בית פורומים כל העולם כולו

ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2010 21:16 לינק ישיר 

נעמען מיר פון די זעלבע פארם צו נישט?
*--[endif]*

ווי זאגט די וועלט? א ליגענער דארף האבן א גוטע זכרון...

 

ווער געדענקט דען נישט ווי אזוי ביי די גרויסע צומת הגידין פרשה, ווען די וועלט האט גערידערט איבער די צומת הגידין, האבן דאן די אלע זאליס געשריגן חי וקים, אז נאר די בית השחיטה המהודרת האט די פראבלעם, אבער זיי נישט. ווייל מיר נעמען נישט פון די זעלבע פארם. און נאר די ארונישע פארם האט די פראבלעם (אדער גאר ביי די באמפ ווען מ'פארט אריין קיין קרית יואל, ביי די באמפ, ווערן די אלע גידין געשעדיגט...) אבער זייער פארם האט נישט די פראבלעם, במילא דארפן זיי נישט בודק זיין דערויף.

 

ויקם מלך חדש, עס איז דא א נייע פרשה. פלוצלניג נעמען זיי יא פון די זעלבע פארם, פלוצילנג האבן נאר אונז געשחטן די קאטשקעס און זיי נישט. און זיי ווייסן פאר קלאר אז מיר האבן געשחטן די טריפה'נע טישקענס, ווייל מיר נעמען פון די זעלבע פארם.

 

קענען ענק אפשר אפמאכן איין מאל פאר אלע מאהל, צו נעמען מיר פון די זעלבע פארם צו נישט? אויף ענגליש זאגט מען "מעיק אפ יור מיינד"... 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 21:22 לינק ישיר 

האט נישט דער בלאט געשריבן פארגאנגענע וואך אז "מהודרת" האט אפגעראטעוועט אלע בתי השחיטה פון די קאטשקעס?

דערווייל ווייזט זיך ארויס א געוואלדיגער קאנטראסט און אפשר גאר, מאכט עס אויסזען אז דער בלאט איז א צייטונג וואס האט נישט קיין כאראקטאר. עס איז סתם א געמיינער פארשקעוויל און די שרייבערס דארט זענען פונקט ווי פאשקעווילן שרייבער.

עס ווייזט זיך ארויס, אזנבלויז "די מהודרת" איז ארויסגעקומען זאגן אז מען זאל נישט נוצן די קאטשקעס וואס זיי האבן געשחטן, און נישט נאר אז זיי זענען ארויסגעקומען פון זיך אליינס, נאר גאר פון טאקע אט דעם סאמע ראש הבריונים יצחק שטיין שחיק טמיא.

דאס טייטש אויבן אויף אז אין די לעצטע פאר חדשים זענען דארט פארגעקומען צוויי ערענסטע פראבלעמען, צומת הגידין און די קאטשקע, וואס ביידע זענען קודם אפיציעל געלייקענט געווארן דורכן בלאט, דער בעל אגלי דבש האט אלע ביידע איגנארירט און נאר נאכדעם וואס "דרויסענדע" האבן אנגעהויבן צו שרייען געוואלד, האט מען עפעס זיך גענומען טאן.

אויך האבן די ארונים אין ביידע פעלער מסביר געווען אז גאר די "מהודרת" האט אפגעראטעוועט אלע בתי השחיטה.

קיין איין ארוני פרעגט נישט היתכן אנדערע בתי השחיטה האבן נישט אויפגענומען קיין בודקים פאר די צומת הגידין, און דאס זעלבע איצט האבן קיין איין בית השחיטה נישט געשריבן קיין ווארט וועגן די קאטשקעס.

ווילן זיי איינרעדן אז נאר "מהודרת" פארקויפט כשרס און אלע אנדערע בתי השחיטה זענען געווארן משה פינקל. איך הער אבער עס איז אפילו נישט ווערט דאס אפצוענטפערן.

