בית פורומים אידישע געדאנק

דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2010 22:19 לינק ישיר 

תיקון טעות, כ'האב געשריבן אז ס'נעמט שוין א וואך צייט פאר א לעב פעסטצושטעלן וואספארא סארט קאטשקע דאס איז, דע ריקאל איז ארויסגעקומען מיטוואך וארא דארט איז געשטאנען עד שיתברר ויתלבן הדבר.. מ'האלט שוין מאנטאג בשלח, און מ'ווארט נאך אויפן לעב....

לצים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 22:47 לינק ישיר 

זייט דער א"ג שערוריא האט זיך אנגעהויבן האב איך נאך נישט געהערט קיין איינער זאל ענטפערן איין פשוט'ער פראגע:

מהיכי תיתי אז KJ האט געשחטן מוסקאווי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 23:11 לינק ישיר 

די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 23:20 לינק ישיר 

איך קען נישט פארשטיין די שערוריה האט זיך אנגעהויבן פרשת שמות,

מען שטייט שוין פרשת בשלח,
פארוואס האט ר' געציל נאכנישט ארויסגעגעבן קיין צעטל, אז אין קרית יואל איז נישט געווען מוסקאווי???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 23:24 לינק ישיר 

די מומחים פון וואס די רעדסט האבן נישט געזען די KJ קאטשקעס, פינטל.

אראפ מיט דעם!

מסיח לפי תומו איז בעצם א "קולא" אז ביי געוויסע פעלער איז מען "מקיל" אויב דער גוי איז מעיד עפעס לפי תומו, ווייל מ'זעהט אז ער זוכט נישט צו זאגן קיין ליגנט, אבער צו זאגן אז וואס דער גוי איז מעיד לפי תומו אסר'ט אזאך וואס דער איד איז מעיד בוודאי אויף פארקערט, לא מצינו בשום מקום.

אראפ מיט דעם!

נעקסט קעיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 23:26 לינק ישיר 

בדרך צחות האט מיר ב. ק. געזאגט, אז ער איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין שום חשש אויף די קרית יואל'ע קאטשעקס, ווייל ער געדענקט אמאל איז געווען א חשש אויף "זינגערס קוקיס", האבן זיי תיכף אראפגענומען דעם הכשר. מסתמא אויב דא וואלט געווען א חשש, וואלטן זיי אויך אראפגענומען דעם הכשר...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 23:27 לינק ישיר 

פארשטייצעך, פארוואס פאר א שווארץ יאר זאל ער שרייבן נאך בריוון אז ער האט שוין געמאכט א ריקאל, למאי נפק"מ דער בריוו?

עני טינג עלס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 23:38 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
די מומחים פון וואס די רעדסט האבן נישט געזען די KJ קאטשקעס, פינטל.

אראפ מיט דעם!

מסיח לפי תומו איז בעצם א "קולא" אז ביי געוויסע פעלער איז מען "מקיל" אויב דער גוי איז מעיד עפעס לפי תומו, ווייל מ'זעהט אז ער זוכט נישט צו זאגן קיין ליגנט, אבער צו זאגן אז וואס דער גוי איז מעיד לפי תומו אסר'ט אזאך וואס דער איד איז מעיד בוודאי אויף פארקערט, לא מצינו בשום מקום.

אראפ מיט דעם!

נעקסט קעיס.

 סקאט סקאט לויף נישט אוועק

איך גיי היינט מברר זיין צו דע מסיח לפי תומו פון דעם דיסטריבעטער איז טאקע נישט מעלה ומוריד, און איך וועל דיר אי"ה מארגן ענטפערן, נאכנישט אראפ

די מומחים האבן טאקע נישט געזען דעם קאטשקע און דעס ווענדט זיך אויך -אויב דער נוגע איז טאקע מער נאמן ווי דער מסיח לפו תומו.

נאכנישט נעקסט קעיס פליז, איך גיי דיר אויף דעם מארגן ענטפערן אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 00:21 לינק ישיר 

די מומחים האבן יא געזען די קרית יואל'ע קאטשקעס!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 02:50 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט


פריער שרייבסטו:
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק,

לשיטתך אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי, דאן פארוואס האט ער געשריבן אינעם סטעיטמענט פעיקען???

דארפסט נישט ענטפרן

ביזט א פשוט'ע שקרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 04:07 לינק ישיר 

ווער זאגט אז "קיינער איז נישט מחולק" אפשר זענען יא דא חולקים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 04:59 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:

אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק, און דארט ליגט טאקע דער הינט באגראבן דאס מ'האט בטעות דעליווערט א צווייטע סארט ווי וואס מ'האט באשטעלט אויפן אינוואויס.
 


