בית פורומים כל העולם כולו

ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/1/2010 19:00 לינק ישיר 

צומות
הייסט אז דער וואס פארפירט איז פשוט א אינטערנעט ליינער (- אז נאר פין דארט ברענגט ער ראיות) ווי אינז אלע?
אדער א רב אדער דייין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 19:30 לינק ישיר 

איך בין נישט דא צו באשמוצן קיינעם.
די עלילה איז א פוסטע אויסגעזויגענע פון פינגער.
עס איז נישט קיין ערעור, עס איז אן עלילה, אן קיין שום באזיס.

אין כאן לא שאלה ולא תשובה, ריין פאליטיק. עפ"י דת תוה"ק איז די גאנצע סומאטאכע הבל ורעות רוח, און פשוט הוצאת דיבה אויף א בית השחיטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 20:54 לינק ישיר 

עס שטייט מיר דא פאר די אויגן צווי ערענסטע קאנטראסטן. איינס די בריוו אין צייטונג אז די קאטשקעס זאל מען צוריק געבן און מען וועט צוריקגעבן דאס געלט אוןן מען זאל עס נישט נוצן.
צוויי, די קעפל אין בלאט אז אז קרית יואל האט אפגעראטעוועט אלע בתי השחיטה פון די מפופקדיגע קאטשקעס. וואס למעשה איז נאך נישט אפיר געקומען נאך א בית השחיטה אז זייער קאטשקעס זאל מען נישט נוצן.
 אין פאריגן זומער איז געווארן די שערוריה פון צומת הגידין וואס דאן איז קודם געשריבן געווארן אז נאר די אנדערע בתי השחיטה פארמאגן די פראבלעם און קרית יואל נישט, שפעטער האט מהר"א געדרשנט אז "אויך" אלע אנדערע בתי השחיטה פארמאגן צומת הגידין, און נאך שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ניין. נאר קרית יואל האט דעם פראבלעם, און אנדערע בעלי מכשירים האבן געשריבען א בריוו אז ביי זייער בית השחיטה איז עס נישט פארהאן.

איז לכאורה שווער וואס איז די פראבלעמען דוקא פארהאן אין קרית יואל? און פארוואס ווען עס איז שוין געווארן באוואוסט די פראבלעמען ווערט עס קודם קודם ארויפגעווארפן אויף אלע אנדערע בתי השחיטה און שפעטער ווען עס איז שוין א שטינק אין די גאס מוזן זיי מיט פארדרייטע ווערטער מודה זיין אז נאר זיי האבן עס.

נאר ווער עס ווייסט, האט רבה"ק זי"ע געעפענט א בוטשער, בלויז צו קענען פארמאגן פלייש וויאוזי מען האט געהאט אינדדערהיים. ער האט נישט געמיינט גארנישט אויסער פארשפרייטן אידישקייט פאר אידן אין אמעריקע.
דאס זעלבע מיט די מצה בעקעריי. דער רבי האט נאר דעוואלט בויען א מצה בעקעריי וואס זאל קענען צושטעלן מצה פאר די ערליכע אידן. און דערפאר האט מען נישט געהערט קיינמאל אז דער רבי זאל זיך רימען מיט זיין פלייש און מצות. אפגערעדט פון דאס מינדעסטע אראפרייסן אנדערע בוטשערס און בעקערייען. ווייל ער האט בלויז געמיינט צו בויען אידישקייט און  כשרות און טהרה.

דאס זעלבע איז מיט די מקוה און אלע אנדערע אידישקייט ענינים. קיינמאל האט ער זיך נישט גערימט צי אראפגעריסן אן אנדערע אידישקייט זאך.

אין קרית יואל האט מען אויפגעשטעלט די בית השחיטה פאר גאר אנדערע צוועקן. איינס, די פעדעראלע רעגירונג האט געהאט געלט פון 911 פאנד, וואס דערמיט האט מען געבויעט די בית השחיטה פאר די שוחטים וואס האבן פארלוירן זייערע פרנסות אין וואל סטירט... און די צווייטע סיבה איז ווייל מען האט געוואלט כבוד. און דערפאר זעט מען און מען הערט ווי מהר"א דרשנט כסדר ווי זיין בוטשער איז די בעסטע אין די גאנצע וועלט, זיין מצה בעקעריי איז די בעסטע, און אנדערע האבן זיך באנוצט מיט התרים פון "וועסטל טאש" א.א.וו.

און ווייל די בוטשער האט די צוויי סיבות פון געלט און כבוד, וועט מען אלעס טאן אז די צוויי סיבות זאלן ח"ו נישט זאדן האבן. מען וועט קומען מיט מיליאן ליגענטס, מען וועט שרייבן אין בלאט אויפן הויפט קעפל, אפגעפרעגטע שקרים, מען וועט שרייבן אין הייד פארק אז אלעס איז זאלי ליגענטס, אלעס איז יצתק שטיין שולדיג, אבער ארויסקומען זאגן אז עס טויג נישט, עס איז ווייט פון מהודרת, דאס קען מען נישט.

און ווילאנג די צוויי סיבות פון געלט און כבוד וועט זיין די בעלי בתים אויפן בית השחיטה וועלן אלת זיין שערוריות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 20:56 לינק ישיר 

צומת הגידין, דו שרייבסט אז אין כאן לא שאלה ולא תשובה, ריין פאליטיק. עפ"י דת תוה"ק איז די גאנצע סומאטאכע הבל ורעות רוח, און פשוט הוצאת דיבה אויף א בית השחיטה.


קען מען זאגן אז קרית יואל איז אויך מן המנין פון אלעס איז פאליטיק? צי דאס גייט נאר אן ביי אלעמען אויסער קרית יואל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 21:10 לינק ישיר 

באלאנד.

אויב דער פראבלעם איז קיין פראבלעם, איז דאך די לעזונג קיין לעזונג.

צווייטנס.
יעדער פארשטייט אז אויב גיט די בית השחיטה ארויס א בריוו און זיי שרייבן אליינס אז זייערע שוחטים זענען מעיד אז זיי האבן גע'שטח'ן מסורה'דיגע קאטשקעס, איז מובן מאליו אז עפ"י תורה איז נישטא קיין ריקאל.

אויב מאכט מען א ריקאל איז עס לדעתי א זייער-חומרא'דיגע מהלך, וואס נישט נאר קיין שום אנדערע שחיטה מאכט נישט קיין ריקאל אויף ערנסטע פראבלעמען, ווער רעדט נאך פון א פוסטע עלילה, א לזות שפתים פון אן אינטערנעט-ראבינער.

איך האלט אז צום סוף וועט די אמת ארויפשווימען. און מ'קען אפשר זאגן אז די בית השחיטה וועט ארויסקומען א שטארקער געווינער דערפון, אבער מיט דעם אלעם האלט איך אז מ'האט נישט געדארפט מאכן קיין ריקאל בו בזמן ווען הגאון רבי אפרים שמעון זאגט אז ניין איז דאס שוין די גרעסטע ראי' אז מ'קען נישט זיין נאך פרומער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 21:58 לינק ישיר 

באלאנד

קיי איבער דיין נערישע ליגענט ביז די וועסט זיך שוין אליינס גלייבן
די קענסט מיר מסביר זיין וואזוי קען זיין אז נאר קרית יואל האט געהאט די פראבעלם פין צומות הגידין?
ווען אין פאקט איז דאס געשעהן אין די העטשערי פין ווי 'אלע' פארעם'ס נעמען????

----------

כ'האב הנאה פין דיין צווייטע ספין אז קרית יואל בית השחיטה איז געגרינדעט געווארען פאר א אנדערע ציל ווי די בוטשער.
ווייל מ'דארף זיין א  זאלי'ס  צו שרייען אז רביה''ק ז''ל האט נישט געפענט די בוטשער כדי ס'זאל זיין א אינקאם פאר די מוסדות,
אוודאי זיין עיקר ציל, ס'זאל  זיין כשר פלייש, אבער נישט וועגן דעם האט ער ארויסגעגבן דעם הייליגען בריוו אז מ'זאל קויפן דווקא אין קהל'ס בוטשער.

גיי ספין ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 22:05 לינק ישיר 

הייסט דאס אז ביים רבין האט אויך אלעס געמיינט געלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 22:09 לינק ישיר 

אוי איז סופערעמסי גערעכט
אויב איינער זאגט אז  מ'האט געפענט א בוטשער ס'זאל זיין א הכנסה פאר די מוסדות
הייסט עס:
 
הייסט דאס אז ביים רבין האט אויך אלעס געמיינט געלט?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 22:11 לינק ישיר 

ס'שאלה אז סופרעמעסי איז גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 22:27 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'איז עפעס פארקראכן פונעם נושא.

מיין פונקט איז דא, פארוואס האבן מען זיך נישט גערעכנט מיט דעם נאמנות פון די שוחטים, וועלכע האבן אלע איינס ביי איינס מעיד געווען זייער קלאר אז זיי האבן גענומען אין די הענט אויסדרוקליך די פעקין מסורה'דיגע קאטשקעס.

דער אויסרייד אז דער פארמער האט געמישט איז באזיסלאז און מ'קען אויף דעם נישט חושש זיין.

ווייל לאמיר רעדן פראקטיש:

מעג מיעל מארט אדער מארוויד פארקויפן עופות, וואס ער ווייסט קלאר אז זיי זענען "טשיקענס", נארמאלע הינער, צי נישט.

אפשר זענען זיי נישט קיין מסורה'דיגע הינער, אפשר דארף זיין טראגן צו א לעבן און טשעקן צו זיי זענען טאקע געהעריגע טשיקענס, און נישט עפעס אן אנדערע סארט.

אויב די חילוקים וואס מיר האבן געהאט מקובל איז נישט מאסגעבנד, און יעדער מאן דהוא וועלכער זאגט אז ער האט עפעס געפינען אויף עפעס א וועב-סייט (וואס ער האט מעגליך אליין אנגעפירקלט), קען מען אויף דעם פארמאכן יעדע שחיטה, און מטריף זיין אלעס?

אויב האבן אונזערע שוחטים פארלוירן זייער נאמנות וואס די תורה האט זיי געגעבן, פארוואס פארלאזט מען זיך אויף זיי יעדן טאג.

און די קשיא גייט ווייטער:
אויב איז G&G מודה אז זיי האבן באקומען מוסקאווי, טראצדעם וואס זיי האבן געארדערט נארמאלע פעקין קאטשקעס, אפשר ווען זיי באקומען פונעם פארם הינער, באקומען זיי עפעס אן אנדער סארט הינדל?

קען עמיצער פותר זיין די איבעיא ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 22:33 לינק ישיר 

איך ווייס גארנישט און איך וז נישט וויסן וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן. איך ווייס נישט וואס די שוחטים האבן געזאגט און איך ווייס נישט ווער עס האט געכאפט אז עפעס טויג נישט.
איין זאך איז קלאר, אז קרית יואל און בלויז זיי האבן געמאכט א ריקאל און עס זעט נישט אויס אז זיי האבן דאס געטאן צוליב א גאר ווייטער חומרא. זיי טוען גארנישט פאר חומראס. אלעס איז ביי זיי געלט און געלט.

א ריקאל מיינט אז עס טויג נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 22:46 לינק ישיר 

את חטאי הנני מזכיר היום, און אזוי ווי איך בין דאך מתלמידיו של אהרן, וואס איז שטענדיג
א איש אמת, ודובר אמת, גיי איך דא מודה זיין אז איך האב נעכטן געהאט א גאר שווערן טאג,
די קאטשקע מודעה פונעם בית השחיטה וואס איז נעכטן ארויס געקומען, האט מיר געהויבן מיין
בלוט דרוק אפ נארמאל הויעך, איך האב עובר געווען און געווען א מהרהר אחרי רבו,
יא, איך בין מודה ומתוודה, ס'האט מיך גאר שטארק פארדראסן, היתכן, אויב שרייט מען אז
אלעס איז כשר וישר, און אז דאס איז נאר א גרופע פון מסיתים ומדיחים וואס קומען יעדן מאנטיג
און דאנערשטיג מיט נייע שערוריות, נו, וואס מאכט מען זיך פון זיי צוטוהן?, פאר די
מהרסים וואס א הכשר ממליחה
ואילך (אדער בעסער געזאגט ממלוכה ואילך ווייל אויב
שטארקט דאס זייער
מלוכה'לע) איז אלעס כשר וישר, למשל, ווען עס איז דא א צומות הגידין
פראבלעם איז דאס לויט זיי
דייקא נאר אין דעם בית השחיטה המהודרת, פשוט, ווייל דארט איז
מען דאך בודק און מען איז
מהדר אז אלעס זאל זיין 100% בתכלית הכשרות, אבער ביי די
ממליחה ואילך
באנדיטן איז דא א פשוטע עצה, מען מאכט זיך צו די אויגן, מען זיכט נישט,
במילא טרעפט מען נישט, און אז מען טרעפט
נישט איז עס דאך כשר וישר, במילא האט מיך
שטארק פארדראסן אז מיר זענען
אריין געפאלן אין זייער נעץ, אקוראט דאס האבן דאך די
באנדיטן געוואלט, אז מיר
זאלן מהדר זיין און טוהן א פעולה וואס זאל כאטשיג אויסקוקן ווי
א הודאה במקצת
, און זיי וועלן קלעימען וויקטארי, זיי וועלן ווייטער עסן די צווייפעלהאפטיגע
פליישן
, אזעלעכע פליישן ואס קיין שום ערליכער איד וויל נישט אין מויל נעמען, און טאקע נאר די
חברה אשר כרעו לבעל, נאר זיי עסן און זענען גאר מהדר דאס צו עסן, און נישט נאר זענען
זיי מהדר, נאר זיי פראבירן מיט אלע געוואלדעס צו צווינגען דעם עולם אז מען מעג און
מען מיז נאר דאס עסן, און פאר די באנדיטן האבן מיר זיך געבויגן?, פאר די קלים ורקים
וואס דער אמת איז ביי אינגאנצן נישט קיין ארטיקל, זיי זענען דא נאר משמיץ זיין דעם
רבן של ישראל און דעם גרעסטן גודר גדר ועומד בפרץ,  די חברה פראבירט מען צו געפעלן?
ניין! ס'האט מיר זייע
ר שטארק וויי געטוהן.

אבער דאס האט אנגעהאלטן ביז פארנאכט צו מנחה און מעריב, ווי איך טרעף מיך כסדר מיט א
רב, וואס איז היינט שוין בגדר רבי מיט תלמידים וחסידים, א שטארק איינגעזענער רב, סיי בעולם
הרבנות און סיי בעולם הכשרות, און איך האב מיט דעם רב זייער נאנטער באציהונגען,  איך טרעף
מיך מיט דעם רב און רעד זיך אויס דאס הארץ, איך פרעג עם ווי האט דאס געקענט פאסירן אז מיר
זאלן אזוי אריין שפילן אין די הענט פון די שונאים, איך פארשטיי נישט, -זאג איך עהם- מען זאגט
אז אלעס איז כשר וישר, און מען נוצט נאר מסורת'דיגע קאטשקעס, די שוחטים און די בעלי משגיחים
זאגן קלאר אז אלעס איז זיכער על צד היותר טוב, און דא אויפאיינמאל א הצהרה פונעם בית השחיטה
אז מען רופט צוריק די קאטשקע פליישן, וועמען וויל מען געפעלן? פרעג איך דעם רב, די קלים ורקים?
זיי וועלן דאך קיינמאל נישט צופרידן זיין, זיי זענען נישט דא מקבל צו זיין דעם אמת, זיי זענען דא נאר
מערער זיין אויף אונזער בית השחיטה ולהבאיש ריחו של רבינו שליט''א, און פאר זיי וויל מען געפעלן?
פרעג איך דעם רב, ס'איז זיכער געווען א איבער געאיילטער שריט, און מען האט דאס נישט איבער
געטראכט, און נאר אזוי איז מען פשוט אריין געפאלן אין אזא פאסקע פון די שונאים, זאך איך עהם מיט
אזא דערביטערקייט. 

דער רב הערט מיך אויס און הייבט אן צו לאכן, וואס האט נאר געהויבן מיין כעס, און איך פרעג עהם,
וואס לאכט איר? בין איך דען נישט גערעכט? פרעג איך עהם מיט א קענטיגן צארן, זאגט מיר דער רב
ח''ו, איך לאך נישט פון אייך, איך טראכט נאר ביי מיר, אז עולם הפוך ראיתי, געווענדליך, ווען איך האב
עפעס פראגן אין דעם סאטמאר'ן פאליטיק, ווארט איך שוין קוים אויף מנחה מעריב, ווי מיר טרעפן זיך
כסדר, איך לייג פאר פאר אייך מיינע פראגן, און איר ענטפערט מיר מיט אזא שכל הישר, בטוב טעם ודעת,
אזוי אז אלע מיינע פראגן ווערט פארשווינדן, און אצינד, אזא דבר פשוט, און איר מאכט אייך אומזיסטיגע
שברי לב און עגמת נפש, אומזיסטיגע עגמת נפש? שריי איך אויס, א בלינדער קען דאס זעהן, און איר זאגט
אומזיסטיגע?, בארוהיגט אייך ר' יאנקעלע זאגט דער רב, איך וועל אייך דאס מסביר זיין וועט איר דאס
פארשטיין זייער קלאר, וועט איר זעהן אז דאס זענען דברים פשוטים מאוד.

קודם א פראגע, זאגט מיר ר' יאנקעלע, ואס איז דער יחוס מיט אייערע שחיטות?, וואס הייסט וואס איז דער
יחוס? מיר האבן שחיטה מונחת! מיר האבן טריקענע בדיקות! און נאך הידורים, זעהסט ר' יאנקעלע זאגט
דער רב מיט א ניצחון, די אלע הידורים זענען טאקע הידורים אבער דער גרעסטער הידור ביי די שחיטות איז
רבי אהרן טייטלבוים שליט''א, דאס אז אייער רבי איז עומד בראש די שחיטות המהודרות איז דער גרעסטער
הידור, פארשטייסט נישט, הא?, איך וועל דיר דאס מסביר זיין, דו קיקסט אן די גאנצע פרשה פון די קאטשקע
שערורי' מיט דיינע דעת בעל הבית אויגן, די ווילסט וויסן וואס דער גייט זאגן און וואס יענער גייט זאגן,
און דו וואלסט געוואלט אז דיין רבי זאל לויט דעם מאכן זיינע החלטות, יונגערמאן! דו קענסט נישט דיין רבי,
דיין רבי'נס הערצה ואהדה איז געשטיגן ביי יעדן פיל פאכיג זייט די נעכטיגע דעקלעראציע פון דעם בית השחיטה,
און ווען איך זאג ביי יעדן, מיין איך נישט די שונאי סאטמאר, ווייל זיי וועט מען קיינמאל נישט צופרידן שטעלן,
יעדן, מיין איך דעם עולם התורה און די בעלי מכשירים, זיי זענען כולם כאחד מלאים בשבח פון דיין רבי, זיי
רעדן בשבחו מיט התפעלות עצומה, יעדער פארשטייט אז זיינע נגיעות וואלטן פארלאנגט אז ער זאל זיך אויס
לאכן פון זיי, ער זאל אוועק מאכן דעם פראבלעם און יעדער בלי שום יוצא מן הכלל וואלט דאס אנגענומען,
אבער להגיד שבחו של אהרן, ביי עהם איז זיין פרעסטיטש אינגאנצן נישט מאסגעבענד, זיין כבוד המדומה
אינטרעסירט עהם נישט, ער האט איין זאך פאר זיך, הידור הידור און הידור, און ביי עהם 100% הידור מיינט
100% הידור, נישט 95%, נישט 99%, און אפילו נישט 99.99%, הונדערט פראצענט מיינט קלאר און
דייטלעך גאנצע הונדערט פראצענט, נישט ווייניגער מיט אפילו כקוצו של יוד, און דאס איז דער גדלות פון
דיין רבי, און דאס איז דער הידור פון אייערע בית השחיטות, יעדער ערליכער רב, יעדער ערליכער בעל מכשיר
ווייסט אז ווען דיין רבי זאגט אז דאס פלייש איז 100% מהודר קען מען זיך אויף עהם פארלאזן גאנצע 100%,
און נאך אלע חקירות ודרישות ווען דער ענטגילטיגער פסק וועט זיין, אז מיר האבן חוקר ודורש געווען, מיר זענען
אריבער אלע פרטים, און מיר זענען איבערגעצייגט אז מען קען דאס עסן מיט א רוהיגן געוויסן, וועט יעדער,
וויסן אז דאס איז כשר בתכלית הכשרות אויף גאנצע הונדערט פראצענט ויאכלו ענווים וישבעו. 

וואס זאל איך אייך זאגן רבותי?, כמים קרים על נפש עייפה, דברים של טעם גאנצע 100%, נאך א שטיקל
התבוננות זעה איך ווי דער רב איז אזוי שטארק גערעכט, און איך האב דאס אנגעקיקט מיט אזא בלינד אויג,
אוי, ס'פאסט נישט, די זאליס וועלן ארויף שפרינגען אויף דעם, זיי וועלן זיך קלאפן אויפן בויך, און שרייען
איי טאלד יו סא!!!, און מיר זאגן זיי צוריק, הא קערס? וואס איר האלט, לויט אייער מהלך, ווען איר שרייט
כסדר אז די פליישן פון רבינו שליט''א איז חזיר טריפה, די ווייץ פון רבינו שליט''א איז חמץ גמור, וואלטן
מיר ערוארט פון אייך, לויט וואס פאר א גרויסע עזות פנימער איר זענט, אז אצינד ווען רבינו שליט''א האט
מחליט געווען צוריק צוריפן די קאטשקע פליישן, וואלטן מיר פון אייך ערווארט צו לויפן מיט איין אטעם צו
אונזער פלייש געשעפטן, אפקויפן אלע קאטשקע פליישן, און דאס אויף פרעסן על אפו וחמתו, נאר צוטוהן
להיפוך פון זיין דעת תורה, אלזא אייער מיינונג איז קיין מיינונג, איר קענט אייך ווייטער אן עסן מיט מליחה
ואילך פלייש, מיר שרייען אויס בקול אדיר וחזק, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אלה בפיקטשערס
ואלה בקללות, אלה בזלזול, ואלה בהרמת יד בתורת משה ואנחנו בשם אלקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו
קמנו ונתעודד.       


  
  
 



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 14/01/2010 23:05:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 22:51 לינק ישיר 

דו קלערסט אפשר אז לעיקוואוד וועלכע נעמט בערך 80 אלפים הינער וועכטנליך, האט נישט וואו צו גיין פאר ביליגער?

דו טראכסט נישט אז קהל ביאיאן ווייסט וואס דו ווייסט?
דו טראכסט נישט אז פאפא איז נישט אזוי אינטרעסירט אין כשרות ווי א צווייטער?

אויב קרית יואל האט איינגעפירט בודק צו זיין צומות הגידין, טראכסטו נישט אז עס קאסט זיי 8 יונגעלייט אויף פעיראלל, וואס זיי קענען זיך אינישפארן אויב זיי מאכן נאך:

G&G
מארוויד
מלכות
עמפייער
אינטערנעשאנעל

געוואלד. פרעג דיך אליין די קשיא.
איז מאיר הירש א פשוט'ער פערד, אז ער צאלט אוועק וועידזשעס פאר מערערע מענטשן ווען ער קען עס אינישפארן מיט'ן קויפן טשיקעלעך ווי G&G קויפט?