קרית יואל איז מן הסתם כשר, אבער "מהודרת" קען מען נישט זאגן. און צו זאגן אז קרית יואל איז די בעסטע איבער די וועלט, דארף מען שוין זיין א לוניטיק


תוקן על ידי באלאנד ב- 13/01/2010 21:24:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 21:38 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
ווארט נאר אויף די רעזאלטס פין די לעב
וועסט געוואר ווערן וואס פאר א לוזער הרב שטיין איז, וועסט זעהן וואס פאר מאסקווי דער הרב שטיין איז

ס''ה איז דא די שאלה אויב מ'האט געמישט די פעיקין, ס'נישט קיין הלכה'דיגע שאלה
ס'איז א שאלה פין מהודרת.


קענסט אויף הרב שטיין גיסן וויפיל פעך און שוועבל די ווילסט, בפרט נאכדעם וואס די לייגט אריין שווערע כוחות שוין בלאד 2 וואכן אינטערצורייסן דעם הרב שטיין יעדע פאר טעג מיט פרישע געבעקסן וכו'

אינטערשטע שורה האט זיך הרב בערקאוויטש דערשראקן פון שטיין און ארויסגעגעבן א "ריקאל"... אין די היסטאריע פון די וועלט האט נאך א קאמפעני נישט געמאכט א "ריקאל" ווייל עפעס א "בחור" (איר געדענט נאך די מעשה מיט די בחור וואס נישט געוויסט אז א פעקל קאטשקע קאסט 30$?) האט געוואלט גנב'ענען א לעיב"ל און שיקן צו א לעב...

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/01/2010 21:53:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 21:57 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
האט נישט דער בלאט געשריבן פארגאנגענע וואך אז "מהודרת" האט אפגעראטעוועט אלע בתי השחיטה פון די קאטשקעס?

דערווייל ווייזט זיך ארויס א געוואלדיגער קאנטראסט און אפשר גאר, מאכט עס אויסזען אז דער בלאט איז א צייטונג וואס האט נישט קיין כאראקטאר. עס איז סתם א געמיינער פארשקעוויל און די שרייבערס דארט זענען פונקט ווי פאשקעווילן שרייבער.

עס ווייזט זיך ארויס, אזנבלויז "די מהודרת" איז ארויסגעקומען זאגן אז מען זאל נישט נוצן די קאטשקעס וואס זיי האבן געשחטן, און נישט נאר אז זיי זענען ארויסגעקומען פון זיך אליינס, נאר גאר פון טאקע אט דעם סאמע ראש הבריונים יצחק שטיין שחיק טמיא.

דאס טייטש אויבן אויף אז אין די לעצטע פאר חדשים זענען דארט פארגעקומען צוויי ערענסטע פראבלעמען, צומת הגידין און די קאטשקע, וואס ביידע זענען קודם אפיציעל געלייקענט געווארן דורכן בלאט, דער בעל אגלי דבש האט אלע ביידע איגנארירט און נאר נאכדעם וואס "דרויסענדע" האבן אנגעהויבן צו שרייען געוואלד, האט מען עפעס זיך גענומען טאן.

אויך האבן די ארונים אין ביידע פעלער מסביר געווען אז גאר די "מהודרת" האט אפגעראטעוועט אלע בתי השחיטה.

קיין איין ארוני פרעגט נישט היתכן אנדערע בתי השחיטה האבן נישט אויפגענומען קיין בודקים פאר די צומת הגידין, און דאס זעלבע איצט האבן קיין איין בית השחיטה נישט געשריבן קיין ווארט וועגן די קאטשקעס.

ווילן זיי איינרעדן אז נאר "מהודרת" פארקויפט כשרס און אלע אנדערע בתי השחיטה זענען געווארן משה פינקל. איך הער אבער עס איז אפילו נישט ווערט דאס אפצוענטפערן.

קרית יואל איז מן הסתם כשר, אבער "מהודרת" קען מען נישט זאגן. און צו זאגן אז קרית יואל איז די בעסטע איבער די וועלט, דארף מען שוין זיין א לוניטיק


תוקן על ידי באלאנד ב- 13/01/2010 21:24:19

 



שטיין האט פארפירט וועגן מאסקאווי, אויף דעם איז ער נעבעך געווארען אפגעפרעגט פינקט ווי דיין רבי
דא רעדט מען וועגן מישען פעיקין, א פראבלעם פין די העטשערי וואס יעדער האט - אויב די חשש אמת

