|
|
| נשלח ב-19/1/2010 01:23 |
|
| |
גימפל פארוואס ביסטו מיר נעלם געווארן אזוי ווי דיין פארגייער פינפענאטער, איך האב דאך מיט דיר געהאט א נושא אינמיטן דורך ארבעטן, פליז זיי קודם ממשיך מיט אינזער נושא,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 01:31 |
|
| |
לאז מיך פארשטיין, ס'איז שייך צו זאגן נאמנות שוחט אויף א זאך וואס דער שוחט קען אפי' נישט וויסן דעם אמת, נאר מ'דארף צוקומען צו א לעב.?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 02:01 |
|
| |
אידן וואס קענן ר"א מיט זיין גאנצע מהות זאגן,
ווען ער האט זיך בארימט מיט זיין שחיטה, היה אומרים
אין כאן לא מהדרת, ולא תקינים, ולא שטיין זאלץ, ולא מנחת, וכו. אבל יש כאן אדם, "שוטה" שצריך לבראיתו, שכל העולם ידבר עבורו,
אויף ווי אזוי ער האט ראגירט אויפן סקאנדל דינן היה אומרים
אין כאן לא נאמנות, ולא שוחט, ולא כשרות, ולא סמכות, אבל יש כאן אדם, "גס רוח" שכל מה שהיה והוה ויהיה הוא בתכלית טוב יותר מכל העולם כלו,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 02:02 |
|
| |
דאס איז זיין גאנצע מהות שוטה רשע וגס רוח
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 02:56 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | | לאז מיך פארשטיין, ס'איז שייך צו זאגן נאמנות שוחט אויף א זאך וואס דער שוחט קען אפי' נישט וויסן דעם אמת, נאר מ'דארף צוקומען צו א לעב.? |
|
ווייל דער עוף איז שוין לאנג נישטא מ'זאל קענען פעסטשטעלן די סימני טהרה, דאס גאנצע וואס מ'האט איז בלויז פארפאקטע געפרוירענע שטיקלעך פלייש.
פארשטייסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 04:24 |
|
| |
איך פרעג נישט יעצט כהיום ווען ער איז שוין געפרוירן און פארפאקט, דו האסט געזאגט אז ס'איז דא די נאמנות פון די שוחטים, און זיי זאגן אז דאס וואס זיי האבן גע'שחט'ען איז די גוטע מין, מיין שאלה איז, זיי האבן דען געקענט באמערקן א חילוק פון די כשר'ע מין און די אנדערע?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 04:34 |
|
| |
יא, ווען ס'גאנץ אין לעבעדיג קען מען זייער גרינג באמערקן, די פיסלעך און שנובעל האבן איין אנדערן פארעם אין קאליר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 04:50 |
|
| |
איך הער וואס איר זאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 05:26 |
|
| |
עס איז אמת אז מען קען דערקענען,אבער נאר ווען מען האט ביידע פאר זיך, און מען ווייסט אז מען דארף קוקן אויף א חילוק ליידער האבן די שוחטים נישט געהאט בשעת מעשה די נויטיגע עקספיריענס, און די לעצטע מאל האט מען גע'שחט'ן מיט אפאר חדשים פריער, ממילא זאגן זיי אז ס'איז פאר זיי שווער צו געדענקען, ווייל זיי האבן נישט געוואוסט אז זיי דארפן קוקן אויף סימנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 08:35 |
|
| |
לכל מאן דבעי למידע אמיתת הדברים.
ווער ס'האט א מינדעסטע ידיעה אין שחיטת עופות וכדו', [נישט פון היידפארק, בלאט, דרשת מהר"א, נאר פון זעהן און מיטהאלטן], ווייסט אז דער שוחט זעהט כמעט נישט דעם קאפ פון די עוף, בפרט ביי א קאטשקע וואס איז אביסל גרעסער, דער גוי נעמט ארויס די עוף\קאטשקע פונעם קעסטל, לייגט עס ארויף אויפן טשעין, צו אויף די שטענדער וואו ס'ווערט געשחט'ן, [ווענדט זיך אין וועלכע בית השחיטה, יעדע אופן האט מעלות און חסרונות, ואכמ"ל], דערנאך בייגט ער איבער דעם קאפ, און שטרעקט אויס די האלז פארן שוחט, דער שוחט שחט, און געגאנגען ווייטער.
