|
|
| נשלח ב-14/1/2010 00:28 |
|
| |
סקאט פארוואס קיקען אזוי שווארץ ?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 01:03 |
|
| |
| נפל כתב: |  | ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן וודאי טריפה (די שאלה איז נאר געווען וויפיל פראצענט) האט פאר ר' אהרן געארט צו מאכן א ריקאל, אבער יעצט ווען עס רעדט זיך וועגן 100% כשר נאר עס איז דא עפעס אומבאגרינדעטע חששות ארט אים נישט צו מאכן א ריקאל?
|
|
שוטה!
ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די ערשטע בית השחיטה צו טרעפן די פראבלעם,
אין די בית השחיטה פין ווי די מממון ואילך בוטשער נעמט האט מען קיינמאל נישט בודק געווען.....
קרית יואל האט נישט געדארפט מאכען א ריקאל, זיי האבען בודק געווען, דער ציבור מדקדקים וואס איז מקפיד צו עסן דווקא פין קרית יואל איז ב''ה נישט נכשל געווארען מיט צומת הגידין
דער וואס האט נישט בודק געווען ווייל די הכשר איז נאר נאך די 'ממליכה' דער האט געדארפט מאכען די ריקאל
אין די ווייזט אויך ווער איז געווען אזוי אריינגטוהן צו פאררעכטן די פראבלעם ביי די העטשערי?
הגאון רבי משולם פאלאשטעק שליט''א פין די בעלי מכשירים אין די שחיטה מהודרת!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 01:25 |
|
| |
לדעתי ווער ס'קוקט דעם פאריגן בלאט (אינקלאדעד די פארגאנגענע טעג'ס היידפארק) קעגן הרב שטיין,און דאן דעם היינטיגן בריוו אין די צייטונג פון'ם שחיטה מיט א רוף עס נישט צו עסן אדער פארקויפן מער:
בלייבט מיט 3 השערות: 1. מלחמה פון ר' געציל .vs דעם ****בדחן! 2. רב שטיין'ס סטראשע ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט מיט פרוף האט געווירקט! 3. זעהענדיג אז יצא קלונם אין גאס, זאל די בריוו דינען אפצושטילן עד יעבור זעם, און דאן ארויסקומען ''עה ס'איז גארניקס געווען...''
יתכן אז אלע 3 זענען אמת אויך.
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 14/01/2010 01:26:58
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 01:28 |
|
| |
רעב יאנקל שרייבט ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די ערשטע בית השחיטה צו טרעפן די פראבלעם,
זיי נישט ברוגז, דיין ליין וואלט געדארפט זיין, ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די "איינציגסטע" בית השחיטה צו "האבן די פראבלעם,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 01:35 |
|
| |
| באלאנד כתב: |  | | רעב יאנקל שרייבט
ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די ערשטע בית השחיטה צו טרעפן די פראבלעם,
זיי נישט ברוגז, דיין ליין וואלט געדארפט זיין, ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די "איינציגסטע" בית השחיטה צו "האבן די פראבלעם, |
|
דו האסט פארגעסן אז יעצט איז די טענה אז מען נוצט יא די זעלבע פארם? ווער נישט צומישט.
אפשר די איינציגסטע וועלכע איז בודק יעדע איינציגסטע עוף
תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 14/01/2010 01:36:22
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 01:37 |
|
| |
אוי קומט עס צו לאכן ווען מ'זעהט אין פאריגן וואכיגן בלאט ווי די בדחן שרייבט צווישן אנדערן, הרב שטיין האט פראבירט צו איבערצייגן די ק''י שוחטים אז די קאטשקעס זענען מותר אן קיין שאלה, אבער זיי האבן אים ענדליך באזיגט אויפווייזנדיג אים אז ס'איז יא מפוקפק.....
היינט קומט די בריוו אין צייטונג............... ופני הבדחן חפוי. ופני האדמו''ר בפאלם ספרינגס ביקעים אלל קאנפיוסד.. ווייל ער די רבי גלייבט דאך אלעס וואס די בלאט שרייבט...
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 14/01/2010 01:43:39
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 02:16 |
|
| |
יצחק שטיין ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים, ער האט נישט וואס צו טאן מיטן טאג, לויפט ער ארום א גאנצן טאג און איז ביזי קאטשקע קאטשקע קאטשקע.
