|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:24 |
|
| |
ר' יחזקאל ראטה שליט"א פסקנט אז מדארף כשרן די טעפ פון די מאסקיווא פלייש, קענסט עס פרעגן ר' משה פריעדמאן ענקער דיין, פארגאנגענעם שבת האט ער זיך געבעטן ביי ר' יחזקל'ן ס'וועט זיין ביזיונות, ר' יחזקאל האט זיך געהאלטן ביי זיינס, ער האט יא געזאגט אז מ'זאל נישט נאכזאגן בשמו אז מ'דארף כשרן די קרית יואלע ווייל ער האט נישט געזען יענע קאטשקעס און ער קען נאר פסקנען וואס ער זעט, אבער דאס האט ער געזאגט קלאר אז די כלים פון די "מאסקיווא" קאטשקעס דארף מען כשרן,
איך האב דיר געפרעגט וועלעכע קאטשקעס מ'האט געמאכט דעם ריקאל האסט געענפערט מיט א זיכערקייט, מאסקיווא, יעצט שרייב ווייטער וויאזוי דו פארשטייסט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:28 |
|
| |
גימפל יעצט ברענג א לינק אז מאסקיווא איז נישט קיין עוף דורס
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:29 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | א עוף וואס ס'איז שוין געווען על שלחן מלכים און די פריע תר' יארן, און דעמאלטס האבן געפסקנט רבותינו הקדושים אז דער עוף האט נישט קיין מסורה, דאס מיינט ביי אינז, אז מען טאר דאס נישט עסן, פינקט ווי מען טאר נישט עסן א עוף טמא, און דעמאלטס איז אויך געווען וואס האבן קלאר געזאגט, אז אזוי ווי עס האט סימני עוף טמא, ווי למשל, עס לייגט רינדיגע איי, און ס'איז דורס, דאס קען ווערען מיט רעכט אנגעריפן ''מכשיל געווען יודן מיט עופות טמאים'' איין טענה קענסטו האבן אויף דיינע אויבער הארן וואס האבן גענימען אויף זיך אזא בעבישע מהלך, אז ביי אינז איז אלעס גיט און אויב נישט איז עס נאר די שונאים, און בין בכלל נישט דיספוינטעד פון ענקער בעבישע מהלך,
|
|
וועלכע רבותינו הקדושים זאגסטו דא נאך?
נעמען ביטע...
אגב, במציאות זענען די ביצים נישט רינדעכיג און דער עוף איז נישט דורס.
נישט אז איך ראט אייך צו פאלגן ר' שמוא' סאלאנט און עסן דעם עוף וזל"ק "עסט געזונטערהייט און מיט אפעטיט" (זכרון יוסף ירושלים תרפ"ד), נאר להעמיד הדברים על אמיתותן בלי פאליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:32 |
|
| |
גימפל איך בין נישט אינטייטלד פאר א ענטפער?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:32 |
|
| |
גענומען פון ספר דרכי תשובה

|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:33 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | גימפל יעצט ברענג א לינק אז מאסקיווא איז נישט קיין עוף דורס |
|
קוק אין אלע תשובות הדוברים מזה. חוץ הרב דר. איללאווי וואס שרייבט אז די ביצים זענען רינדעכיג א זאך וואס במציאות איז נישט אזוי. ער זאגט אויך נישט אז עס איז דורס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:34 |
|
| |
מיין קאמפיוטער איז יעצט שטייט, וועסט באלד בל"נ האבן לינקס כאוות נפשך
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:39 |
|
| |
תשובת משיב דבר וואס פארלאזט זיך אויפן סימן פון בעל המאור אז ער איז נישט קיין דורס http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1096&st=&pgnum=82
קוק סוף דבריו.
איך ווייס ער איז עס מתיר נאר בדיעבד ווייל במציאות עסט מען עס אבער ביני לבינך איז מציאות דער דמיון צו טורקי זייער א אמת'ער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:40 |
|
| |
יעצט גיימיר צו מנחה, מארגן נאכמיטאג, אם יהא עתי בידי, וועסטו בל"נ האבן נאך לינקס
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:41 |
|
| |
סקאט, דיין תשובה וואס דו ברענגסט רעדט פון ווילדע-טויבן, ס'דא תשובות וואס רעדן שרייבן ארויס מאסקיווא ברענג יענע תשובות קען זיין ביסט גערעכט, כ'וועל מודה זיין,
גימפל, מסכים כ'וועל ווארטן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:45 |
|
| |
איך ווייס, איך ברענג נאר א תשובה וואס זאגט אז עופות וואס דער איינציגער פראבלעם איז 'מסורה' דארף מען נישט כשרין די כלים, אזוי פסקנט דער סיגעטער רב זצ"ל בעל אבני צדק. די זיידע פון אדמור"י סאטמאר
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 19/01/2010 00:45:53
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 00:50 |
|
| |
גימפל ביני לביני צווישן זיכן אין די תשובה ספרים, נעם דעם טרייבל און רוף אן ר' יחזקאל ראטה שליט"א אדער ר' משה פריעדמאן שליט"א וואס קען עס נאכזאגן בשמו פרעג אים אויב מ'ברויך כשר'ן די כלים וואס מ'האט געקאכט מאסקיווא פלייש, לייג ארויף דעם ענטפער צוזאמען מיט די לינקס וואס דו האלסט נאך אינמיטן זוכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 01:01 |
|
| |
די שאלה אויב מען דארף כשר'ן די כלים דאס וועט יעדער פרעגן זיין רב.עס קען זיין אז מען קען מקיל זיין, אז ס'איז אינו בן יומו איז מען נישט מחויב, פארשטייט זיך א יראת שמים וועט זיכער יא כשר'ן, חוץ ביי הפסד מרובה וועט ער זוכן א היתר.
אבער אפגעזען צו מען דארף כשר'ן די כלים אדער נישט, האט דא פאסירט א שרעקליכער מכשול, אז א בית השחיטה וואס רופט זיך מיט דעם פאלשטן נאמען "מהודרת", האט במזיד געלאזט זייערע קאסטומערס עסן די קאטשקעס, בשעת זיי האבן שוין געוואוסט אז עס טויג נישט. און גאר מבזה געווען דעם רב המעורר שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 01:19 |
|
| |
ס'שווער צי גלייבן אז ר' יחזקאל ראטה האט געהייסן כשרי'ן כלים ווען מ'ווייס מיר נאך נישט צו דא איז בכלל געווען א פראבלעם, איבערהויפט אז קאטשקע עסערס זענען א מיעוט שבמיעוט, אין פונקט דער קאטשקע עסער זאל פונקט פרעגן ר' יחזקאל, עפעס שטימט דא נישט.
פונקט פארקערט איך האלט דא איז געשען א געוואלדיגער דבר טוב אז א בית השחיטה וואס צוליב וואס זיי זענען ידוע אלס מהודרת האבן געמאכט א ריקאל אויף עפעס וואס ע"פ הלכה איז כשר לכתחלה שבלכתחלה, ווייל די שוחטים זענען דאך מעיד אז ס'געווען פעקין, אלעס נאר צוליב א נייער חשש רחוק אז מ'האט זיי אפשר מגדל געווען מיט אנדערע עופות, וואס די אנדערע בתי שחיטה דארף מען פונקט אזוי חושש זיין.
ממנו ילמדו!
|
|
|
|
|