|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:29 |
|
| |
אמעראצים! די קאטשקעס זענען נישט קיין "עוף טמא", פינטל. ס'האט אלע סימני טהרה, אצבע יתירה, וזפק, וקורקבנו נקלף ביד, ואינו דורס ואוכל, וואס דען? מ'טאר זיי טאקע נישט עסן ווייל ביי עופות שטייט אין שו"ע רמ"א סי' פ"ב, אז מ'זאל נישט עסן וואס איז נישט מסור מאבותינו, און מ'טאר זיי טאקע נישט עסן, אבער כשר'ין כלים דארף מען לכל הדעות נישט, איבערהויפט אז די שוחטים זענען אלע מעיד אז זיי האבן געשחטן די מסורה'דיגע גענז, די פעקין, אין ע"פ חז"ל איז אפי' דער צייד נאמן, דעריבער האט מען ס"ה געזאגט אז די פאר פענסי רעסטוראנטן אין קעטערערס וואס סערווירן די גענז (ווייל סתם המון האט נישט אין קיין פריזער קאטשקע פלייש) זאלן דערווייל עס נישט ניצן, פארוואס, ווייל רב שטיין האט פארפירט אז די קאליר פון די פלייש איז אביסל טונקעלער ממילא יתכן אז מ'איז מעגליך מרכיב אנדערע ביצים ביים האדעווען, ווען מ'רעדט ווען פון הינער פלייש וואלט מען זיכער נישט געמאכט דעם ריקאל, ווייל ס'א גאר ווייטער חומרה יתירה, וואס אגב ס'נישטא קיין שום מקום צו זאגן אז אנדערע שלאכט הייזער זאל נישט האבן די שאלה.
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 18/01/2010 23:39:20
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:35 |
|
| |
פארשטייעכץ כ'וואלט נייגעריג געווען ווי אלט די ביזט האטס מיך זייער דיספוינטעד מיט דיין תגובה.... ''מכשיל געווען יודן מיט עופות טמאים''???? פארוואס ווייל מ'האט געמאכט א ריקאל אויף א ספק ספיקה לפנים משורת הדין לכל הדעות? פשוט ווייל די בית השחיטה וויל זיין ממש מהודר אן קיין ספק ספיקה
די נעמסט זיך אזוי אן פאר ר' יצחק שטיין, ווייסט אפשר פארוואס ר' יצחק האט נישט געמאכט קיין ריקאל אויף די קאטשקעס וואס ער האט געקויפט ג' מקץ פין ק''י? ס'דאך טריפה!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:46 |
|
| |
סקאטמאלן/דיןתורה, וואס איז דער נאמען פון דער קאטשקע אויף וואס מ'האט געמאכט דעם ריקאל?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:49 |
|
| |
א עוף וואס ס'איז שוין געווען על שלחן מלכים און די פריע תר' יארן, און דעמאלטס האבן געפסקנט רבותינו הקדושים אז דער עוף האט נישט קיין מסורה, דאס מיינט ביי אינז, אז מען טאר דאס נישט עסן, פינקט ווי מען טאר נישט עסן א עוף טמא, און דעמאלטס איז אויך געווען וואס האבן קלאר געזאגט, אז אזוי ווי עס האט סימני עוף טמא, ווי למשל, עס לייגט רינדיגע איי, און ס'איז דורס, דאס קען ווערען מיט רעכט אנגעריפן ''מכשיל געווען יודן מיט עופות טמאים'' איין טענה קענסטו האבן אויף דיינע אויבער הארן וואס האבן גענימען אויף זיך אזא בעבישע מהלך, אז ביי אינז איז אלעס גיט און אויב נישט איז עס נאר די שונאים, און בין בכלל נישט דיספוינטעד פון ענקער בעבישע מהלך,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:49 |
|
| |
לויט די שוחטים "פעקין", און אזוי איז געשטאנען אויף די אינוואויסעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:49 |
|
| |
סקאטמאלן ביסט משבש, אין רמ"א שטייט נישט "מזאל נישט" עסן, אין רמ"א שטייט אסור לאכול
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:56 |
|
| |
געוואלד אין געשריגן, איך זאג דאך אויך אז מ'טאר נישט עסן קיין מוסקאווי, אבער ס'דא א יסודות'דיגער הלכה'דיגער נפק"מ צו די פראבלעם איז בלויז מסורה אדער סימני טהרה, פאר בלויז מסורה הייסט מען נישט כשרין כלים,
בנוסף איז ע"פ הלכה זענען די שוחטים נאמן אז דאס איז געווען די מסורה'דיגער גענז. אזוי זאגט די גמרא חולין,
ועל כולם די סיבה פארן ריקאל איז נאר איבער א חשש רחוק וואס ס'נישטא קיין שום מקום צו זאגן אז די אנדערע בתי שחיטה זאלן עס נישט האבן. ווייל רב שטיין האט געקוקט אויך די געפאקטע גענז פלייש אין לשיטתו איז עס טינקעלער ווי די וואס זיין עקספיריענס זאגט אז ס'איז געווענליך, (די ארטיגע דיינים, רב בערקאוויטש מיט רב פאלאטשעק האבן עס אוועקגעמאכט)
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 19/01/2010 00:00:07
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:57 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | סקאטמאלן ביסט משבש,
אין רמ"א שטייט נישט "מזאל נישט" עסן, אין רמ"א שטייט אסור לאכול |
|
גערעכט די רמ"א שרייבט טאקע נישט אין אידיש, סארי
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:59 |
|
| |
סקאט
גיי לערן דורך די סוגיא פאר דו רעדטס וועגן עופות טמאים. דער זכר פון די מוסקאווי איז א דורס און די אייער זענען רינדיג ווי ביי עופות טמאים. דערנאך קומט צו די שאלה וועגן "מסורה". אמת עס איז דא מצדדים להיתיר, אבער נאר אויף געוויסע שאלות
וואס דו זאגט וועגן די שוחטים, האב איך אליינס געהערט פון א שוחט, אז ער האט נישט געוואוסט די חילוקים פון פעקין און מאסקאווי בשעת'ן שחט'ן , און ער האט בכלל נישט משים על הלב געווען דערויף ביז דער סקאנדאל איז ארויס אויף די גאס.
עס איז אמת אז די שוחטים בעצם האבן א נאמנות, (קען זיין אין קרית יואל ווי נאמנות פאר כבוד הפארטיי קומט פאר נאמנות פאר כשרות איז אנדערש). אבער דאס איז נאר ביי א זאך וואס
דאס וואס דו שרייבסט פארוואס נעם זיך אן פאר דעם רב המעורר הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א. הלמאי ער האט אויך גענומען פון קרית יואל הונדערט קאטשקעס און נישט געמאכט קיין ריקאל. איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דעם פרט ווייל איך ווייס נישט די פרטים, אויב ס'איז בכלל אמת די גאנצע זאך, אבער ער האט ביי מיר א נאמנות אז ער האט געהאנדעלט וויאזוי מען דארף, אויב ס'איז אמת. איך האב מיך נישט אזוי ווייט "אנגענומען" ווי ארויסגעברענגט ענקער השחתה, אז עס קומט א רב און איז ענק מעורר אויף א ערנסטן כשרות פראבלעם, פון עופות טמאים, וואס ענקערע קאסטומער קענען נכשל ווערן יעדע מינוט, האט מען נישט גענומען די זאך מיט א ערנסטקייט, נאר אנגעהויבן א שמוציגע אטאקע קעגן דעם רב המעורר, מען האט אים באזינגען אלס "שונא" וואס מאכט נאר צרות. און ווייטער מכשיל געווען דעם ציבור. אנשטאט מען זאל אים באדאנקען פאר'ן מעורר זיין אויף דעם פראבלעם, האט מען פארשריגן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:00 |
|
| |
פאר בלויז מסורה הייסט מען יא כשרן אדרבה לאמיר זען וואס די קענסט, אז די זאגסט אזוי ברענג א ראי צי דיינע ווערטער,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:08 |
|
| |
סקאט, אויב איז געשטאנען אויף די אינוואויסעס "פעקין" הייב איך הענט און יעדער דא וועט מוזן נאכטון, ווייל "פעקין" איז דער עוף טהור מיט די מסורה! עטס האטס באשטעלט די ריכטיגע ס'איז דער סוחר וואס האט געמאכט דעם מיסטעק.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:13 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | סקאט
גיי לערן דורך די סוגיא פאר דו רעדטס וועגן עופות טמאים. דער זכר פון די מוסקאווי איז א דורס און די אייער זענען רינדיג ווי ביי עופות טמאים. דערנאך קומט צו די שאלה וועגן "מסורה". אמת עס איז דא מצדדים להיתיר, אבער נאר אויף געוויסע שאלות
וואס דו זאגט וועגן די שוחטים, האב איך אליינס געהערט פון א שוחט, אז ער האט נישט געוואוסט די חילוקים פון פעקין און מאסקאווי בשעת'ן שחט'ן , און ער האט בכלל נישט משים על הלב געווען דערויף ביז דער סקאנדאל איז ארויס אויף די גאס.
עס איז אמת אז די שוחטים בעצם האבן א נאמנות, (קען זיין אין קרית יואל ווי נאמנות פאר כבוד הפארטיי קומט פאר נאמנות פאר כשרות איז אנדערש). אבער דאס איז נאר ביי א זאך וואס
דאס וואס דו שרייבסט פארוואס נעם זיך אן פאר דעם רב המעורר הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א. הלמאי ער האט אויך גענומען פון קרית יואל הונדערט קאטשקעס און נישט געמאכט קיין ריקאל. איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דעם פרט ווייל איך ווייס נישט די פרטים, אויב ס'איז בכלל אמת די גאנצע זאך, אבער ער האט ביי מיר א נאמנות אז ער האט געהאנדעלט וויאזוי מען דארף, אויב ס'איז אמת. איך האב מיך נישט אזוי ווייט "אנגענומען" ווי ארויסגעברענגט ענקער השחתה, אז עס קומט א רב און איז ענק מעורר אויף א ערנסטן כשרות פראבלעם, פון עופות טמאים, וואס ענקערע קאסטומער קענען נכשל ווערן יעדע מינוט, האט מען נישט גענומען די זאך מיט א ערנסטקייט, נאר אנגעהויבן א שמוציגע אטאקע קעגן דעם רב המעורר, מען האט אים באזינגען אלס "שונא" וואס מאכט נאר צרות. און ווייטער מכשיל געווען דעם ציבור. אנשטאט מען זאל אים באדאנקען פאר'ן מעורר זיין אויף דעם פראבלעם, האט מען פארשריגן.
|
|
כ'האב געהערט פין א מורה הוראה אז מוסקאווי האט יא אלע סימני טהרה, אין די פראבלעם איז נאר מסורה, והא ראי' אז ביי די ספרדים וואס פסקנ'ן נישט ווי די רמ''א עסן עס געהעריג
דאס וואס די שרייבסט אז א שוחט האט דיר געזאגט אז ער זעהט נישט קיין חילוק עס איז מיר זייער שווער דיר צו גלייבן קוק דא http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2744705&forum_id=16386
וואס די שרייבסט וועגן ר' יצחק שטיין ווען ער קומט ווען ווי א ''רב המעורר'' ביזטו גערעכט אין פאקט איז ער געקומען ווי א שונא (ווי די ריפסט עס) אין אנשטוט רופן די בית השחיטה איז ער ארומגעגאנגען בארעדן די בית השחיטה אין די רב המכשירים אן קיין האפט, אין געברענגט א ראי' אז וויבאלד אין מהדרין האט מען געברענגט מאסקאווי'ס מיז זיין אז ק''י האט אויך געניצט א וואך פריער מאסקאווי'ס (לכאורה איז ער געווען אין ק''י בשעת'ן שחט'ן די קאטשקעס א וואך פריער, אין גיי ווייס פארוואס ער האט עס נישט באמערקט), ווען אין פאקט האט מען פארשיקט דעם טראנספארט פין מהדרין לויט די הוראה פין ר' נח גפן וועלכע האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנוב. (כ'ווייס קלאר וואס איך שרייב, ער איז ארום בארעדן די רב המכשרים כ'ווייס פין עטליכע פעלער, אין דאס איז די סיבה פארוואס הרה''ג ר' משה ראטה האט אים ציריקגעהאלטען פין מאכען א אסיפת הרבנים לעצטן מיטוואך אין קאלעסבורגער ביהמ''ד, טראץ וואס ר' יצחק שטיין איז שוין געווען גרייט מיט פינקטליכע פלענער אין א פארגעקוקטע העצע דרשה, ער האט אים געזאגט ס'דא ערליכע רבנים וואס געבן א הכשר, רוף זיי אן פאר די גייסט העצן) ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט איז עס טאקע נישט געווען קיין מאסקאווי'ס, אין האבען געהאט אלע סימנים פין א פעיקען, נאר יעצט איז דא א 'עורעור חדש' וועגן די קאליר פין די פעטנס וואס איז טונקעלער.
תוקן על ידי דיןתורה ב- 19/01/2010 00:18:11
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:18 |
|
| |
מיטצוהאלטן אביסל וויאזוי די אהרונישע ספינס ארבעטן,דער אפיציעלער בית השחיטה ניק צומת הגידין, פרובירט אומדירעקט צו שרייבן אז די מאסקאווי קאטשקעס זענען נישט אזוי געפערליך שרייבט ער ווי פאלגענד:
דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב. אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר. אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק. (דער רב הראשי, פאר ווער עס ווייסט נישט)...
למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי. אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס. ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.
אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה. די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.
פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.
בקיצור די אלע גדולי ישראל וואס האבן גע'פסק'נט לאיסור אז דאס איז א עוף טמא, פון זיי זאגט מען נאך.... אדער שרייבן אין א בריוו... אבער די מתירים, פסק'ענען אלע להלכה אז ס'איז מותר לכתחילה.
פארשטייצעך אז ער לייגט צו דעם לחש... אז מיר האלטן אויך ס'איז אסור, אבער דער זאל שוין פארשטיין אז עכט עכט איז עס מותר לכתחילה.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:19 |
|
| |
נאך 2 וויכטיגע פונקטען, פאר מ'טענה'ט זיך ווייטער,
1. דערווייל האט נאך קיינער נישט מברר געווען אויף זיכער אז דא מ'האט געשחטן די מאסקאווי גענז, ס'בלויז א ספק, וואס בימי השו"ע (איידער ס'געווען לעבס) וואלט די זאך שוין געווען געשלאסן ווייל דער שוחט איז נאמן אין קעיס קלאוסד.
2. מ'האט דאך געמאכט א ריקאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:20 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | פאר בלויז מסורה הייסט מען יא כשרן אדרבה לאמיר זען וואס די קענסט, אז די זאגסט אזוי ברענג א ראי צי דיינע ווערטער, |
|
ס'דא א תשובה אין אבני צדק אז מ'דארף נישט כשר'ן
|
|
|
|
|