|
|
| נשלח ב-24/1/2010 22:36 |
|
| |
איך האב דעם תשובה געברענגט איינעם צו פארטיידיגען?
איך האב אים געברענגט אפצווארפן דעם סטעיטמעינט פון א גולם'ל אז אויף מסורה כשר'ט מען.
דארפסט נישט נאכאמאל זאגן טעיתי, זכרון א' עולה לכאן ולכאן...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 22:40 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | למעשה ווער ס'האט יעצט אין פריזער פון די ריקאל פלייש, מעג ער דאס עסן אדער נישט? קורץ און שארף, |
|
קורץ און שארף, איך ווייס נישט.
ווי איך האב שוין אויבן געשריבן ווייס איך נישט די מעשה דא, איך שרייב נאר איבער די טעאראטישע מציאות'ער.
טאמער קאנסטו א אידל וואס האט אזא שאלה, וואלט איך אים געראטן אנצורופן ר' געציל און פרעגן וואס צו טאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 22:45 |
|
| |
אינטערעסאנט, אויף וואסערע סטעיטמענטס לייגסטו מער פריאריטי יא צו פארטייטיגן? יעדע צווייטע תגובה דא איז היפך דעת תורה, ווען נעמסטו דיך דו מי אפצווארפן און ווען נישט...?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 22:53 |
|
| |
אז דו ווייסט נישט די מעשה דא דאן עפן א אשכול פאר דר. איללאווי און לאז איבער דעס פלאץ פאר דו וואס וויסן יא,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 22:54 |
|
| |
אזוי ווי דער אשכול איז, כדבריך, נישט אויף הרב אילאווי'ס ביאגראפיע, איז עס דוכט זיך אויך נישט אויף מיין אויסוואל אויף וואס מגיב צו זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 22:58 |
|
| |
דו האלטסט טאקע אז די אלע שרייבערס דא ווייסן עפעס וואס די מעשה איז עכט געווען?
איך און דו ווייסן אז א חוץ אז זיי האבן פיינט מרן שליט"א ווייסן זיי נישט גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 00:34 |
|
| |
איך מיין טאקע אז מען זאל זיך אוועק קערן צום דעם, איך וואלט פארגעשלאגן, פאר ווער עס האט צייט, צי פירן א דיבעט, אויף 3 נושאים וואס איז לעולם 1איינס צד אנטי ר"א זאל אויפווייזען מיט אלע זייערע ראיית אז ר"א איז א שוטה און א רשע און א גס רוח, און צד ר"א זאל עס אפפרעגן,
וועסטו מיר וועלן זאגןאז מען זאל מאכן אויך א דיבעט פארקערט, אויב רז"ל איז עם הארץ א.א.וו. וויל איך אייך שוין זאגן אז עס איז נישט דא קיין דיבעט אויף דעם, ווייל ווען מען האט אויף גענימען רז"ל פאר רב האט צד ר"א שוין אופגעברענגט די טענה, און כולם פה אחד האבען בשעתו גענטפערט כזה, מיר קענן עם נאך נישט און מיר ווייסען נאך נישט צי ער איז יא א ת"ח אדער נישט, אבער אויב ר"א איז א ת"ח וואלטן מיר אלע פארציכטעט אויף א רב א ת"ח ווי איידער צי האבן א נבילה סרוחה פאר רב (כלשון הגמרא)
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 00:47 |
|
| |
הוא אשר דברתי, דא רעדט מען נישט פון קאטשקעס דא רעדען נעבאך אפאר אידן פון גרויס קנאה שנאה, און וועלן פאבריצירן מעשיות לויט ווי אזוי עס דוכט זיך זיי אז זיי וועלן קענען עפעס האבן פונדעם אין זייער קאמף שלא לש"ש
ייש"כ גולם'ל פארן מיר אינטערשטיצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 00:57 |
|
| |
דער טאקטיק צו ענטפערן "קנאה ושנאה" איז זייער אן אלטער, אבער למעשה פארענטפערט עס נישט די רשעות, אדער דאס קלות פון רא"ט אויפפירונג.
א מענטש וואס פייניגט יתומים, שפארט אפ בתי מדרשים, שלאגט זיך מיט צדקת רבי מאיר בעל הנס, און איז מכשיל אידישע קינדער מיט עופות טמאים, ווייל אזוי וויל איך און אזוי וועט עס זיין, קען אייביג נוצן דעם תירוץ פון קנאה שנאה.
למעשה האבן מענטשן די רעכט צו שרייען געוואלד, און אויפווייזען מיט וועמען מען האנדלט דא, און די האסט רעכט צו ענטפערן "קנאה שנאה".
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 01:57 |
|
| |
אזוי ווי גימפל האט זיך צו'סכסוך'ט דא איבער א פרעמדע נושא מיט סנדרן און מיין תגובה איז פארוואסערט געווארען שטעל איך עס נאכאמאל ארויף,
ביטע מיר ענטפערן.
קען איך וויסען און פשוטע ווערטער וואס די שערורי' איז דא?