ווען די שרייבסט צומות הגידין, ווייזטו ווי די ווייסט אפי' נישט קיין פשוט'ע מציאות,
די צומות הגידין פרשה האט שטארק ארפאגעברענגט די מממון ואילך בוטשער ווען יעדער וואס האט א מח האט זיך איבערצייגט אז וויבאלד אלע פארעם'ס נעמן פין איין העטשערי דאן מיז זיין אז איבעראל איז די פראבעלם אין דאך האט די בית השחיטה פין ווי די מממון ואילך בוטשער נעמט נישט געוואלט בודק זיין.....
דער בלאט האט עס קיינמאל נישט געלייקענט, פארקערט רבינו שליט''א האט גערעדט דערפון ברבים כ''ו אב, אין פארציילט פאר'ן ציבור מדקדים אז מ'איז בודק די צומת הגידין אין מ'האט אויפגענועמן ארום 10 פרישע משגיחים נאר פאר דעם.

די שרייבסט:
קיין איין ארוני פרעגט נישט היתכן אנדערע בתי השחיטה האבן נישט אויפגענומען קיין בודקים פאר די צומת הגידין, און דאס זעלבע איצט האבן קיין איין בית השחיטה נישט געשריבן קיין ווארט וועגן די קאטשקעס.
יעדער מענטש וואס האט אביסל יר''ש פרעגט די שאלה..........
זענען ענק נישט מחיוב במצות? קענען ענק אפמאכען פאר געלט וועלכע הלכה מ'איז פטור דערפון?
לשיטתך אז שטיין איז דער וואס האט אנדעקט דעם שרעקדיגע סקאנדאל, דאן פארוואס מאכט נישט אינטערנעשנאל א ריקאל?


תוקן על ידי rebyankel ב- 13/01/2010 21:58:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 22:05 לינק ישיר 

וויפיל מ'האט ביז היינט געוואוסט וואספארא כוחות רבינו שליט"א און הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א לייגן אריין אין כשרות פון די בית השחיטה איז עס יעצט ארויסגעקומען מיט אן אויסטערלישן קראפט.

איך שטיי און שטוין ממש אויף זייער אויסטערלישע גבורה, מיטן פולן באוואוסטזיין אז דער בית השחיטה איז נארוואס אדורך א מיני-קריזיס מיט דעם צומת הגידין פראבלעם, וואס בעלי אינטערעסן האבן אויסגענוצט צו פרובירן - אן הצלחה ב"ה - פארשווארצן דעם נאמען פון די מהודר'דיגסטע בית השחיטה ביים יהדות החרדית אין אמעריקע, און געווענליך אין אזא צייט האט יעדער מורא אריינצוקריכן אין א פרישן פלאנטער, וואס ביי פיל מענטשן דארף מען נישט וויסן פונקטליך וואס גייט פאר, און איינמאל מ'הערט אז ס'איז דא עפעס א פראבלעם לאזט עס איבער א שלעכטן נאך-טעם אויף דעם גאנצן געשעפט.

פארט האבן זיי נישט געקוקט אויף גארנישט, און אין אן אקט וואס קען מיט רעכט באצייכנט ווערן אלס מסירות נפש האבן זיי באשלאסן צו נעמען די בזיונות אבי ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין ווייטער נדנוד קל פון א חשש איסור חלילה פאר די אידן וועלכע פארלאזן זיך אויף זיי מיט אזא האקעלע טעמע פון כשרות!

ירבו כמותם בישראל, וממנו ילמדו וכן יעשו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 22:10 לינק ישיר 

מען מישט די אייער פון די קאטשקעס... בהמות!
אויב איז דאס די "חשש" ווי קומט אהער דא בכלל די נאמנות פון די שוחטים? קענען די שוחטים מעיד זיין אז אין פארעם האט מען נישט געמישט די אייער?

וליתר בירור אז די פראבלעם איז נישט אז "געוויסע געמישטע" קאטשקעס קוקן אויס ווי די כשר'ע, דא האט איר יונה'ס פערל געדאנקען

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2744705&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 22:16 לינק ישיר 

מצד הדין אין די גמרא ווערט גע'פסקט אז כשר'ע עופות דערקענט מען ביי די פאלגענדע 4 סימנים.