פון ווי ווייסטו?
האסט עס געזעהן?
האט איינער (עני באדי, א שוחט אדער א זאלצער צו א פאקער צו א קערער) וואס האט עס געזעהן דיר געזאגט אז ס'איז געווען מוסקאווי?

ווי אזוי קומסטו -וואס האט עס נישט געזעהן- מיט א זיכערקייט זאגען אז ס'איז געווען מוסקאווי? ווען פון די אנדערע זייט איז דא אידען שוחטים יראים ושלימים וועמען די תורה הקדושה האט זיי געטראסט מיט זייער נאמנות, און סתם ערליכע אינגעלייט זאלצערס, צו פשוטע בעלי בעתים פאקערס אדער ארבעטער וואס זיי אלע האבען עס געזעהן און זאגען אז ס'איז נישט געווען מוסקאווי???

מ'דארף דאך זיין בלינד נישט צו זעהן קיין חילוק!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 05:10 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט


פריער שרייבסטו:
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק,

לשיטתך אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי, דאן פארוואס האט ער געשריבן אינעם סטעיטמענט פעיקען???

דארפסט נישט ענטפרן

ביזט א פשוט'ע שקרן.

דער אמת איז אז איך דארף טאקע נישט ענטפערן, ווייל כ'האב דעס קיינמאל נישט געשריבן..

איך כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי,

דער גוי האט אנגעוויזן אז דעס איז די זעלבע סארט, און וואס דע סארט איז האבן די מומחים געזאגט נישט דער גוי, דו פרעגסט פארוואס ער האט געשריבן אויפן סטעיטמענט פעיקען, דעס פרעג איך אויך, דער מציאות איז געווען אז די אינוואויס מיט די סחורה האבן דארט נישט געמעטשט, ס'איז א נארמאלע מיסטעק ביי שיפפינג, און ווער ווייסט ווילאנג די מיסטעק וואלט געבליבן אינעם סיסטעם ווען נישט מהדרין האט דאס יעצט אנטדעקט,

ביטע שרייב נישט זאכן אין מיין נאמען וואס איך האב נישט געשריבן,

דארפסט נישט ענטפרן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 05:12 לינק ישיר 

איך ווייס עס פון די זעלבע פלאץ פון ווי די ''בית השחיטה המהודרת'' ווייסט עס..., און אויף דעם סמך האבן זיי געטוהן א אויסערארדינליכע זאך און ארויסגענומען אפאר דאללער און אהינגעגיבן פאר'ן ''די צייטונג'' ער זאל אריינלייגן אז מ'זאל נישט עסן און פארקויפן זייער קאטשקע פלייש...!


א זאך וואס זיי וואלטן נישט צוליב געטוהן, נישט פאר ''די שונאים וואס זיכן שמוץ'' 
אדער פאר די ''זאליס וואס ווילן בויען זייער ביזנעס פלייש-באנק'
און זיכער נישט פאר'ן ''אומוויסנדער (הרה''צ רבי יצחק שטיין שליט''א) וואס איז עכט אליין שולדיג... (ח''ו)'' 
זיי האבן עס געטוהן נאר און נאר נאכ'ן זעהן אז יש דברים בגו.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/1/2010 05:15 לינק ישיר 

נאכ'ן שרייבען מיין פריערדיגע תגובה האב איך געזעהן וואס סקאט האט געשריבען,

זייט דער א"ג שערוריא האט זיך אנגעהויבן האב איך נאך נישט געהערט קיין איינער זאל ענטפערן איין פשוט'ער פראגע:

מהיכי תיתי אז KJ האט געשחטן מוסקאווי?

און איך זעה אז כלהנערים ענטפערט וועגן דעם גויס מסיח לפי תומו,

יעצט פאנג איך עפעס אן צו פארשטיין!
די גאנצע שערורי' נעמט זיך פון דעם אז די גוי האט געזאגט אז ער גיט פאר ק"י די זעלבע קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס,

זאגען די מערערים, אאפס.... מר. ק"י!! מ'האט ענק געפאקט!!! עטץ שחט'ס טרפה'נע מאסקאווי קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס!!! פוי!!!!!!

ענטפערט ק"י, אז אלע ארבעטער דא זאגען אז זיי האבען קיין רויטע פיסקעס קאטשקעס נישט געזעהן דא,

סאו וואס איז יעצט די פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 15 16 17 לדף הבא סך הכל 17 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.