בית פורומים כל העולם כולו

דעבאטע: וואס זאל בוני עולם סערווירן פיש אדער פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2010 02:37 לינק ישיר 
דעבאטע: וואס זאל בוני עולם סערווירן פיש אדער פלייש

פאר די זאליס איז די וואך געפאלן א באמבע אינמיטן הוילען טאג
ווי שוין באריכטעט דא אויפן פארום האט פאפא מוסדות געמאכט די וואך זינטאג זייער יערליכע דינער
 אינעם עטרת אברהם זאל, זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל געבן נאר קרית יואל פלייש.
 
יאנקי הירש פלעגט געבן קרית יואל פלייש אבער ער האט געסאטפט ווייל מען האט לעצטענס איבער געשריבן זיין
קאנטראקט, אין די זאליס האבן זיך אויס גענימען מיט אים אז ער טאר נישט אריין ברענגן קיין קרית יואל פלייש.
 
למעשה האט פאפא סערווירט " פיש " ביים דינער ווייל זיי עסן נישט קיין 82 פלייש.

ווי ס'שטעלט זיך ארויס א חוץ די זאליס וויל קיינער נישט עסן קיין 82 פלייש  נישט די
סאטאמאר אהרונים, פאפא, בעלזא, סקווירא, ווישניץ, קלויזנבורג, 
ביי רוב פין די עולם איז 82 פלייש פיגול אדער שטארק צווייפלהאטיג, הצד השווה שבהן מען וויל נישט עסן דאס פלייש.

בערך אין א 4 וואכן ארום פרשת משפטים גייט פארקומען אין זעלבן זאל די מסיבה לטובת בוני עולם
בוני עולם שטעלט צי גאר א רייכע סעודה מיט אלע ציגעהערן
יעצט טאמיר זאל בוני עולם געבן די פלייש וואס יאנקי הירש געט,  וועט אויס קומען נאר ארום 30 פראצענט זאל עסן די פלייש.

יעצט וויל איך וויסן וואס וואלט דער ציבור פארגעשלאגן אז בוני עולם זאל טיען ?

1) געבן נאר פיש ביים דינער.
2) ביידע סיי  82 פלייש אין מען זאל אויך סערווירן  פיש ווער ס'וויל נישט די פלייש.
3) בוני עולם זאל פארלאנגען אז קרית יואל פלייש זאל אויך סערווירס ווערן מיט 82 פלייש .





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 02:49 לינק ישיר 

מיין שטימע זאגט, סערווירט פלייש וואס מען גיט אלץ, און ווער עס וויל נישט עסן די פלייש, זאל מען סערווירן שטרוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 02:51 לינק ישיר 

נומבער 3) גלייב איך נישט עס איז מעיגליך במציאות ווייל וויאזוי וועט מען מאכען זיכער עס ווערט נישט אריינגעמישט 82 פלייש? און אויב יא ביידע פארוואס נישט אויך פאפא פלייש פאר די פאפא אידען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 02:57 לינק ישיר 

באלאנד ער זאגט דאך אז מ'לאזט מער נישט סערווירען וואס מהאט אלץ געגעבען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:17 לינק ישיר 

דאס איז קלאר אז אויב וויל בוני עולם מאכן געלט זאלן זיי נישט סערווירן קיין פלייש וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:19 לינק ישיר 

ווי קלאר איז דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:19 לינק ישיר 

דער וד"ל שרעקט מיך גראדע יא אפ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:25 לינק ישיר 

איך האלט אז בוני עולם זאל געבן נאר פיש, אין טאמיר באלאנד האלט עס נישט אויס קען ער עסן שטרוי

אין איך האלט אז יעדער זאל פארלאנגען פין  בוני עולם, אדער וועם זיי געבן אנערן,  אז מען זאל נישט מכשיל זיין ציבור מיט פלייש וואס האט נישט קיין גוטע הכשר.

נישט פארגעסן בוני עולם איז גאר א וויכטגע צוועק, אין כשר פלייש איז אויך גאר וויכטיג.


