער וועט אים נישט איבערלאזען און קיין איין אויבען אן זיצער וועט נישט פארשווינדען ווערן, ווייל זיינע קעפ מישער און גענזשטאפער וועלן שוין טוהן זייער ארבעט באמונה, און פארדרייען די מיראסאפישע-מוחות צו זיין פארלאנג?... קען ער טאקע אוועקגיין מיט אלעם?... וועט איר טאקע אלסדינג פארענטפערן?... איך וואונדער!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 22:58 |
|
| |
איך האב געפרעגט דיין קשיא פון געוויסע ארונים,
דער תירץ איז געווען פארשידנארטיג,
פאר איך שרייב זייער תירץ, וויל איך דיר געבן אן הקדמה,
קודם זייט וויסן, אז איינער וואס איז אן ארוני, איז אין איינס פון די צוויי קאטיגאריע'ס,
1) טיפש
פון די סוג, וועט איר טרעפן ערלעכע אידן אויך,
נאר אזוי ווי ער גייט אריין און די ערשטע סוג, איז עם געניג, עפעס א גזירה שוה ווי למשל,
אמאל איז אויך געווען די זעלבע,(און קראלע ארשעווע ועוד)
אויב וועט ער יא אמאל איינזען אז עפעס טויג נישט, וועט ער האבן א מה מצינו, אז ערגעץ אנדרשט איז נישט בעסער,
אויף די גזירה שוה'ס און מה מצינו'ס, איז דא א גאנצע מעניפעקטשערינג קאמפעני,
וואס זיי פארקויפן זייער סחורה יעדן דאנרשטאג,
און פאר ווער עס האט אינטערנעט, קען קויפן א גאנצע וואך אנליין,
דארט פבראצירט מען, פאר א יעדע מין טיפש, וואס'ערע גזירה שוה, עס ארבעט אויף עם,
2) שייגץ,
איינער וואס גייט אריין און די דאזיגע קאטיגאריע, האט מיר אמאל געזאגט בזה הלשון, מיר וועלן אריין גיין אפילו און קלויסטער, אויב אינזער רבי וועט אריין גיין,
השם ירחם וילמדו טועים בינה,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 11/01/2010 23:08:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2010 00:47 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | איך האב געפרעגט דיין קשיא פון געוויסע ארונים,
דער תירץ איז געווען פארשידנארטיג,
פאר איך שרייב זייער תירץ, וויל איך דיר געבן אן הקדמה,
קודם זייט וויסן, אז איינער וואס איז אן ארוני, איז אין איינס פון די צוויי קאטיגאריע'ס,
1) טיפש
פון די סוג, וועט איר טרעפן ערלעכע אידן אויך,
נאר אזוי ווי ער גייט אריין און די ערשטע סוג, איז עם געניג, עפעס א גזירה שוה ווי למשל,
אמאל איז אויך געווען די זעלבע,(און קראלע ארשעווע ועוד)
אויב וועט ער יא אמאל איינזען אז עפעס טויג נישט, וועט ער האבן א מה מצינו, אז ערגעץ אנדרשט איז נישט בעסער,
אויף די גזירה שוה'ס און מה מצינו'ס, איז דא א גאנצע מעניפעקטשערינג קאמפעני,
וואס זיי פארקויפן זייער סחורה יעדן דאנרשטאג,
און פאר ווער עס האט אינטערנעט, קען קויפן א גאנצע וואך אנליין,
דארט פבראצירט מען, פאר א יעדע מין טיפש, וואס'ערע גזירה שוה, עס ארבעט אויף עם,
2) שייגץ,
איינער וואס גייט אריין און די דאזיגע קאטיגאריע, האט מיר אמאל געזאגט בזה הלשון, מיר וועלן אריין גיין אפילו און קלויסטער, אויב אינזער רבי וועט אריין גיין,
"במילא יעדער אויסווארף וואס וויל זיך אראפווארפן דעם עול התווה"מ ווערט אן ארויני איז ער שוין כשר וישר"
השם ירחם וילמדו טועים בינה,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 11/01/2010 23:08:13 |
|
יישר כח האסט זייער פאסיג ארפגעמאלן דאס בילד פון די קוואליפיקאציעס פון די ארוינים,
האסט אבער אויסגעלאזט דעם 3טן קאטאגארי
3) ליעב אידיש בליט!
#3 איז די בליט טרינקערס, שלעגערס, די וואס שפירן זיך פשוט גיט ווען זיי קענען מצער זיין אנדערע אידן,
אזוי ווי ביי כ"ק רבינו שליט"א איז מצער זיין אנדערע אידן דאס ערגסטע, האבן זיך די אלע אפגעטראגן צו די ארוינים.
ביי זיי ווערן די אלע שלעגערס און מחוצפים אויפגענימען מיט אפענע ארעמעס און באקימען דעם שענסטען כבוד
אזא גבר עלים ווי יוסל ווייס מיט זיין איידעם אהרן דוד רובינשטיין וכדו' און אזא נידעריגער יונג ווי דוד עקשטיין וכדו'
די זענען פון די גרעסטע מענטשן ביי זיי.
תוקן על ידי 1satmar ב- 12/01/2010 00:54:02
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 18:12 |
|
| |
עס ליגט שוין און די צווייטע סוג איך וועל עס קלארער ארויס שרייבן, 1) טיפש/שוטה 2) שייגץ/רשע אויב איינער האט ליעב אידיש בליט איז ער א שייגץ, אמת אז רשע פאסט בעסער,
|
|
|
|
|