בית פורומים אידישע געדאנק

דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2010 00:47 לינק ישיר 

אויב דו משל קומט נישט אהער דארפסטועס דעמאלטס נישט פארענטפערן...

והשנית ס'איז טאקע נישט דומה ווייל דארט האט יענער קודם געלייקענט און נאכדעם מודה געווען ס'איז נאך נארמאל, אבער דא איז געווען פארקערט מ'האט אן א בושה געלייקענט א אייגענע הודאה! מיט שתוסים אז ס'איז נאר לפמשוה"ד, סקאט מ'קען נישט ביידע...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 04:39 לינק ישיר 

לכבוד הרב גימפל,

ס'איז מיר איין זאך נאך שווער אויב דו קענסט מיך ענטפערן,

אויב האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווען א פאלס אלארם און די קאטשקעס זענען יא כשרע מיטן מסורה,
 דאן פארוואס ברויך מען דעם תשובה פון אבני צדק אז מ'ברויך נישט כשרן יעדער פארשטייט דאך אליינס?!

  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 16:11 לינק ישיר 

ר' סענדרר וחביריו,

מאכטס מיך מו"ץ און ראש ישיבה בתשו"ח גדול, אבער קיין אפיציעלע ווארטזאגער בין איך נישט כדי ארויסצולערנען מעשיות פון מיינע ווערטער.

איך האב סך הכל מגיב געווען אןיף איינער וואס האט געשריבן מיט א פעסטקייט אז אויף מסורה כשר'ט מען כלים, האב איך אים געזאגט פקח עיניך וראה שוממתיך אז די הלכה איז נישט אזוי.

דער שמועס איז נתגלגל געווארן מענין לענין איבער וואס מוסקאווי איז האב איך מיטגעטיילט מיטן עולם אפאר ידיעות איבער דעם ענין וואס מי שלא טח עיניו ע"י הפאליטיק מראות ווייסט דאס.

אבער אז מיין שיחת חולין וועט זיין א צריכה לימוד אויף וואס די פאקטישע מעשה איז געווען אין בית השחיטה און קרית יוא' לא פללתי.

איך גיי נישט זאגן וואס גענוי די מעשה איז געווען, פשוט ווייל איך ווייס נישט....

איך פראביר נאר ארומצורעדן טעאראטיש די פארשידענע מציאות'ער וואס די הלכה איז, און ווער עס שפירט, נעבאך, א נצחון אין קרית יואל דורכן אויסדרייען מיינע ווערטער פארגין איך אים עס בטוב לבי מיטן גאנצן הארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 16:12 לינק ישיר 

יעצט ביטע זאל מיר איינער זאגן וויאזוי מ'קען שרייבן א שקר גס אז די ביצים פונעם מוסקאווי זענען עגולות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 16:42 לינק ישיר 

gimpele כתב:
יעצט ביטע זאל מיר איינער זאגן וויאזוי מ'קען שרייבן א שקר גס אז די ביצים פונעם מוסקאווי זענען עגולות?


ער איז נישט דער ערשטער צי זאגן דע שקר גס ווי די ריפסט עס סאיז נאך פין פריער ממילא ניצט נישט אזא ווארט ווען די געהויבענער ראצער אקעגן איינעם פין די פריערדיגע די ווילסט זאגן אנדערשט איין זאך אבער זאגן שקר גס דאס שוין נישט קיק זיי מוחל די 4 שורה פין אינטן 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:04 לינק ישיר 

כ"כ לעיל אז אזוי האט מען געשריבן אין די שאלה וואס הרשר"ה ז"ל האט גענטפערט דערויף לאיסור. אבער מציאות הדברים איז נראה לעין כל אז ס'איז נישט אזוי.

איך ווייס נישט פארוואס הרב דר. איללאווי ז"ל האט אזוי געשריבן, איך בין נישט מהרהר אחרי מטתו און מסתמא איז דא א ביאור דערויף פון ווי זיין טעות האט זיך גענומען.

אבער צו ברענגן א טעות הנראה לעינים, ולא נפק"מ כלל ווער עס האט זיך סומך געווען אויף דעם טעות, פאר א פאקט איז א סילוף מאין דוגמתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:14 לינק ישיר 

גימפל דיין ניק וואלט מער זיך אריינגעפאסט דו זאלסטעך רופן,

בעל מגלה טעותים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:38 לינק ישיר 

gimpele כתב:
.

איך ווייס נישט פארוואס הרב דר. איללאווי ז"ל ....

 
איך ווייס נישט פין ווי דיין חוצפה אין ביטול אקעגן איינעם וואס איז געווען פין די תלמידי חת"ם סופר וואס ער איז געווען חבוב אין געהאט די הוראה פינעם הייליגן חת"ם סופר אין האט לוחם געווען אקעגן די רעפארמער אין מהאט עם פארטריבן וועגן דעם אין די מיט דיין חוצפהדיגע פעדער ריפט עם אן דר. איללאווי סאיז נישט צי פארשטיין דיין חוצפה רח"ל!!!! 


 אין לאמיר זאגן אז סקיקט דיר אויס נישט רינדעכיג אבער ער האט דאך געהאט ביי זיך אין שטאט די פארום האט ער עס עכט געזען נישט אויף א פיקטשער ווי איך אין די ווי אין מקען זיך ארום קריגן אויב סאיז יא אדער נישט רידעכיג (וואס אויף די בילד איז עס נישט אזוי ווי אינזערע אייער) אבער די ראצער אין חצוף קימסט אפווענדן אזא איינעם וועגן די קיקסט א פיקטשער אויף דיין סקרין די חצוף מחוצף .....