 




תוקן על ידי ארגינעלער ב- 12/01/2010 03:27:45




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:31 לינק ישיר 

פשוטע פאקט: ווען בוני עולם האט געמאכט זייער דינער אין קרית יואל איז נישט געווען אפילו איין עסקן פון די זאליס אלע מסיבות פאר דעם זענען געווען נאר פון אנ"ש און בשעת די מסיבה האט מען אויך געקענט זעהן ווי די זאליבעצנס זענען נאר געקומען פרעסן און געלט איז נאר געווען פון אנ"ש אלע רעסיטס פונעם דינער זענען נאר געווען פון אנ"ש און די גאר געלונגענע דזשורנאל ווי עס איז באערט געוואן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א מיט נאך עסקנים איז נאר געווען באגריסונגען פון אנ"ש
ע"כ אין וויליאמסבורג אויב וועט איר געבן פלייש וואס איז טריפה נאר ממליחה ואילך וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:32 לינק ישיר 

ארגינעלער איך האב שוין געמיינט אז בוני עולם גייט זוכה זיין צו א בויקאט פון דיר, אזוי ווי שומרי החומות,
וואס טאקע שומרי החומות זענען די הכנסות דראסטיש געפאלן זינט דיין בויקאט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:36 לינק ישיר 

אז די ווילסט אויפברענגן שומרי החומות וועל איך דיר ענטפערן אז נישט אימזיסט האט נאך שומהח"מ נישט געמאכט אויס נשיא רבינו שליט"א נאר ווייל ער ווייסט אז אזוי קען ער נאך סוכ"ס פארדינען עפעס געלט פון די ערליכע סאטמטארע אידן ווייל אויב נישט וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:39 לינק ישיר 

איך שטוין.

דעקלעראציע דיין שפלות האט מער נישט קיין גבול??? נעמסט אויף דיין אחריות אויב בוני עולם וועט נישט האבן די נויטיגע געלטער צו ברענגען אידישע קינדער אויף די וועלט? די טרערן פון אנשי שלומינו אינגעלייט צענדליגע יארן נאך די חתונה וואס זיי פארגיסן אן אויפהער איז טאקע כחומר ביד היוצר אין דיין בלוטיגע האנט?

איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מען מישט אריין בוני עולם דא אינעם שמעלץ טאפ.

דעקלעראציע, אן א שיעור אינגעלייט וואס דאווענען יעדע וואך אין בית מדרשינו אין וויליאמסבורג, זיי זענען זיך כסדר מסתופף בצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און זענען זיך מער שואל עצה מיט אים ווי דו, שטייען מיט טרערן און די אויגן און שרייען:

דעקלעראציע, נעם אראפ דיינע רשעותדיגע לאפעס פון אונז! זיי נישט חס אויף כבוד בית סאטמאר אויף דיינע אייגענע אויסגעטראכטע וועגן, ווען ביי אונז מיינט דאס טייכן בלוט פון הארץ ארויס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:46 לינק ישיר 

גאנציגער די שטוין נישט אזויפיל, איך בין מאמין באמונה שלימה די ביסט גרייט צי הרג'נען א יעדן א אהרויני
נישט נאר די נאר אלע זאליס שפיכות דמים מיט רציחה איז ביי ענק גאנגבאר .

חליש נישט אזוי פאר בוני עולם.

(דאקלערציע אז די ווילסט קענסטו אויך ענטפערן דעם האלביגען )



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2010 03:51 לינק ישיר 

ארגינעלער !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 04:15 לינק ישיר 

[quote]

חליש נישט אזוי פאר בוני עולם.
[/quote]

איך וואלט דיר צוריקגעשריבן אז דיין זון זאל דארפן צוקומען צו בוני עולם און וועלן מיר זען דעמאלטץ ווער עס זאל נישט חלשן. און לאמיר נישט רעדן פון דעם אז פילע אידישע שטובער מאנ"ש אריינגערעכנט פון גאר נאנטע בלוט און פלייש פון מרן רבינו שליט"א חלשן יא פאר בוני עולם.

אבער איך שטוין שוין טאקע נישט, איך בין מאמין באמונה שלימה אז דו ביסט בכלל נישט קיין איד, ביסט א פאלנער גוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2010 04:25 לינק ישיר 

 

 

איך האלט אז אלס א צייכען פין פראטעסט ווען איר גייט אויף א דינער אדער א שמחה אין עטרת אברהם זאל, אין מען געט פלייש ממליחה ואילך פין 82(אמאל האט די שוואכע 
השגחה געהייסען "999") זאל מען נישט ח"ו שטערן די שמחה נאר מען זאלנעמען די פארציע פלייש אין איבערדרייען עס אויף די אנדערע זייט אין אזוי  זאל עס צוריק גיין פין ווי עס איז געקימען

טאמער געניג עהרליכע יודען וועלען עס טיהן קען נאך געשעהן אז זיי וועלען אריין  ברענגען א CHOICE אין פרעגען וועלכע מען וויל רעגעלער אדער איבערגעדרייטע.







תוקן על ידי 13Hooper ב- 12/01/2010 04:47:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעבאטע: וואס זאל בוני עולם סערווירן פיש אדער פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext