|
|
| נשלח ב-18/1/2010 01:57 |
|
| |
די ארונים זענען עפעס אבנארמאל צומישט זייט די קאטשקע פראבלעם, יעדער ארוני וועט דיר גיבן א אנדערע תשובה, הצד השוה זיי זענען אנגעבלאזן אויפ'ן בלאט פאר'ן מאכן פורום מיט זיי, און אויף רבי געצל'ן פאר'ן אריינלייגן די בריוו אינ'ם צייטונג אזוי אומגערישט אן זיי צוגרייטן פאר אזא שווערע באמבע, אפגערעדט פון'ם די וואכעדיגן בלאט ספין אז ס'שוין די 2'טע (!) קאטשקע שערורי' וואס באפאלט ק''י שחיטה אין די זעלבע 2 וואכן (!) קוקט עפעס אויס אז ס'קומט ליבערשט פון א צוריקגעשטאנען קינד... און רוב ארונים פארשטייען עס עפעס נישט, ס'קוקט אויס אז מ'וועט מוזן בקרוב מאכן א אסיפה אין הופער ווי דער בדחן וועט געהעריג מסביר זיין די דזשאוקס וואס ער מאכט מיט די שחיטה'ס כסדר'דיגע פראבלעמען.
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 18/01/2010 01:58:14
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 03:21 |
|
| |
ברעיקינג: קארלסבורג האט בערך א שעה צוריק ארום געשיקט א מעסעדזש אז ב"ה איז נישט געווען קיין שום מכשול!!!
אלעס איז געווען ב"ה בתכלית הכשרות! יאכלו ענוים וישבעו!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 04:15 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | | די ארונים זענען עפעס אבנארמאל צומישט זייט די קאטשקע פראבלעם, יעדער ארוני וועט דיר גיבן א אנדערע תשובה, הצד השוה זיי זענען אנגעבלאזן אויפ'ן בלאט פאר'ן מאכן פורום מיט זיי, און אויף רבי געצל'ן פאר'ן אריינלייגן די בריוו אינ'ם צייטונג אזוי אומגערישט אן זיי צוגרייטן פאר אזא שווערע באמבע, אפגערעדט פון'ם די וואכעדיגן בלאט ספין אז ס'שוין די 2'טע (!) קאטשקע שערורי' וואס באפאלט ק''י שחיטה אין די זעלבע 2 וואכן (!) קוקט עפעס אויס אז ס'קומט ליבערשט פון א צוריקגעשטאנען קינד... און רוב ארונים פארשטייען עס עפעס נישט, ס'קוקט אויס אז מ'וועט מוזן בקרוב מאכן א אסיפה אין הופער ווי דער בדחן וועט געהעריג מסביר זיין די דזשאוקס וואס ער מאכט מיט די שחיטה'ס כסדר'דיגע פראבלעמען.
|
|
דע אהרונים זענען בכלל נישט צימישט, זיי לאכן פין ענק, וואס מיינט איר אז די ארונים מאכן זייער החלטה בעיסט אויף היידפארק שראבערלעך, יצחק שטיין שרייט אז אלעס איז כשר וישר אין אינזער רבי שליט''א זאגט אז ער וויל זיין 100% אין ביזדערווייל זאל מען דאס נישט ניצן, איז דאס א ניצחון פאר די מליחה ואילך עסערס?, אפשר ביסטו מסביר פארוואס פאפא האט פארלאנגט פיש אנשטאט די מליחה ואילך פלייש?, זיי האבן קלאר גיזאגט, אדער גיט מען קרית יואל פלייש אדער פיש!, מליחה וטאילך פלייש איז זיי נישט גיניג כשר, דאס דארף ציברעכן די אהרונים?, אפשר זאגסטו פארוואס האט א חשובער דיין אין וויליאמסבורג פינעם זאלי לאגער פארלאנגט מען זאל געבן קרית יואלער פלייש ביי זיין חתונה אין ויואל משה, אין ווען מען האט דאס נישט גיוואלט נאכגעבן האט ער פארלאנגט אין גיגעבן פיש, דאס דארף ציברעכן די אהרונים?, אין שבת שבע ברכות וואס איז גיווען אין די זאלי זאל שמח תשמח האבן זיך די זאליס גיבראכן אין יא ערלויבט פאר דעם דיין צי ברענגען קרית יואל פלייש, דארף דאס ציברעכן די אהרונים?, די ארונים האבן פאן פין די קעלבלעך, זיי עסן ממליחה ואילך אין פראבירן צי טרפענען די מהודרדיגע פלייש אין עפעס קלעבט דאס נישט, מען האט ציגינימען 4 נייע שוחטים, אין יעדן אלטן שוחט האט צי געלייגט איין שעה פאר יעדן טאג, דאס דארף ציברעכן די אהרונים, אמת? איך בין חושד אז איר באקימט באצאלט פין מאיר הירש צי פראמאטן דעם בית השחיטה המהודרת,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 06:41 |
|
| |
1. מליחה ואילך עסערס?וואס מיינט ממליחה ואילך, פאקט: רבי הילל וויינבערגער איז כלליות'דיג משגיח אין וויינלאנד, און בנוסף איז רבי חיים דוד כ''ץ ספעציפיש משגיח ווען סאטמאר שעכט דארט, און דאן אין 82 איז דער דיין משגיח: ''וואס קען זיין שענער פון דעם?
2. אפשר ביסטו מסביר פארוואס פאפא האט פארלאנגט פיש אנשטאט די מליחה ואילך פלייש? פאקט: פאפא האט געפרעגט אויב זיי קענען גיבן זייער אייגענע פלייש וואס זיי שעכטן אין ק''י מיט זייער השגחה, אוןדער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
3. אפשר זאגסטו פארוואס האט א חשובער דיין אין וויליאמסבורג פינעם זאלי לאגער פארלאנגט מען זאל געבן קרית יואלער פלייש ביי זיין חתונה אין ויואל משה? פאקט: ער שעכט פלייש אין מאנטריאל און ער האט געוואלט אריינברענגען זיין אייגן פלייש אין זאל. דער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
די עכטע שאלה וואס בלייבט איבער איז: וועלכע אנערקענטע מוסד / קהלה / רב נעמט ביי ענק די פלייש? נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען. (לדו' די גרויסע לעיקוואוד ישיבה נעמט ביי די זעלבע פלאץ ווי סאטמאר שעכט.)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 16:54 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | | 1. מליחה ואילך עסערס? וואס מיינט ממליחה ואילך, פאקט: רבי הילל וויינבערגער איז כלליות'דיג משגיח אין וויינלאנד, און בנוסף איז רבי חיים דוד כ''ץ ספעציפיש משגיח ווען סאטמאר שעכט דארט, און דאן אין 82 איז דער דיין משגיח: ''וואס קען זיין שענער פון דעם?
2. אפשר ביסטו מסביר פארוואס פאפא האט פארלאנגט פיש אנשטאט די מליחה ואילך פלייש? פאקט: פאפא האט געפרעגט אויב זיי קענען גיבן זייער אייגענע פלייש וואס זיי שעכטן אין ק''י מיט זייער השגחה, אוןדער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
3. אפשר זאגסטו פארוואס האט א חשובער דיין אין וויליאמסבורג פינעם זאלי לאגער פארלאנגט מען זאל געבן קרית יואלער פלייש ביי זיין חתונה אין ויואל משה? פאקט: ער שעכט פלייש אין מאנטריאל און ער האט געוואלט אריינברענגען זיין אייגן פלייש אין זאל. דער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
די עכטע שאלה וואס בלייבט איבער איז: וועלכע אנערקענטע מוסד / קהלה / רב נעמט ביי ענק די פלייש? נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען. (לדו' די גרויסע לעיקוואוד ישיבה נעמט ביי די זעלבע פלאץ ווי סאטמאר שעכט.) |
|
זעליג אזוי ווי די באלאנגסט צי דע כל הנערים פארטיי וועל איך מיט דיר אנהייבן לערנען אלף בית, דער גרעסטער פראסק פאר דעם בוטשער סטאר בכלל אין פאר רבי הלל וויינבערגער אין ר' חיים דוד כ''ץ בפרט איז גיקימען נישט פין די ארונים נאר פין ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, לאמיר אנהייבן פין אנפאנג, וויזוי ארבייט א השגחה אדער א הכשר, יעדער בעל מכשיר פארלאזט זיך אויף אנדערע בעלי מכשירים אין משגיחים דער בעל מכשיר איז קיינמאל נישט דארט מהיחל עד כלה, אבער ער נעמט אויף זיין אחריות דעם גאנצן פראדאקט, ווען דער וואלאווער רב גיט א הכשר אויף א פראדאקט פארלאזט ער זיך מיט אינגרידיענס פין אנדערע הכשרים, אבער עם כל זה איז דער פראדאקט אינגאנצן אינטער זיין הכשר אין ווען ער זאגט אויף א פראדאקט אז ס'איז בהכשר הרב מוואלאווע מיינט דאס דער גאנצער פראדאקט נישט נאר א חלק, אלעס איז אויף זיין פלייצע, יעצט ווען איך גיי אריין צים ממליחה ואילך בוטשער סטאר שטייט א גרויסן טאוועל בהשגחת הדומ''ץ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן, נו, איז דאך זייער גיט, אבער דער רבי ישראל חיים מנשה זאגט אז זיין השגחה איז נאר ממליחה ואילך, איי וואס טיט זיך פאר די מליחה, זאגט ער איך ווייס נישט, איך נעם אויף דעם נישט קיין אחריות, ווען אויפן טאוועל וואלט געשטאנען בהשגחת רבי הלל וויינבערגער עד המליחה ורבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן ממליחה ואילך וואלט אויך גיט גיווען וייל רבי הלל וויינבערגער איז דאך אויך א ערליכער, (פין ר' חיים דוד רעדן מיר נישט דא ווייל די מכשולות ואס מע האט גיטראפן אין בארא פארקער בוטשער ווי ער פלעגט צי געבן א השגחה איז א הימל גישריי, אבער דאס איז א סוגי' בפני עצמו), אבער אזוי ווי דער בוטשער איז נאר בהשגחת רבי ישראל חיים מנשה אין ביז די מליחה נעמט ער נישט קיין אחריות דאס זאגט זייער אסאך אין דאס מיינט א מליחה ואילך בוטשער סטאר,
פאפא האט נישט קיין אייגן שחיטה, אין קיינער אין קרית יואל האט נישט קיין אייגענע שחיטה, אלעס ווערט גיטין מיט אינזערע שוחטים, אינזערע זאלצערס אין אינזערע ארבייטער, די איינציגע זאך וואס די קהילות טיען איז זיי שיקן אויך אייגענע משגיחים (אזוי ווי ר' שמואל חיים ליפשיץ וואס איז דער משגיח פין פאפא) אין פינקט ווי יעדער רב דיין בעל מכשיר קען אריין אין בית השחיטה ווען איממער אין דאס מיינט מאכנישט אז דער בית השחיטה איז מיט זייער הכשר אזוי אויך פאפא, קלויזנבורג, וויזניץ, לעיקוואד, וכו' ניצן אויסדריקלעך דאס מהודרדיגע פלייש פין אינזער בית השחיטה, (סקווער האט יא גיוואלט דינגען דאס פלאץ פאר זייער שחיטה נאכדעם ווי מע האט אפגעשפארט זייער בית השחיטה אין מע האט זיי גיזאגט אז דא קען מען נישט דינגען דאס פלאץ האבן זיי גידינגען דעם בית השחיטה פין GG), ווען פאפא האט פארלאנגט צי ברענגען קרית יואל פלייש האבן זיי נישט גיבעטן צי ברענגען פאפא פלייש נאר זיי האבן קלאר גיזאגט זיי ווילן קרית יואל פלייש, אין ווען דער ענטפער איז גיווען אז מע לאזט נישט האבן זיי פארלאנגט מע זאל געבן פיש אין נישט מליחה ואילך פלייש.
דער דיין וואס האט חתונה גימאכט אין ויואל משה האט אויך גיבעטן מע זאל געבן קרית יואלער פלייש נישט קיין קאנטינענטל נישט קיין מליחה ואילך פלייש, אויסדריקלעך נאר קרית יואלער פלייש, אין ווען מע האט עם גיזאגט אז ניין האט ער פארלאנגט אז מע זאל געבן פיש, שבת ביי שבע ברכות אין שמח תשמח איז יא גיווען קרית יואלער פלייש, על כל פנים אזוי האט דער דיין גיזאגט פאר די מסיבין ביי די שבע ברכות.
אלזא דאס הייסט א עולם השקר, דער בית השחיטה אין קרית יואל איז פיל מיט פראבלעמען, צימת הגידין, קאטשקעס, וכו' אין דאך וויל קיינער נישט עסן די מהודרדיגע מליחה ואילך פלייש נאר זיי עסן די מפוקפקדיגע קרית יואל פלייש, איז דאס נישט א עולם השקר?.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 17:31 |
|
| |
אינטרעסאנטע אהרונישע טעקסט מעסעדזשעס וועגן הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א
Read more info about the story of ducks &about the Sheigets Yitschuk Shtein in the next few Msgs its info that we got first hand not Gizma
A Yingerman told us that HE was on pence when a rav hamachshir was on phone with Yitschuk Shtein few weeks ago &he told him bza halushen>
Beza Halushen; ICH GEI MIR NEMEN IBER.... (NAME OF RABINY) IN ICH GEI EM DERLANGEN AZANS VUS ER HOT NOCHNISH GEHAT! (Shem reshuim Yirkov!)
He was also first1 who spoke in public big leis about arizona wheat he said also a lei l'eini haShemesh that we Using metal To velger matses
But till now he was here only for attention so it was a little leveled but last summer after he sawed that the train is running on rebe's>
>on rebe's side so he sent a shliach to Rabiny that he wan a run @his side rebe answered: Mit yeden ken men handlen, nisht mit A shakren>
>&now he is taking NEKUMA. but any way we have to make seedas hoidua that we not have Rabunim like that with us ASHREINY with Toiras ENES!
תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 18/01/2010 17:32:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 18:49 |
|
| |
'''אבער דער רבי ישראל חיים מנשה זאגט אז זיין השגחה איז נאר ממליחה ואילך''ער זאגט! פארוועם זאגט ער? (דאס וואס ער האט געזאגט ביי די גסות ווען ער איז נישט געווען צופרידן פון איין ניייע שוחט 15 יאר צוריק (!) איז שוין לאנג לאנג נישט אקטועל, - אדרבה פרעג אים היינט וועסטו הערן ער גיבט השגחה אויף 100% פון אנהייב!
''פאפא האט נישט קיין אייגן שחיטה'' אט וואס איך האב געזאגט: ''זייער אייגענע פלייש וואס זיי שעכטן אין ק''י מיט זייער השגחה, אודאי ניצן זיי ענקערע ארבייטערס אבער אלעס איז אונטער זייער השגחה!''
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 18:50 |
|
| |
די איין ברענעדיגע שאלה האט מען נאך אלס נישט אדרעסירט:
די עכטע שאלה וואס בלייבט איבער איז: וועלכע אנערקענטע מוסד / קהלה / רב נעמט ביי ק''י די פלייש מיט'ן ארוני השגחה???
נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט אונטער א אייגענע השגחה, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען. (לדו' די גרויסע לעיקוואוד ישיבה נעמט פלייש ביי די זעלבע פלאץ ווי סאטמאר שעכט.)
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 18/01/2010 18:59:53
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 19:27 |
|
| |
איר זעט פארוואס איך האב ליב צי טענהען מיט די זאליס, ווייל סי דארט נישט לאנג אין זיי געבן ארויס זייער פערדישקייט אז יעדער זאל לאכן, מע גייט אריין אין פאפא בוטשער אין מע פרעגט זיי וואס פאר א פלייש איז דאס? איז דער ענטפער קרית יואלער פלייש, זיי זאגן נישט אז דאס איז פאפא פלייש, זיי זאגן נישט בהשגחת ר' שמואל חיים ליפשיץ, אין זיי זאגן נישט אז דער פאפא טראק האט דאס דעליווערט, זיי זאגן קלאר אין דייטלעך אז דאס איז געהעריגע קרית יואלער פלייש, קימט דער אייזל זעליג אין זאגט, אז רבי אהרן איז נישט פארלעסליך, רבי געציל איז נישט פארלעסליך, רבי משולם איז נישט פארלעסליך, די שוחטים פין קרית יואל זענען נישט פארלעסליך, די זאלצערס זענען נישט פארלעסליך, די בודקים זענען נישט פארלעסליך, נאר הרב הגאון הצדיק פאר ישראל וקדושו דער פאפאער משגיח ער איז פארלעסליך... איין מינוט, זיי ניצן נישט דעם קרית יואל טראק צי דעליווערן זיי האבן א אייגענעם פאפא טראק צי דעליווערן אין נאר וועגן דעם מעג מען עסן די פלייש. נישט אימזיסט איז דער זעליג א זאלי, מיט אזא IQ לאזט מען אפילו נישט אריין ביי אינז.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 20:44 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | מיט אזא IQ לאזט מען אפילו נישט אריין ביי אינז. |
|
יעצט גייסטו שוין קעגן רא"ט אליין, ער האט געענטפערט וועגן הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א.
rebe answered: Mit yeden ken men handlen, nisht mit A shakren
און די ביזט יעצט מוסיף אז עס ווענדט זיך אין IQ...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 20:51 |
|
| |
פארשטייצעך אז ציקענען מבחין זיין בין אמת לשקר דארף מען האבן א נארמאלן IQ, אין דאס אז די זאליס האבן א נידעריגן IQ איז נישט חלילה זיי צי פארשעמען ווייל דאס איז דאך א גיבורטס פעלער, סאיז נאר אזא מליצה ישרה צי פארשטיין פארוואס זיי זענען נעבעך ציריק גיבליבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 21:13 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | כ'זע אז כ'האב דיר ארויסגענומען פון די הויט איך ווייס נישט פארוואס,
נאכאמאל ר' משולם פאלאטשעק צו ער קען הלכות שחיטה צו נישט, יעדער שוחט איז אחראי אויף זיין שחיטה און קיינער אויסער ער און קיינער רעכנט אריין אויך דעם בעל מכשיר קען זאגן צו ער האט גוט געשכטן צו נישט, ר' משולם פאלאטשעק קען זאגן צו מ'האט יא גוט באזאלצן צו מ'נוצט שטיין זאלץ צו נישט, אין די שחיטה קען ער נישט אריינרעדן קיין ווארט, פארשטאנטא |
|
דיין תגובה איז עפעס....
לשיטתך, פארוואס האט ר' ישראל חיים מנשה געהייסען שרייבן ממליחה ואילך? לויט דיר דארף דאך ר' הילל וויינבערגער אויך אזוי שרייבן, אז די וועסט קוקען אויף די פלאמבע'ס פין התאחדות שטייט ''נשחט הודח ונמלח תחת השחגחת התאח''ר''
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 21:22 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | ס'וועט דיר זיין אביסל אובאקוועם צו הערן אבער קענסט זאגן ס'נישט אמת כ'וועל מיך נישט באליידיגן, בית השחיטה המהודרת קרית יואל, די גרעסטע און מהודר'דיגסטע שחיטה ס'האט די גרעסטע פארלאנג אויף פראדאקשן, פלעגט ביז עטליכע חדשים צוריק ארבעטן 6 טעג א וואך 12 שעה א טאג (אויסער פרייטיג פארשטייצעך) אצינד איז דער בית השחיטה פלענט אפן, זעט אויס צוליב די ריזיגע פארלאנג, 4 טאג א וואך יא, קענסט רופן הצלה פאר אביסל אקסיזשין אבער דאס איז דער מציאות, קומענדיגן דארנעשטיג קום אליינס אראפ, דער פלענט נעמט וואקאציע יעדן דארנעשטאג, דאס איז אויסער וואס מ'האט ג'קאט א שעה פון יעדן טאג, און דעס איז א מציאות וואס דו קענסט פרעגן שלמה הערש עקשטיין אדער הרב לעווי אדער אויב ביסט באקאנט מיט איינע פון די ארבעטערס, וואס זאגסטו צו דעם פארלאנג...? |
|
כ'וועל דיר מגלה זיין פשוט'ע פאקטען וואס כ'האב קלאר געשטעלט קרית יואל פלעגט שחט'ן 6 טאג א וואך נאר פאר יו''ט, ווען דעמאלטס שחט כמעט יעדער 5 טאג א וואך א גאנץ יאר פלעגן זיי שחט'ן נאר 5 טאג א וואך
למעשה זייט ריבאשקין האט אנגעהויבן צו האקען שטיקער אין די מארקעט, אין גיבט פאר שפאט ביליג, האט וויינלאנד אנגעהויבן שחט'ן נאר 3 טאג א וואך(דאנערשטוג פארמאכט), אין מהדרין נאר 2 טאג א וואך (דינסטוג דינגט סקווירא ארויס, זיי ניצן כמעט א גאנצע טאג, ווייל זיי האבען זייער א שטאטע שחיטה פיל מיט קפידה'ס, אין דאנערשטוג איז פארמאכט) אין קרית יואל 4 טאג א וואך (אפען זינטוג אין פארמאכט דאנערשטוג,) יעדער פראבירט צו שניידען דווקא דאנערשטוג, אזוי איז די פלייש פרישער, ווייל די דאנערשטוג פלייש קומט הערשט אן מאנטוג אין די געשעפטן ביי אלע בית השחיטות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 21:23 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | דעס וואס דו זאגסט אז מ'האט אויפגענומען פאריגע וואך נאך 4 שוחטים פון דעם האב איך נאך נישט געהערט אבער וואס כ'האב יא געהערט איז אז ס'זענען ארויסגעגאנגן פון דארט עטליכע שוחטים צו אנדערע פלענטס וואס ארבעטן יא גאנצע 5 טעג א וואך, סא ס'מאכט סענס אז מ'האט אריינגענומען פרישע שוחטים |
|
זאג מיר איין פלענט ווי מ'שחט 5 טאג א וואך....
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 21:36 |
|
| |
שיינער ארטיקל פון חומת הדת:

|
|
|
|
|