בית פורומים אידישע געדאנק

דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2010 16:44 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
גימפל ביני לביני צווישן זיכן אין די תשובה ספרים, נעם דעם טרייבל און רוף אן ר' יחזקאל ראטה שליט"א אדער ר' משה פריעדמאן שליט"א וואס קען עס נאכזאגן בשמו פרעג אים אויב מ'ברויך כשר'ן די כלים וואס מ'האט געקאכט מאסקיווא פלייש, לייג ארויף דעם ענטפער צוזאמען מיט די לינקס וואס דו האלסט נאך אינמיטן זוכן. 


איך דארף פארענטפערן א סתירה צווישן א מפורש'ע אבנ"צ מובא בדרכ"ת מיט א שמועה בשם הר"י ראטה?!?!

אפי' די שמועה איז אמת, מה שאני לא מאמין, זאג דו אליינס מי נדחה מפני מי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 17:01 לינק ישיר 

די ביידע זאכען האבן נישט קיין שייכת 1 צום אנדערן,
קענסט קוקן און אבני צדק,
און די קענסט ריפן רי"ר
איך זע נישט פארוואס איינס דארף נדחה ווערן פארן צווייטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 17:10 לינק ישיר 

טאמער זאגט ער פארקערט פון אבנ"צ, וואס דארף איך טון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 17:54 לינק ישיר 

האב נישט אזוי מורה,
קענסט פרעגן מיט דרך ארץ
וואס זאגט די אבני צדק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:00 לינק ישיר 

נאכאמאל, די קאטשקעס זענען כשר וישר, ע"פ הלכה וואלט מען קיינמאל נישט געדארפט מאכן קיין ריקאל, ווייל אז אידן שומתומ"צ זענען מעיד אז זיי האבן געזען די סימיני טהרה זענען זיי נאמן, אויף דעם איז נישטא קיין שום חולק. דאס איז דער פסק פון אלע סאטמארע דיינים.

דאס אז ר' אהרן האט מחליט געווען יא צו מאכן דעם ריקאל קעגן די אייגענע דיינים דאס איז דער פליאה, ווייל צי מאכן א א ריקאל איבער א חומרא וואס מ'געפינט אין ערגעץ, איז זייער עקסטרעם, זעהט אויס אז ר' אהרן איז אבסעסט אז דער בית השחיטה זאל הייסן "מהודרת", קען זיין טאקע למען הפארטיי ער זאל זיך קענען גרויסן אז ער האט געמאכט א ריקאל אויף עפעס וואס איז ע"פ הלכה כשר וישר.

אפי' לו יצויר דער לעבערטארי זאל זאגן אז די גענז האט א הרכב פון די מוסקאווי, איז עס אויך כשר, ווייל ע"פ חז"ל ושו"ע דארף מען נאר בודק זיין וואס מען זעהט בראות עיניו, און צו אסר'ן צוליב א לעב איז א חומרא יתירה.

וואס קען מען טון מיט דעם ר' אהרן אז ער איז אבסעסד מיט זיין "מהודרת", ווער ווייסט וואס נאך ער וועט ריקאלן מארגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:07 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
מיטצוהאלטן אביסל וויאזוי די אהרונישע ספינס ארבעטן,
דער אפיציעלער בית השחיטה ניק צומת הגידין, פרובירט אומדירעקט צו שרייבן אז די מאסקאווי קאטשקעס זענען נישט אזוי געפערליך שרייבט ער ווי פאלגענד:

דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו
דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב.
אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר.
אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק. (דער רב הראשי, פאר ווער עס ווייסט נישט)...

למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי.
אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס.
ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.

אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה.
די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.

פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.

בקיצור די אלע גדולי ישראל וואס האבן גע'פסק'נט לאיסור אז דאס איז א עוף טמא, פון זיי זאגט מען נאך.... אדער שרייבן אין א בריוו... אבער די מתירים, פסק'ענען אלע להלכה אז ס'איז מותר לכתחילה.

פארשטייצעך אז ער לייגט צו דעם לחש... אז מיר האלטן אויך ס'איז אסור, אבער דער זאל שוין פארשטיין אז עכט עכט איז עס מותר לכתחילה.



גראדע, פון ר"ח בריסקער איז ס"ה געברענגט אין א בריוו בשמו.