דו טראכסט אפשר אז דער פארמער וואס פארקויפט פאר מלכות פארקויפט נישט פאר קרית יואל?
דו טראכסט אפשר אז פאר קרית יואל שמעקט מודה צו זיין אז זיי האבן "צומות הגידין"?
דו טראכסט אפשר נישט אז קרית יואל קען ווען טאן וואס G&G, און ארויסגעבן א בריוו אז "יאכלו ענוים וישבעו"?

אויב רבי געציל בערקאוויטש איז אויף פעיראלל, פארוואס איז ער אזא בטלן... און טוט נישט וואס די משגיחים טוען ביי די אויבנדערמאנטע שחיטות?

יעצט לאמיר גיין א שטאפעל ווייטער:

דו ווייסט אז צומות הגידין איז שוין א פראבלעם ביי כלל ישראל, אזוי לאנג ווי מ'עסט עופות.
און דו ווייסט אפשר אז אין רוב וועלט איז מען מהדר צו בודק זיין צומות הגידין, כאטשיג עס קאסט עפרות תבל?

דו טראכסט אז קיינער איז נישט אזוי קלוג ווי איך און דו?
דו טראכסט אז יעדע בית השחיטה איז "רעדי" צו ספענדן מיליאנען אויף שטותים?

דו האלסט למשל אז ביד"צ עדה החרדית איז בודק צומות הגידין פאר פאן?
דאס זעלבע מיט די שחיטה פון הרב לאנדא, פארוואס זענען זיי בודק? עס קאסט דאך עקסטער געלט, ניין?
דו האלסט למשל אז כדתיא שחיטה איז בודק צומות הגידין פאר פלעין?
צו די שחיטה אין מאנטשעסטער איז בודק, פארוואס?


לאמיך דיר מסביר זיין אין איין ווארט:

א בית השחיטה וואס "לאזט נישט אריין יעדן איינעם" - דארט טרעפט מען גארנישט.
א בית השחיטה וואס לאזט אריין, דארט הערט מען פראבלעמען.

נישט פון היינט, נאר איז אייביג אזוי געווען.
דערפאר איז איבעראל "יאכלו ענוים וישבעו".


און איך וועל דיר צולייגן א קליינעם טיפ.

שוין די לעצטע 3 חדשים האט מען אין קרית יואל שוין ב"ה מער נישט געטראפן דעם פראבלעמען פון צומות הגידין.
און דאס קען זיך יעדער איבערצייגן, ווער עס ארבעט דארט, און ווער עס איז גייט נאר אהין וועט דיר דאס זאגן.

אבער אויפגעהערט בודק צו זיין האט מען נישט. כאטשיג עס קאסט וועיזדשעס פאר 8 אידן און 15 ערלים.
און פארלאנגערט דעם פראצעדור זייער שטארק, און איז א שאדן פון רבבות דאלאר וועכטנטליך.

פארוואס איז מען נאך אלץ בודק?
דאס לאז איך דיך ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 23:51 לינק ישיר 

גיט געזאגט צומות
אין יענקעל'ע ווי אייביג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:56 לינק ישיר 

פין אישי

איך וויל פרעגן איין קשיא פין הרב יצחק שטיין
די דאטום וואס איר גיבט אן אז מ'האט ג'שחט'ן די 'מוסקאווי' קאטשקע'ס אין קרית יואל איז למספ' 12/22/09
ביי יענע ארדער האט מען ג'שחט'ן ארום 600 קאטשקעס אין בערך 100 שטוק (קאטשקעס גייט נישט אויף די פונט) איז געווען פאר אינטערנעשענאל גלאט ווי איר גיבט די הכשר......
נו! פארוואס מאכט איר נישט קיין ריקאל???????????????????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.