אודאי טאמער דער שוחט וועט וויסן אז מ'דארף קוקן יעדן עוף ביים קאפ צו ס'איז גוט, וועט ער משים לב זיין, הייסן דעם גוי אראפנעמען זיין האנט פונעם קאפ, כדי צו קענען זעהן, אבער ווי לאנג דעם שוחט פאלט נישט ביי אז ער דארף עפעס קוקען, וועט ער בכלל נישט פרובירן צו קוקען, און בפרט ווען ער זעהט עס נישט, ווייל דער גוי דעקט עס צו מיט זיין האנט.
ממילא ווען מ'פרעגט א שוחט נאכן שחט'ן, וועלכע קאטשקעס איז עס געווען, איז לא ימלט אז דער שוחט זאל זיך דאכטן אז ס'איז געווען די ריכטיגע, און לאמיתה של דבר איז עס נישט געווען, וויבאלד דעם שוחט פאלט נישט ביי אז ס'קען זיין עפעס א פראבלעם, ער פארלאזט זיך אויף די בית השחיטה אז זיי האבן זיכער געברענגט די כשרע, [וכש"כ ביי שוחטים וועלכע ווייסן בכלל נישט אז ס'איז דא חילוקים אין דעם], און ממילא קען דער שוחט נארמאל נישט זאגן בברירות אז ס'איז געווען אזוי צו אזוי, ווייל ער האט עס בכלל נישט געזעהן, און אויך נישט משים לב געווען.
לדוגמא, אז איר וועט פרעגן א שוחט נאכן שחט'ן, צו ער האט גשחט'ן זכרים אדער נקיבות, וועט ער נישט וויסן צו ענטפערן, פארוואס, סיי ער האט נישט געזעהן דעם כרבולת, און סיי ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו קוקען, [מילתא דלא רמיא עליה דאינשי]. אבער ערב יוהכ"פ ווען מ'שחט כפרות, ע"פ רוב קוקט דער שוחט יא זיכער צו מאכן אז ס'איז א זכר [אין די פלעצער וואו ס'איז נישט מסודר, און ס'קען אנקומען נקיבות אנשטאט זכרים], און דאן אויב דער שוחט זאגט אז ס'איז געווען א זכר קען מען זיך יא פארלאזן.
איי וועט איר פרעגן, וויאזוי האט מען עס אין זשי ענד זשי יא באמערקט, וועל איך אייך מגלה סוד זיין, דער שוחט וואס האט עס באמערקט, האט געעפנט די קעסטל מיט די קאטשקעס 15 מינוט פארן שחט'ן, און אליינס ארויס גענומען א קאטשקע, און עס געוואלט שחטן, [פארוואס, א גוטע קשיא, מעשה שהיה], און דאן ווען ער האט געהאלטן די קאטשקע ביי זיך אין די האנט האט ער גאנץ קלאר געזעהן אז ס'איז אנדערש פון די געווענליכע קאטשקעס. דהיינו, די קאפ האט געהאט אזויווי א שווארצע קאפל, בזמן וואס די געווענליכע זענען ווייס, און די שנאבל האט נישט אויסגעקוקט געל.
איך זאג קלאר "נישט אויסגעקוקט געל", ווייל דער שוחט זאגט אז ער האט אליינס נישט געקענט באשליסן צו ס'איז יא געל אדער נישט, ס'איז געווען אזא געמישטע קאליר, האט ער געפרעגט אנדערע שוחטים, און זיי האבן אויך מסופק געווען צו ס'איז די געווענליכע געלע קאליר אדער נישט.
אלזא, ווען ס'איז געווארן דארטן די טומל, און דער רב המכשיר האט עס נישט געוואלט לאזן נוצן, האט דער בעה"ב פונעם בית השחיטה אנגערופן דעם דעסטריביוטער היתכן ער שיקט עם נישט די געווענליכע קאטשקעס, האט ער געזאגט אז ער האט קיין קרית יואל אויך געשיקט און ס'איז גוט געווען.
ווי נאר מ'האט דאס געהערט, איז גלייך געלאפן א שוחט, וועלכע פאררופט זיך אלס "אהרוני", און אנגעקאלט ר' נח גפן פרעגן צו ס'איז אמת, און לפי דבריו פון דעם שוחט, וועלכער איז נישט נחשד אין פארדרייען א מעשה קעגן די אהרונים, האט ר' נח געזאגט אז ס'איז טאקע געווען שווארצע קעפ, אבער וויבאלד די שנאבל איז געווען געהעריג געל, האבן זיי אנגענומען אז ס'איז די געווענליכע קאטשקעס, עכ"ד.
דער שוחט, האט א גאנצע וואך פאר יעדעם פארציילט די מעשה, און אפילו ווען די בלאט איז ארויסגעקומען מיט זייער פורים געשיכטע, האט ער נישט געוואלט גלייבן אז די הייליגע בלאט קען שרייבן אזעלכע ליגנטס.
איז יעצט די שאלה, וויאזוי קען מען זאגן אז מ'פארלאזט זיך אויף די שוחטים, וועלכע זענען מעיד אז ס'איז געווען די געווענליכע?
א) האבן די שוחטים בכלל משים לב געווען צו קוקען וועלכע קאטשקעס עס איז? האבן זיי געוואוסט בכלל די חילוק פון די ביז די אנדערע? א ודאי יעצט ווען ר' משולם האט געברענגט פיקטשערס זאגן זיי ס'איז געווען די נישט יענע, אבער ווי יעדער פארשטייט זענען די חילוקים צו דקות'דיג, און די שוחטים האבן בכלל נישט געטראכט אז מ'דארף עפעס קוקען, און נארמאל זעהן די שוחטים בכלל נישט דעם קאפ, אזוי אז מ'קען בכלל נישט בויען אויף דאס וואס די שוחטים ווייזן יעצט אויף די פיקטשערס, מילתא דלא רמיא עליה דאיניש לאו אדעתיה.
ב) אויב ר' נח האט תיכף מודה געווען אז ס'איז געווען שווארצע קעפ, נאר ס'האט געהאט געלע שנאבלן אזוי ווי געווענליך, איז דאס נישט גענוג אפצופרעגן די גאנצע "נאמנות פון די שוחטים", ווער זאגט אז אזא פאל קען מען זיך סומך זיין אז ס'איז כשר, אפשר איז דאס נישט די ריכטיגע קאטשקעס? בפרט לויט ווי די שוחטים פון זשי ענד זשי זאגן האבן זיי אליינס נישט געקענט מבחין זיין צו ס'איז טאקע געל צו נישט, איז שטארק מעגליך אז ר' נח האט זיך געדאכט אז ס'איז געל, און ער האט נישט צופיהל געקוקט, נאר זיך פארלאזט אז אודאי האט מען געברענגט די גוטע, און די שווארצע קעפ מיינט גארנישט. אבער יעצט אז דער דעסטריביוטער האט קלאר געזאגט אז דאס איז אנדערע, און דאס האט ער געשיקט קיין קרית יואל, איז דאך א ודאי שטארק מעגליך אז ר' נח במחכ"ת האט נישט אזוי גוט געקוקט, און צו שנעל מחליט געווען אז ס'איז גוט. [במאמר המוסגר, איך ווייס נישט וואס ר' נח זאגט היינט, קען זיין אז ער האט שוין אויך געליינט אין בלאט אז ס'איז גאר געווען פארקערט די מעשה, אבער ביז דעמאלטס האט ער אזוי געזאגט].
בנוסף על כל אלה, אויב ר' יצחק שטיין ווייזט אן אויף די געפאקטע קאטשקעס, אז ס'איז אנדערש ווי געווענליך, [איך ווייס נישט צו ער האט יא געשיקט צום לאבראטארי צו נישט], איז א ודאי נישט קיין שאלה, אז ס'איז עכ"פ א שטארקע צד אז ס'איז אנגעקומען קיין קרית יואל די נישט כשר'ע קאטשקעס, און ס'איז בכלל נישט קיין "ערעור חדש" ווי זיי ווילן משוגע מאכן דעם עולם מיט זייער צעטל, נאר ס'איז א געהעריגע חשש גדול.
א ודאי האבן זיי זייער ריכטיג געטוהן [נאר אביסל שפעט] מיטן צוריק רופן די קאטשקעס, אבער די נאכאנאנדע מאכן פורים פונעם ציבור, רופט זיך זייער נישט גוט אפ אויף א בית השחיטה וועלכע שטעלט זיך אהער אלס דאס בעסטע און שענסטע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 14:54 |
|
| |
אפשר איז כדאי צו לייגן אויף האלד די גאנצע טענה'ריי און באשולדיגונג, אזוילאנג מ'איז מברר וואסערע סארט קאטשקעס יענס איז געווען, די מציאות הדבר איז אז לעת עתה ע"פ שו"ע איז נישטא קיין שום חשש, אזוי האט ביי די אסיפה געפסקנט רב בערקאוויטש און רב פאלעטשעק (אויך ר' אפרים שמעון לייכטאג וואס דאכצעך איז נישט געווען ביי די אסיפה), לשיטתם דער קעיס איז קלאוסד, דער איינציגער וואס האט יא געהאלטן אז מ'זאל מברר זיין דעם ענין (אויסער רב שטיין פארשטייצעך) איז געווען ר' אהרן, ער האט זיך קעגנגעשטעלט קעגן זיינע דיינים און געהאלטן אז מ'זאל יא חושש זיין אז אפשר מישט מען די גענז אין די העטשערי, און היות מ'רעט דאך ממילא פון א סארט עוף וואס דער רוב המון עסט ממילא נישט, ממילא איז נישט אזא געפערליכע זאך אז מריקאלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 16:20 |
|
| |
סקאט דאס איז טאקע די קשיא אויף די בית השחיטה, פארוואס האבן זיי נישט געלייגט אויף האלד די טריפה'נע קאטשקעס, תיכף ווען זיי האבן געהערט אז ס'איז דא א חשש. פארוואס האבן זיי גענומען אטאקירן דעם רב המעורר מיט ביליגע ליצנות, און די צייט וואס מען האט געדארפט לייגן די קאטשקעס אויף האלד? דעם זשאוק אז אלע רבנים האלטן אז ס'איז כשר, נאר דער רבי האלט אז מען דארף מחמיר זיין, ממש לפנים משורת הדין, האט מען דאך געקענט מאכן תיכף, און אזוי אפראטעווען די אייגענע קאסטומערס פון עסן עופות טמאים. איז געווען וויכטיגער, דער כבוד הפארטיי? סייווי זענען דאך אלע משגיחים, דיינים, רבנים המכשירים, די מקילים. און דער מורא'דיגער "מחמיר" איז רא"ט, האט מען דאך געקענט שרייבן דאס תיכף?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 16:41 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | אידן וואס קענן ר"א מיט זיין גאנצע מהות זאגן,
ווען ער האט זיך בארימט מיט זיין שחיטה, היה אומרים
אין כאן לא מהדרת, ולא תקינים, ולא שטיין זאלץ, ולא מנחת, וכו. אבל יש כאן אדם, "שוטה" שצריך לבראיתו, שכל העולם ידבר עבורו,
אויף ווי אזוי ער האט ראגירט אויפן סקאנדל דינן היה אומרים
אין כאן לא נאמנות, ולא שוחט, ולא כשרות, ולא סמכות, אבל יש כאן אדם, "גס רוח" שכל מה שהיה והוה ויהיה הוא בתכלית טוב יותר מכל העולם כלו, |
|
אז איר זענט געווען א טועה בדבר משנה איז מהר"א נישט שולדיג....
טול קורה מבין עיניך און זיי קודם א מודה על האמת אז מסורה דארף מען נישט כשר'ן נאכדעם וועמיר רעדן פון ווער עס איז א גס רוח און ווער א עניו.
|
|
|
|
|