און אין זכרון יוסף איז דא א פסק פון בד"צ פון רש"ס אין ירושלים וואס איז עס מתיר. אביסל מער ווי צומת הגידין האט געשריבן.






תוקן על ידי gimpele ב- 19/01/2010 18:09:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:26 לינק ישיר 

סקאט
"מיר אלע ווייסען דאס, נאך, פון פאר די דאזיגע פרשה, אז"

אלעס ביי אייך איז כשר וישר,
ווייל דאס איז א נאטירלעכע געוויקס ביי יעדע ארוני (ארוני בלאקיטש) 

אזוי ווי דאס האט מיט א מחלה (ארוני בלאקיטש) צי טון, און נישט מיטן מציאת,
קען נישט קומען א קאטשקע און עס אפ פרעגן,

אויב וואלט דאס באמת געווען די בעסטע, די שענסטע, די גרעסטע,
וואלט געקענט/געמעגט געשען א מוכשל, און מען וואלט דאס פאראכטן,

אבער אזוי ווי עס האט אייביג געהאט מיט א מחלה (ארוני בלאקיטש) אז ביי אינז איז די בעסטע, אזש אז אלע צדיקים אויפן עולם העליון קוקען אראפ, און ווינדערן זיך, ווער איז דער, אינטן אויף דעם עולם השפל וואס טוט אלעס וואס מיר האבן נישט געקענט טון בחיינו,
אזא מחלה קענסטו נישט אויסרעדן אפילו האסט געטראפן א קאטשקע וואס טוג נישט, איז וואס?  
האט זיך שוין וועגן דעם אויסגעהיילט די (ארוני בלאקיטש) אז מיר זענן די בעסטע, די שענסטע, די גרעסטע,
עס גייט נישט אזוי, ווילאנג זייער רבי איז אזא איינער וואס איז א שוטה רשה גס רוח, וועל זיינע חסידים עס אריבער כאפן,למחצה לשליש ולרביע


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/01/2010 18:36:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:36 לינק ישיר 

גולם'ל איך האב וואס צו ווארטן צו הערן פון דיר א טעיתי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:41 לינק ישיר 

די ביסט אריין געפאלן און א לאך,
די ווילסט האבן פון מיר א טעיתי,
אזוי ווי איך בין ליידער נישט קיין תלמוד חכם,
איך האב נאר נאכגעזאגט פון א תלמוד חכם,
קען איך נישט זאגן טעיתי אויף יענמס חשבן,
איך גלייב אז דער ת"ח פון וועם איך האב עס געהערט האט דערוף דעקונק,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:43 לינק ישיר 

וואס איז אזא גרוסע געווינס אז די האסט א טעיתי פון מיר,
אז עס זאל זיין ווערט מיט דעם מיך אפ צי ענטפערן שלא כענין? 


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/01/2010 18:44:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:48 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
וואס איז אזא גרוסע געווינס אז די האסט א טעיתי פון מיר,
אז עס זאל זיין ווערט מיט דעם מיך אפ צי ענטפערן שלא כענין? 


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/01/2010 18:44:07



אזא שלא כענין'דיגע תשובה לא ראיתי מימי....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 18:53 לינק ישיר 

איך טראכט נאך אלץ וואס קען איך עם ענטפערן ווען ער זאגט דאך גארנישט,

איך בין ציגעקומען אז דאס איז די בעסטע תירץ,
כלשונו
אזא שלא כענין'דיגע תשובה לא ראיתי מימי....


אגב וויל איך וויסן אויב די האסט געליינט איין תגובה בעפאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 19:10 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
סקאט
"מיר אלע ווייסען דאס, נאך, פון פאר די דאזיגע פרשה, אז"

אלעס ביי אייך איז כשר וישר,
ווייל דאס איז א נאטירלעכע געוויקס ביי יעדע ארוני (ארוני בלאקיטש) 

אזוי ווי דאס האט מיט א מחלה (ארוני בלאקיטש) צי טון, און נישט מיטן מציאת,
קען נישט קומען א קאטשקע און עס אפ פרעגן,

אויב וואלט דאס באמת געווען די בעסטע, די שענסטע, די גרעסטע,
וואלט געקענט/געמעגט געשען א מוכשל, און מען וואלט דאס פאראכטן,