שעם אן יא

תוקן על ידי ווער_איז ב- 22/01/2010 17:40:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 18:36 לינק ישיר 

במח"כ האט ער זעך אזוי גערופן. ער האט געהאט סמיכה פון חת"ס און א דאקטאראט פון בודעפעסטער יוניווערזיטעט.

Rabbi Illowy was a fascinating character in American Jewish history, with a reputation as a masterful orator and staunch defender of traditional Judaism against Reform. He was born in Kolin, Bohemia in 1814 to a family of distinguished rabbinic scholars. Rabbi Bernard Illowy studied in the Pressburg Yeshiva, the University of Budapest, and the rabbinical school of Padua, Italy under Rav S.D. Luzzatto (Shadal; see EJ 11:604-607). He served as a rabbi and teacher in Europe as well as professor of French and German. He was fluent in Hebrew, Latin, Greek, German, English, French, and Italian. On account of (non-Jewish) political pressures related to the 1848 revolt of the Bohemians he was unable to take a rabbinic post in his native land. He therefore came to the U.S. where he was the first university educated Orthodox rabbi. In his U.S. rabbinic career he served congregations in New York City, Philadelphia, St. Louis, Syracuse (NY), Baltimore, New Orleans, and Cincinnati. He died on 3 Tammuz 5631 [June 22, 1871] and was buried in Cincinnati.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 18:56 לינק ישיר 

ווייל ער האט מסתמה געדארפט האבן עפעס א רעגרונג דאקאמענט אז ער איז א יש אז מזאל עם אריין נעמען אין אמעריקא אין קענען טרעפן א רבנות פאסטן דא האט ער געדארפט האבן אזא דאקאמענט וועגן דעם ריפסטו עם אן מיט דעם נאמען פארוואס איז ער ביי דיר אזוי אראפ געקיקט אז די ניצט דע נאמען פאר אזא איינעם וואס האט לוחם געווען אקעגן אלע מיתחדשים אין אייראפה אין אין אמעריקא אין געווען פין די חשובע תלמידים פינעם הייליגן חת"ם סופר אין ער  האט געהאט די הוראה פין עם פארוואס ריפסטו עם אן מיט אזא נאמען נאכאמאל שעם אן יא!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 19:17 לינק ישיר 

ווער_איז טייערער, ביטע רעד נישט אויב דו ווייסט נישט.

ביי מיר איז ער לגמרי נישט אראפגעקוקט חלילה, ער איז געווען דער הויפט לוחם אין OCCIDENT  אנטקעגן די רעפארמער אין אמעריקא.

א לינק איבער זיין היסטאריע, באשריבן דורך זיין זון.
http://www.jewish-history.com/Illoway/biography.html

ער איז געווען א פראפעסאר גראדע אויך אין גימנאזיום אין מורבי'ה - מערן, דאס מאכט אים ביי מיר חלילה נישט קליין, איך ברענג עס נאר כנגד דיין חוכא'דיגע סטעיטמעינט אז זיין דאקטאראט האט ער באקריגן צוליב א וויזא קיין אמעריקא.

נאך א לינק פאר זיינע תולדות,

http://www.tzemachdovid.org/gedolim/jo/tpersonality/rillowy.html

בקיצור איך האב נאר אזוי געשריבן ווייל ער האט זיך אזוי גערופן.







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 19:31 לינק ישיר 

א בילד פון זיין מציבה מיט אינטערעסאנטע פרטים אודותיו ווי אויך א בילד פון אים.

http://onthemainline.blogspot.com/2009/10/vandalism-please-leave-rabbi-illowys.html

איויף דער אומקלארער בילד פון די מציבה זעט מען קלאר עכ"פ די ווערטער אין ענגליש
REV. DR.

זיין זון אויפן שער בלאט פון פאטער'ס ספר באטיטלט אים אויך מיט א PhD

וואלסט געקענט אביסל היסטאריע וואלסטו געוואוסט אז דר. איז נישט אזא געפערליכער טיטל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 20:02 לינק ישיר 

אינטערעסאנט אז דער שלח תשלח האט געפילט אומבאקוועם מעתיק צו זיין דער פולער נאמען אין ענגליש פון הרב אילאווי'ס ספר, ארויסנעמענדיג זיין נאמען "בערנארד" עי' אין די קאטשקע אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 22:27 לינק ישיר 

קען איך וויסען און פשוטע ווערטער וואס די שערורי' איז דא?

איך מיין עס אמת'דיג... וויפיל כ'האב נאר געפרעגט און געטרייט געוואויר ווערן קען איך עס נישט דערגיין, יעדער זאגט יעדע מינוט עפעס אנדערש.

וואס זאגען די מערערים און וואס ענטפערט בית השחיטה?
איז די פראבלעם נאר אין ק"י אדער איבעראל די זעלבע?

ביטע מיר ענטפערן די 2 שאלות פשוט לידיעות הדברים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2010 23:09 לינק ישיר 

די מערערים האבן קיינמאל גארנישט געטוישט,
 
די בית השחיטה האט קודם געלייקענט להד"ם נאכדעם מודה געווען אין די צייטונג אז מ'זאל צוריקברענגן נאכדעם נאכאמאל געלייקענט ס'איז נאר חומרא יתירה נאכדעם נאכאמאל מודה געווען אז דער אבני צדק האט ביי אזא שערורי' געפסקענט אז מ'דארף נישט כשרן,

נו א וואונדער וואס דו ביסט צעמישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 12 13 14 15 16 17 לדף הבא סך הכל 17 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.