ער קוקט אויס ווי א רויטע פינקע צופילדעלטע קאטשקע באנאזאם...
ווער עס טרעפט אים זאל אים זאגן אז ער זאל גיין קעיר נעמען פון זיין Danver lamb ווי ער שחט דארט 250 א שעה, און די כשרות דארט איז שרעקליך, די שוואכסטע וואס איז שייך. דאס איז חוץ דעם וואס ער ניצט דארט נאר 1 בודק ומשגיח באנאזאם מאיר שמחה אבראמאוויטש, און דער א קל א חבד'ניק משיח'סט, אפילו די שוואכע OU לאזט נישט אריין אין זייערע זאלן, רעסטראנטען, וכו' די לעמב פון יצחק שטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 03:08 |
|
| |
| באלאנד כתב: |  | רעב יאנקל שרייבט
ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די ערשטע בית השחיטה צו טרעפן די פראבלעם,
זיי נישט ברוגז, דיין ליין וואלט געדארפט זיין, ביי צומת הגידין איז קרית יואל געווען די "איינציגסטע" בית השחיטה צו "האבן די פראבלעם, |
|
וויאזוי קען זיין אז נאר קרית יואל האט געהאט די פראבלעם?
(גראדע האט הגאון הרב גאלדמינצער פין סקווירא, אויך געזאגט אז זיי האבען געטראפען צומות הגידין ווי אויך נאך עטליכע)
די פאקט אז הג''ר משולם פאלאטשעק איז נאכגעגאנגען די פראבלעם אין איז אנגעקומען ביז די העטשערי אין דארט האט מען עס ב''ה פארראכטן
אלע פארעם'ס נעמען פין איין העטשערי אין וויאזוי קען זיין אז נאר קרית יואל האט געהאט די פראבלעם???
אין לו יהא אז די פראבלעם איז געשעהן ביי די פארעם אין דייקא די אלע פארעם'ס פין ווי קרית יואל האט גענועמן האט געהאט די פראבלעם (א זאך וואס לייגסט זיך נישט אויפן שכל מכמה טעמים)
פארוואס ווען קרית יואל האט גענומען פין די זעלבע פארעם פין ווי וויינלאנד האט גענומען האבען זיי געטראפען מאסען מיט צומות הגידין????
אגב, געדענקסט נאך ווען ''א חשוב'ע רב פין לעיקוואד הרב קורשינסקי'' איז איבערנאכט געווארען עפעס א משגיח קרשינסקי (איידעל גערעדט) פאר'ן חטא פין נישט מיטשפילן מיט 82'ס סקאנדאל?
געדענקסט נאך ווי די נערשיע ספין האט געבעקפייערט אויף ענקער מפוקפקדיגע בוטשער?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 03:11 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | אוי קומט עס צו לאכן ווען מ'זעהט אין פאריגן וואכיגן בלאט ווי די בדחן שרייבט צווישן אנדערן, הרב שטיין האט פראבירט צו איבערצייגן די ק''י שוחטים אז די קאטשקעס זענען מותר אן קיין שאלה, אבער זיי האבן אים ענדליך באזיגט אויפווייזנדיג אים אז ס'איז יא מפוקפק..... |
|
דער בלאט רעדט פין מוסקאווי
דארט איז הרב שטיין שוין איין מאל א ביג טיים לוזער
תוקן על ידי rebyankel ב- 14/01/2010 03:11:58
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 04:18 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | יצחק שטיין ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים, ער האט נישט וואס צו טאן מיטן טאג, לויפט ער ארום א גאנצן טאג און איז ביזי קאטשקע קאטשקע קאטשקע.
ער קוקט אויס ווי א רויטע פינקע צופילדעלטע קאטשקע באנאזאם...