אבער אזוי ווי עס האט אייביג געהאט מיט א מחלה (ארוני בלאקיטש) אז ביי אינז איז די בעסטע, אזש אז אלע צדיקים אויפן עולם העליון קוקען אראפ, און ווינדערן זיך, ווער איז דער, אינטן אויף דעם עולם השפל וואס טוט אלעס וואס מיר האבן נישט געקענט טון בחיינו,
אזא מחלה קענסטו נישט אויסרעדן אפילו האסט געטראפן א קאטשקע וואס טוג נישט, איז וואס?  
האט זיך שוין וועגן דעם אויסגעהיילט די (ארוני בלאקיטש) אז מיר זענן די בעסטע, די שענסטע, די גרעסטע,
עס גייט נישט אזוי, ווילאנג זייער רבי איז אזא איינער וואס איז א שוטה רשה גס רוח, וועל זיינע חסידים עס אריבער כאפן,למחצה לשליש ולרביע


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/01/2010 18:36:37



איר זאלט מיר זייער מוחל זיין, אבער איר מעגט שוין וויסן מיין רעפיוטעישן אז ווי נאר א נושא ווערט פארשלעפט אין ווילדע וויטריאלישע קינדישע פארטיי שפעטערייען בין איך נישטא, איר האט געוואנען, זייט געזונט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 19:22 לינק ישיר 

ג"א מצטרף לדברי הר' סקאט

אסקופה הנדרסת
הק' גימפעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 20:20 לינק ישיר 

גימפעלע,
 ווען דו האסט א שאלה אין שטוב, גייסטו סיורטשן אין גוגל/אוצר החכמה עפעס א תשובה ספר, אדער דו רופסט אן א מורה הוראה?

איך ווייס נישט וויאזוי דו פירסטוך, אבער מאסט פיפעל פירען זיך אנצורופען א מורה הוראה,  ר' יחזקאל ראטה מגדולי מורי הוראה בדורינו, האט געענפערט פאר הגאון ר' משה פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר מהר"א ב.פ., אז מ'דארף כשר'ן די כלים, ער האט נישט געזאגט פון די קאטשקעס וואס לייגן רינדעכיגע אייער, ער האט נישט געזאגט, די קאטשקעס וואס האבן נישט קיין מסורה

ער האט געזאגט א פסק הלכה, ווער ס'האט אריינגענומען אין שטוב מאסקיווא קאטשקע פלייש (דעס וואס סקאטמאלן האט מיר נעכטן במסיח לפי תומו באשטעטיגט אז אויף דעם האט מען געמאכט דעם ריקאל)דארף כשרן די טעפ מיט אלע כלים וואס זענען געקומען אין באריר מיט דעם עוף.
 
דעס קענסטו פרעגן פון ענקער דיין ר' משה פריעדמאן אדער פון ר' יחזקאל אליינס, וויאזוי ס'איז דיר באקוועמער,

וואס זאל איך דיר זאגן, ס'איז א גרויסע רחמנות, אידן שומרי תומ"צ וועלן צוליב פארשטינקענע פאליטיק, זיך עקשנען ווייטער נוצן די טריפענע טעפ ר"ל, אלעס כדי ס'זאל ח"ו נישט שאטן פאר די מלוכה, ס'איז א רחמנות אויף יעדן וואס געפונט זיך אין יענע לאגער, מ'געט ענק נישט קיין מינוט צייט מ'זאל אפשטעלן א מינוט, וואס גייט דא פאר?! ניין ענקערע פאסטוכער מאכן זיכער אויף דעם און אויף דעם לייגט מען די העכסטע פריאריטעט, מ'זאל ח"ו נישט צוקומען צו זעלבסטשטענדיגע התבוננות, ווייל אויב יא וואלט שוין לאנג נישט געווען קיין 10 אידן דארטן, ווייל מ'קען נישט צו לאנג לעבן אין א בלאף ס'האט א גבול, אבער פאר דעם איז דא דער בלאט מיט דער כל העולם כולו אזוי אז אויב איינער הייבט ח"ו אן צו באקומען ספיקות זאל ער זיך גראד קענען זיך צוריכאפן, דער אייבישטער זאל זיך דערבארימען נאך פאר מ'וועט פארגלעטן ערגערע עבירות דעמאלטס וועט שוין זיין זייער שווער   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 ... 15 16 17 לדף הבא סך הכל 17 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.