איך מיין עס אמת'דיג... וויפיל כ'האב נאר געפרעגט און געטרייט געוואויר ווערן קען איך עס נישט דערגיין, יעדער זאגט יעדע מינוט עפעס אנדערש.
וואס זאגען די מערערים און וואס ענטפערט בית השחיטה?
איז די פראבלעם נאר אין ק"י אדער איבעראל די זעלבע?
ביטע מיר ענטפערן די 2 שאלות פשוט לידיעות הדברים
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 05:39 |
|
| |
וואס זאגן די מערערים? דע עופות וואס דער דיסטריבעטער האט דעליווערט פאר נעיטשערס בעסט בדיעה אז קרית יואל נעמט דאס לכתחילה ווערט אנגערופן מאסקאווי דאק, ס'דא שיטות וואס האלטן ס'עוף דורס אדער עוף אן א מסורה וואס ענפערט בית השחיטה? ? איז די פראבלעם נאר אין קרית יואל אדער איבעראל די זעלבע? אויסדריקלעך נישט נאר אין קרית יואל אזאנע טעותים געשעט איבעראל, אבער דעס ווארפן די שילד אויף יעדעם און פאר זיך בלויז נעמן קרעדיט, דעס איז אין ערגעץ נישטא נאר ביי קרית יואל בית השחיטה
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 16:45 |
|
| |
גימפל
מיר זענען אויפן זעלבן פעיטש,
די זאגסט: אז דיין מרן איז געבוירן מיט אזא טבע,
אז וואס ער האט געטון בעבר, איז גוט געווען ,
וואס ער טוט בהוה, איז די בעסטע שענסטע גרעסטע,
און אלעס וואס ער גייט טון להבא, איז ער אויך זיכער גערעכט,
איי ווי אזוי איז עס מעגליך?
דער תירץ איז, עס איז א מעלה נאך פון געבארט, זעירן אינן וואס ווערן געבוירן מיט די זעלטנע מעלה,
מיר זאגן: אז ווען א מענטש וואס האט אזא שחצנות'דיגע טבע, ווערט א רב,
קען ער טון וואס אימער ער וויל,
ווייל צי ער טוט יא גוט, אדער ער טוט נישט גוט, קומט זיין טבע און איז מכריע אז אלעס איז גוט,
אזוי ווי די מציאת האט שוין באוויזן און די פארגאנגנהייט,
במילא האט אזא מענטש נישט קיין נאמנות אויף גארנישט, ווייל ער איז די בעסטע נאר בטבע,
און תורה'דיג דארף א זאך זיין גוט, אויך (און בעיקר) און ראליטעט,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/01/2010 16:46:57
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 17:21 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | וואס זאגן די מערערים?
דע עופות וואס דער דיסטריבעטער האט דעליווערט פאר נעיטשערס בעסט בדיעה אז קרית יואל נעמט דאס לכתחילה ווערט אנגערופן מאסקאווי דאק, ס'דא שיטות וואס האלטן ס'עוף דורס אדער עוף אן א מסורה
וואס ענפערט בית השחיטה?
?
איז די פראבלעם נאר אין קרית יואל אדער איבעראל די זעלבע?
אויסדריקלעך נישט נאר אין קרית יואל אזאנע טעותים געשעט איבעראל, אבער דעס ווארפן די שילד אויף יעדעם און פאר זיך בלויז נעמן קרעדיט, דעס איז אין ערגעץ נישטא נאר ביי קרית יואל בית השחיטה
|
|
סענדר האסט א שטיקל טעות, נישט דעס איז די פראבלעם אז זיי ווארפן די שילד אויף יעדעם און נעמן די קרעדיט פאר זיך, ווייל ווי נישט ווי זענען זיי טאקע נישט שילדיג ווייל דא איז געשען א מיסטעק קיינער זאגט נישט אז זיי האבן בכוונה גענומען די מאסקאווי ס'אויך נישט פראקטיש ווייל ס'איז נישט קיין חילוק אין פרייז, נאר וואס דען,
דעס וואס מ'האט ביז היינט געוואוסט אז בית השחיטה קרית יואל איז אנדערש פון יעדעם מיט זייערע חימרות און הידורים מיט זייער סייעתא דשמיא בכוחו ובזכותו של אותו זקן וכו' וכו' דעס אלעס איז יעצט געווארן היסטאריע, אצינד זעט מען דאס זיי זענען גארנישט אנדערש ווי א צווייטען ביי זיי געשעט אויך מיסטעקס מיטן כוחו של אותו זקן אינאיינעם, יעדער זעט יעצט זייער מורא'דיגע סייעתא דשמיא, ס'איז א ביזנעס ווי אלע שעכט הייזער און ס'געשעט טעותים ווי ביי אלע ביזנעסער, אפילו זיי באטיטלען דעם ביזנעס מיט קלינגעדיגע נעמען, דאס טוישט נישט גארנישט דע טיטלען קען זיך יעדער שרייבן, מהודרת ומשובחת ומפוארת ותפארת מיט די גאנצע געשעפט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 17:34 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  |