1) עס טאר נישט זיין קיין דורס.
2) עס דארף האבן א זפק
3) עס דארף האבן א אצבע יתירה
4) עס מוז זיין קרקבנו נקלף (דאס פיפיקל דארף זיך אפשיילן)

דאס זענען די פיר סימנים מצד די גמרא.
און אלע עופות וועלכע האבן די פאלגענדע פיר סימנים, זענען זיי כשר צו עסן.

דער רמ"א לייגט אבער צו אז עס דארף האבן א מסורה אויך. אין צוגאב צו די 4 סימנים דארף עס האבן "מסורה". וואס טייטש אז מ'ווייסט אז מהאט דאס שטענדיג געגעסן.

יעדע זאך וואס מ'ווייסט אז דאס האט מען אלעמאל געגעסן, און עס האט די פיר סימנים, עסן מיר.

אן עוף, וואס האט די פיר סימנים, אבער עס קוקט אויס אביסל אנדערש, צי עס האט א קליינעם שנאבל, צי עס האט רויטע האר, צי עס האט לענגערע פיס, וכו' וכו', קען מען שוין מחמיר זיין, איז דאס מסורה'דיגע אדער איז נישט דאס מסורה'דיגע עופות אדער קאטשקעס.

נישט מסורה'דיגע קאטשקעס, אדער ספק מסורה איז נישט טריפה, און אויב מ'האט דאס גענוצט דארף מען נישט כשר'ן קיין כלים, אזוי פסק'ט דער אבני צדק אין יו"ד ס' כ"ט, וויבאלד עס האט די 4 סימני טהרה.

די פעקין קאטשקעס האט אלעמאל געהאט א מסורה
די מוסקאווי האט נישט געהאט קיין מסורה, (מעגליך אז יא, אבער מיר ווייסן נישט דערפון).

די מוסקאווי קאטשקעס זענען רויט ביים שנאבל, און זייערע פליגלען זענען קלענער ווי די פעקין, אבער האבן אלע סימני טהרה.

די פעקין זענען געל ביים שנאבל, און האבן עטוואס לענגערע פליגלען.

אין קרית יואל נוצט מען נאר פעקין, וואס מ'האט אלעמאל גענוצט. און דאס איז קיין שום פראבלעם נישט.
די שוחטים זאגן קלאר אז זיי האבן געזען די קאטשקעס איידער'ן שחט'ן און זאגן קלאר אז דאס איז פון די פעקין, וועלכע זענען כשר בלי שום פקפוק.

ר' יצחק שטיין זאגט אבער אז די קאטשקעס זענען עטוואס מער פינק ביי די פעטן, און ממילא איז דאס נישט די פעקן.
איצט, ווער זאגט אז די פעטן דארף זיין ווייס, ווער זאגט אז דאס נעמט אוועק די מסורה.

אפשר האט דאס מיט די קעלט אדער מיט היץ, אפשר האט דאס מיט די עסן וואס זיי האבן געגעסן וכו' וכו' וכו'.

למעשה טענה'ן די קרית יואל'ער שוחטים אז זיי האבן געהאט די געהעריגע נארמאלע פעקין קאטשקעס.

איצט איז געווארן א חילוקי דעות צווישן די מכשירים אין די קרית יואל בית השחיטה.

הגאון ר' געציל זאגט, ס'איז גארנישט. מיר האבן פעקין, און די קאליר פון די פעטן איז לא מעלה ולא מוריד. די שוחטים זענען נאמן עפ"י תורה, און דאס איז די מסורה.

הגאון רבי משולם פאלאטשעק זאגט אז ער האלט אז ס'איז כשר, אבער ער וויל פארט אראפארן צו די העטשערי, דארט ווי מען איז מרביע די קאטשקעלעך, און זיי גענוי פרעגן וועלכע סארט זיי נוצט פאר פעקין, און צי זיי מישן די אייעלעך פון די פעקין מיט אנדערע סארט, אדער איז דאס אלעס פוסטע שטותים, און די פעטן קאליר איז איינרעדענישן.

הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג זאגט אז ס'איז כשר בתכלית. די תורה הקדושה האט געגעבן נאמנות פאר די שוחטים, און זיי זענען יראי שמים מפורסמים, און וויבאלד מיר ווייסן דאך פון אלע דאקומענטן אז מ'האט באשטעלט פעקין, און פון די רעסיטס אז מ'האט טאקע באקומען פעקין, און די שוחטים זאגן אז ס'איז געווען פעקין - איז דאס נוגע, און נישט עפעס אנדערש, ויאכלו ענוים וישבעו למהדרין מן המהדרין.

סאטמארער רבי זאגט: לאמיר אראפארן צו די פלענט און לאמיר מברר זיין. עס איז טאקע כשר, די שוחטים זענען נאמן 100 פראצענט, אבער וועמען ארט צי מאכן א ריקאל און זיך איבערצייגן בפרטות הדברים, איז דא עפעס אין דעם אדער נישט.

דערפאר האט מען געמאכט א בריוו, און אינעם בריוו שטייט טאקע קלאר אז די שוחטים האבן מעיד געווען אז זיי האבן גע'שחט'ן לויט די מסורה, אבער עכ"ז וויל מען דאך ווארטן ביז עס וועט נתברר ווערן צי איז דא מסורה'דיגע אויסגעמישט מיט אפשר נישט מסורה'דיגע אין די פעקין משפחה אליינס, און צי דער פארמער/העטשערי טוט נישט עפעס, אז עס זאל ענדערן די מסורה.

למעשה, וועט קיין שום אנדערע שחיטה נישט מאכן קיין ריקאל. ווייל קיינער מאכט זיך נישט נעריש, און קיינער איז נישט פרומער פון די הלכה.

קרית יואל וויל צייגן אז זיי האבן נישט מורא פון די גאס און מאכן יא א ריקאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 22:56 לינק ישיר 

סתם ספינערס

בויעט אויף א גאנצע בנין אז עס איז אפילו נישט וויכטיג מחמיר צו זיין, און עס איז כשר וישר 100% נאר וואס דען?

(איך ברענג זיינע אייגענע ווערטער)
וועמען ארט צי מאכן א ריקאל און זיך איבערצייגן בפרטות הדברים, איז דא עפעס אין דעם אדער נישט

---

ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן וודאי טריפה (די שאלה איז נאר געווען וויפיל פראצענט) האט פאר ר' אהרן געארט צו מאכן א ריקאל, אבער יעצט ווען עס רעדט זיך וועגן 100% כשר נאר עס איז דא עפעס אומבאגרינדעטע חששות ארט אים נישט צו מאכן א ריקאל?


חוץ מזה, אויב די פראבלעם איז אז דער פארמער מישט די אייער... אזוי ווי ענק פראבירן יצעט צו ספינען... ווי קומט דא אהער די עדות פון די שוחטים? און וואס וועט דאס העלפן? קענען זיי בכלל מעיד זיין אז דער פארמער האט נישט געמישט?

----


הערט אויף פארקויפן לאקשן פארן ציבור ווייל דער ציבור קויפט סיי ווי נישט! (חוץ ענקער אייגענע ציבור). אויב איז דא א פראבעלם פון "אייער" פרעגט מען נישט קיין שוחטים, אויב פרעגט מען שוחטים איז דאס א פראבלעם פון "קאטשקעס און נישט אייער"...

און דאס איז אלעס אויך נאר גוט פאר א וויץ ווייל א פארמער קען נישט "מישן אייער" אן א פערמיט פון די FDA און די FDA גיבט אזעלכע פערמיט'ס נאר פאר עניווערסיטעטן און נישט פאר קיין פארמער'ס, א פארמער וואס מישט ווערט ארעסטירט!

בקיצור איין שטיק לאקשן.

---

יעצט לאמיר איבערחזרן די השתלשלות.