ווער עס טרעפט אים זאל אים זאגן אז ער זאל גיין קעיר נעמען פון זיין Danver lamb ווי ער שחט דארט 250 א שעה, און די כשרות דארט איז שרעקליך, די שוואכסטע וואס איז שייך. דאס איז חוץ דעם וואס ער ניצט דארט נאר 1 בודק ומשגיח באנאזאם מאיר שמחה אבראמאוויטש, און דער א קל א חבד'ניק משיח'סט, אפילו די שוואכע OU לאזט נישט אריין אין זייערע זאלן, רעסטראנטען, וכו' די לעמב פון יצחק שטיין. |
|
שווערע טאג געהאט היינט יונה הא? די בריוו אין צייטונג..... הערשי רובינשטיין'ס פלאפ מיט'ן פאלם ספרינג פיקטשער-וויזיט ביים סקולענער......... גיב עס אבער נישט אויס דא ברבים!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 05:07 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | שווערע טאג געהאט היינט יונה הא? די בריוו אין צייטונג..... הערשי רובינשטיין'ס פלאפ מיט'ן פאלם ספרינג פיקטשער-וויזיט ביים סקולענער......... גיב עס אבער נישט אויס דא ברבים!
|
|
זעליג'ל וואס האט מען ענק שוין היינט איינגערעדט אין ישיבה וועגן הערשי רובינשטיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 05:13 |
|
| |
אין אנדערע ווערטער זיין פלאפ מיט'ן בריוו אין צייטונג פארשטייסטו, ווילסט נאר פארשטיין רובינשטיין, אללרייט...!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 05:23 |
|
| |
שוין געענדיגט דרייען??? איך פרעג דיר איין זאך און די שרייסט צוריק א צווייטע!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 18:09 |
|
| |
עס וואלט כדאי געווען אויב עמיצער קען אפשר שאפן דעם אינטערנעט סייט, ווי עס שטייט אז די פינקע פעטן איז א באוויז אז עס איז מוסקאווי. פון אלע בילדער פון מוסקאווי זעט מען דעם איינציגסטן אינטערשייד אז זייערע מיילער זענען רויט.
עס איז מיר אויך אינטרעסאנט, צי פון היינט און ווייטער גייט מען נעמען אתרוגים צו א לאבאראטאריע אויסצוגעפינען צי זיי זענען מורכב, צי וואס דארפן מיר נאך דיינים, אויב הייבן מיר אן אוועקצוקריכן מיט אינערנעט סייטס און מכלומר'שטע רעפארטס פון לעבס מכשיר צו זיין אדער צו אסר'ן מאכלים ביי כלל ישראל.
צי ווען איך האב א שאלה אין א מראה צ עס איז דם טהור אדער דם טמא, זאל איך גיין צו א לעב, און ער וועט מיר פסק'ן, צי זאל יא געטרויען מייין "פאנאטישן" דיין און מורה הוראה?
צי ווען איך האב א שאלה אין א בליעה, זאל איך נעמען דאס טעפל צום לעב. ביי א שאלה פון "יד סולדות" זאל מען גיין צו א לעב, אדער נישט?
בכלל, לויט מיין אינפארמאציע האט מען בכלל נישט געברענגט א לעב רעפארט. קיינער האט נאך נישט קיין שום די.ען.עי באווייזן נישט להקל און נישט להחמיר. קיין שום רעפארט, בלויז א אינטערנעט צעטל, וואס עמיצער קען אליין ארויפשטעלן, און דערנאך דאס ארומשמירן.
אלזא, האט מען דא נישט קיין שום באווייזן, בלויז לזות שפתים, און אויף דעם האט מען געמאכט א ריקאל?
שומו שמים !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 18:34 |
|
| |
פון א קלארן סמך האב איך איצטערט באקומען אינפארמאציע.
הגאון רבי משולם פאלאטשעק האלט שוין ב"ה זייער נאענט צו א קלארן בירור איבער דעם עלילת הקאטשקעס. איך ווייס נאכנישט וועלכע ראיות הגאון בעל מגד יהודה האט באקומען, וואס גענוי ער מיינט.
צי איז דאס די ען עי. צי איז דאס א לאבאראטאריע באריכטן צי איז דאס בלוט טעסט
וואס איך ווייס במציאות אז רבי אפרים שמעון שרייט געוואלד אז ער האט מברר געווען בלי שום ספק אז ס'איז מסורה'דיגע פעקין.
אויסערדעם האבן די רבנים אוועקגעשיקט צו 4 עקסטערע לעבס, קאטשקעס וואס קרית יואל האט גע'שחט'ן און קאטשקעס וואס מיעל מארט און G&G האבן גע'שחטן, און זייערע רעפארטס וועלן צוריקקומען ערשט נעקסטע וואך.
רבי משולם'ס נייע אינפארמאציע פון היינט, ווייס איך נאכנישט וואס דאס איז.
פרטים יבואו
|
|
|
|
|