סענדר האסט א שטיקל טעות, נישט דעס איז די פראבלעם אז זיי ווארפן די שילד אויף יעדעם און נעמן די קרעדיט פאר זיך, ווייל ווי נישט ווי זענען זיי טאקע נישט שילדיג ווייל דא איז געשען א מיסטעק קיינער זאגט נישט אז זיי האבן בכוונה גענומען די מאסקאווי ס'אויך נישט פראקטיש ווייל ס'איז נישט קיין חילוק אין פרייז, נאר וואס דען,
דעס וואס מ'האט ביז היינט געוואוסט אז בית השחיטה קרית יואל איז אנדערש פון יעדעם מיט זייערע חימרות און הידורים מיט זייער סייעתא דשמיא בכוחו ובזכותו של אותו זקן וכו' וכו' דעס אלעס איז יעצט געווארן היסטאריע, אצינד זעט מען דאס זיי זענען גארנישט אנדערש ווי א צווייטען ביי זיי געשעט אויך מיסטעקס מיטן כוחו של אותו זקן אינאיינעם, יעדער זעט יעצט זייער מורא'דיגע סייעתא דשמיא, ס'איז א ביזנעס ווי אלע שעכט הייזער און ס'געשעט טעותים ווי ביי אלע ביזנעסער, אפילו זיי באטיטלען דעם ביזנעס מיט קלינגעדיגע נעמען, דאס טוישט נישט גארנישט דע טיטלען קען זיך יעדער שרייבן, מהודרת ומשובחת ומפוארת ותפארת מיט די גאנצע געשעפט |
|
ראשית כל זעה איך דערווייל נישט קיין מיסטעיק, ס'איז נאר דא מענטשען וואס זאגען -היפוך פון די שוחטים און ארבעטער און רסיסטס פון בית השחיטה- אז מ'האט גע'שחט'ן מוסקאווי,
אז יענער זאגט מיינט נאך נישט קיין מיסטעיק,
לפי ידיעתי איז עס ביי א לעב אויפן טיש און מ'ווארט אויף אן ענטפער.
והשנית, אונזער פרומע רבי האט דאך -אפילו ס'שאדט פאר די ביזנעס און פאר פאליטיק- נישט געקוקט אויף די אלע זאכען און געמאכט א ריקאל ביז ווילאנג מ'ווערט נישט א מיליאן פראצענט געוואויר וואס דאס איז געווען,
נא... א טעות קען געשען ביי יעדן איינעם, אבער צו מאכען א ריקאל סתם ווייל יענער חלומ'ט אז אפשר איז געווען א טעות... דאס הייסט מהודרת!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 22:08 |
|
| |
מ'האט שוין געשמיעסט איינמאל אז די שוחטים זענען גרויסע מומחים אין שחיטה און די ארבעטער זענען גרויסע מומחים אין זאלצן כשר מאכן פעקעדשין און אויפפיקן די טשעק, אלע זייערע סטעיטמענטס קענען זיי נאר נאכזאגן וואס מ'הייסט זיי זאגן, זיי זענען נישט קיין מומחים אין סימני טהרה, אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק, און דארט ליגט טאקע דער הינט באגראבן דאס מ'האט בטעות דעליווערט א צווייטע סארט ווי וואס מ'האט באשטעלט אויפן אינוואויס.
לפי ידיעתי איז א לעב נישט מעלה ומוריד אין די סימני טהרה, און אויך נעמט נישט א וואך צייט צו טעסטן וואספארא סארט קאטשקע דאס איז, דאס ס'אלעס שטיסים פון שמואל ווידערס תירוצים דיקשענערי
והשנית אויב איז דער רבי אזא פרומע רבי וואס מאכט א ריקאל סתם ווייל יענער חלום'ט ס'אפשר איז געווען א טעות, דע תירוץ וואלט מען געקענט ניצן ווען ער זאל ווען טאקע מאכן דעם ריקאל ביים ערשטע מינוט וואס דער שערורי' איז נולד געווארן, ווי קען א קדוש וטהור רבי א וואך צייט לאזן עסן פלייש וואס האט מערערים אתמהה! דער סקאנדאל איז נולד געווארן דינסטאג ס'איז אדורך מיטוואך דארנעשטאג אין ערגעץ איז נישט געווען קיין ריקאל, קומענדיגע מיטוואך האט מען ערשט מפרסם געווען דעם ריקאל, נישט צום פארשטיין?! בעסער געזאגט יא צום פארשטיין, די ערשטע סטראגעדיע האט געארבעט, אנצושטעלן א תמוועטע פנים אז אלעס איז כשורה פארקערט מ'האט געראטעוועט אנדערע... אבער אזוי ווי דע תירוץ האט זיי נאך מער געלייגט אין דער ערד ווייל נישט יעדער האט אפגעקויפט די בלאט'ס לאקשן און דיינים האבן פארלאנגט א דין חשבון וואס דארט איז פארגעגאנגן, אהההה דא איז מען שוין געווארן פרום מ'האט געמאכט א ריקאל..... א וואך צייט האט גענומען צו ווערן פרום....
יא יא,דאס הייסט מהודרת, אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן, ויקרא שמו בישראל מהודרת!! ס'שטייט אפילו א ריזיגע טאוול מהודרת...
 |
|
|
|
|
|