1) די גאס הייבט אן קאכן אז עפעס גייט פאר מיט די כשרות פון די קאטשקעס פון די קרית יואל שלאכט הויז
2) זיי שלעפן ארויס זייער דיפענס שיעלד און הייבן אן פויקן אויף הייד פארק אז די זאלי'ס פארקויפן טריפה זייט חנוכה
3) די שמועות אין גאס קעגן די מאנרא שחיטה לאזט נישט נאך און די הייד פארק מעשיות קעגן די זאלי'ס כאפן זיך נישט אויף ביים ציבור, זיי פראבירן ווייטער מיט אלע כוחות צו לייקענען אז עס איז דא א שערורי' אבער אן ערפאלג.
4) עס קומט א שמועה אז אין די אהרוינישע בוטשער אין ב"פ האט מען אראפ גענומען פון די פאליצעס אלס קאטשקע פלייש, די אהרוינים אויף הייד פארק לייקענען
5) די הייד פארק בעקערס לאזן ארויס א פרישע מעשה אז א ר' יצחק שטיין האט געשיקט א בחור גנב'ענען פלייש פון די אהרוינים
5) א פרישע מעשה מיט נאך א בחור'ס גניבה הפעם פון א גוי אין בוילער רום...
6) א מעכטיגע פראסק פאר אלע אהרויניס אויף הייד פארק! די מאנרא שלאכט הויז לייגט אריין א עד אין "די צייטונג" אז אלע וואס האבן געקויפט קאטשקע פלייש זאלן דאס שוין צוריק ברענגען.
7) בראותם כי כלתה אליהם הרע, הייבן זיי אן מיט פרישע בעקעריי ווי אז "די אייער איז געמישט". אויף דעם וועט נאכפאלגן א באריכט שפעטער.


תוקן על ידי נפל ב- 13/01/2010 22:59:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 23:08 לינק ישיר 

פאר די אלע וועלכע פרעגן מיך אן אין אישי.

עס איז דא פארשידענע זאכן וואס מיר עסן אן א מסורה, און עס דארף א תירוץ פארוואס.

טוירקי (אינדיק') האט קיין שום מסורה נישט. און מיר עסן עס אין גרויסן.
דער הייליגער של"ה האט געשריבן פאר זיינע קינדער אז מ'זאל נישט עסן פון דעם.

דער ערוגת הבושם סי' ט"ז איז מצדד אז מ'קען עס יא עס, וויבאלד ס'איז נישט קיין דורס.

זעט מען פון דעם אז אפילו זאכן וועלכע זייער מסורה איז פארנעפלט, אדער האט נישט קיין מסורה עסט מען דאך, וויבאלד עס האט די 4 סימני כשרות.

אין די צייטן פון הייליגן דברי חיים האט זיך אפגעטאן א שערוריה איז קיבריצער עופות, וועלכע האט נישט פארמאגט קיין קלארע מסורה.
דער דברי חיים האט עס מתיר געווען און אזוי אויך דער חידושי הרי"ם און נאך גדולי זמנם.

דא ביי די מוסקאווי איז פאראן אזעלכע וועלכע עסן עס.
מיר עסן עס נישט.

ביי די פעקין דערקעגן האט מען שטענדיג געגעסן, און אויב מען דערקענט אז דאס וואס מ'האט גע'שחט'ן איז פעקין, און אז די שוחטים זענען אזוי מעיד, זענען די בעלי מכשירים אין קרית יואל גאר פרום און אפשר גאר איבערגעטריבן צו מאכן א ריקאל.

ובפרט אויב דער גרעסטער מחמיר אינעם דור, רבי אפרים שמעון לייכטאג איז עס מתיר לכתחילה און זאגט אז דער גאנצער שערוריה איז פוסטע מעשות און איז אויסגעזויגן פון פינגער, איז לכאורה די גאנצע ריקאל א איבערגעטריבענע זאך.

איך האלט אז מ'טאר נישט זיין פרומער פון די הלכה. די הלכה איז עס מתיר לכתחילה, און מיר זענען נישט קיין נזירים. ביי א נזיר שטייט אויך אז ער מוז ברענגען א קרבן לפי שהזיר עצמו מן היין. פארוואס האט מען געמאכט א ריקאל ווייל איינער וויל זיין פרומער ווי די שוחטים.

מיין קשיא איז אזוי:

אויב איז דער שוחט באגלייבט אז ער האט גע'שחט'ן כשר, און האט נישט מטריף געווען דאס הינדל
אויב איז דער שוחט באגלייבט אז דאס מעסער זיינע איז געווען כדת וכדין, בלי שום פגומה חלילה
אויב האסטו נאמנות אינעם שוחט יעדע סעקונדע אינעם טאג

מוזן מען אים גלייבן ווען ער זאגט אז ער האט געהאט פעקין.
פינקט ווי מען גלייבט א דיין וואס קוקט א מראה, און מיר שיקן נישט די מראות צו א לעב, ווייל די תוה"ק האט געגעבן נאמנות, דארפן מיר האבן 100 פראצענט צוטרוי למהדרין מן המהדרין, אז די עופות איז כשר למהדרין, און קיין ריקאל איז נישט ערלויב צו מאכן אפילו לפנים משורת הדין !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 23:13 לינק ישיר 

צומות

איך האב געהערט ממקור מוסמך אז ר' משולם האט געוואלט גיין אין פארעם און מ'האט אים נישט נישט געגעבן קיין ערלויבעניש, און דערפאר האט ער מסכים געווען צום ריקאל. כאטש וואס מצד הדין איז אלעס כשר וישר.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 23:39 לינק ישיר 



תוקן על ידי rebyankel ב- 13/01/2010 23:42:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 23:48 לינק ישיר 

יא!
מיר האבן נישט מורא צו מאכן א ריקאל, פונקט ווי הרב לאנדוי און עדה החרדית האבן נישט מורא צו מאכן ווען עס פעלט אויס.

מיר האבן נישט מורא צו ווייזן פאר די גאס אז מיר זענען אלעס בודק ביז די קלענסטע דיטאל.

נפל, זעליג, באלאנד, פארפאלן. יעדער וואס איז מדקדק אין כשרות ווייסט אז די איינציגסטע פלאץ ווי מ'קען עסן איז קרית יואל'ע פלייש. איינע פון מיין משפחה, וועלכע האט יארן נאר געגעסן פלייש וועלכע ער האט אליינס כשר געמאכט (און האט געשיקט זיין זוהן וועלכע לערנט אין ישיבה גדולה אז ער זאל גיין קוקן ווי אזוי מ'טשעקט די צומות הגידין כדי אים אויסצולערנען) האט יארן לאנג (איך רעדט פאר מער פון 20 יאר) נישט געגעסן קיין פלייש חוץ וועלכע ער האט כשר געמאכט אליינס, עסט היינט קרית יואלע פלייש. וכהנה וכהנה נאך טויזענטער און טויזענטער מענטשן (חוץ נפל'ס שוואגער). איינע פון וויזניצע רבי (פון מאנסי) שליט"א'ס אייניקל האט מיר געזאגט אז זיין זיידע האט איינמאל געזאגט אז אויף די קרית יואלע פלייש קען מען זיך פארלאזן.

אטון אדרבה גלייבט מיר נישט, גייטס אליינס פרעגן פאר סיי וועלכע וויזניצע רבי'ס אייניקלעך צו ער האט א פראבלעם צו עסן קרית יואלע פלייש. וועט ער דיר ענטפערן אז ניין.

און טאקע דאס באדערט דיר. יא יעדע ערליכע מענטש ווייסט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף אהרן'ס פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 00:01 לינק ישיר 

צומתהגידין כתב:


ובפרט אויב דער גרעסטער מחמיר אינעם דור, רבי אפרים שמעון לייכטאג איז עס מתיר לכתחילה און זאגט אז דער גאנצער שערוריה איז פוסטע מעשות און איז אויסגעזויגן פון פינגער, איז לכאורה די גאנצע ריקאל א איבערגעטריבענע זאך.







אקוראט דאס האב איך געוואלט שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 00:07 לינק ישיר 

איך האב מברר געווען אז רבי אפרים שמעון זאגט אז ס'איז גארנישט מיט נישט.
ס'איז א שקר גס פון דעם טומלער, שאין ברצוני לפרוש בשמו.

רבי אפרים שמעון זאגט אז ס'איז נישט קיין שום שאלה אין כשרות, עס איז א שאלה אין הלכות שנאת חנם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 00:25 לינק ישיר 

איך האלט אז זייער חשבון איז אז אויב וועט נתברר ווערן אז די גענז זענען געווען הונדערט % כשר, וועט די מאנראער שחיטה ארויסקומען מיט 100 שטאפלן שטערקער ווי פארדעם, ווייל דאס וועט ווייזן די וועלט ווי פארזיכטיג זיי זענען,

דאס גאנצע איז א כיטרע ביזנעס דעסיזשען

בלויז א שפעקולאציע, איר קענט מחולק זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.