|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:02 |
|
| |
די ארויניס האבן נישט קיין טרייפענע טעפ אינדערהיים, ווייל דער פאקט איז אז דער סתם המון קויפט קיינמאל קיין קאטשקע פלייש. אויסער דעם ווי געשמיסט האט רב בערקאוויטש געפסקנט אז ס'האט קיין שום חשש, בנוסף צו דעם וואס דער ייטב לב פסקנט אז צוליב מסורה דארף מען נישט כשרין, און איך גיי נישט פרעגן ר' יחזקאל ראטה ווייל איך האב נישט געקויפט קיין קאטשקע פלייש. דו יא? האסט שוין גע'כשרט דיינע טעפ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:33 |
|
| |
ווען כ'האב גערעדט פון כשר'ן טעפ האט זיך פון מיינע ווערטער פארשטאנען אז כ'מיין צו זאגן בכלליות דארפן "אלע ארונים" כשר'ן? נאכאמאל, ווען דו האסט א שאלה אין שטוב קוקסטו אריין אין יטב לב אדער דו רופסט אן א מורה הוראה? איך האב נישט מער ווי געשריבן וואס א אנגענומענע מורה הוראה האט געפסקנט אויף די מאסקאווי פלייש! יעצט טו ווי אזוי דו פארשטייסט! אמעסארי איך מיין נישט דיך, איך מיין צו זאגן ווער ס'האט גענוצט דע מאסקאווי
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:33 |
|
| |
סקאט און גימפל
איך האב חס ושלום נישט געמיינט אוועק ציפירן די שמיעס אויף ווילדע רעלסן,
עס קען זיין אז די ביטערע מציאות איז אויף ווילדע רעלסן,
און איך וועל עס נישט פארדרייען,
איך בין ביים אנרקענינג אז דאס וואס איך האב געשריבן דאס איז דער מציאות,
נאכדעם איך האב איבער געקוקט סקאטס פראפייל און דארט זעט אויס אז די הנחה וואס ער לייגט אראפ אז אזוי ווי עס פארט אוועק פון די גראדע רעלסן איז ער נישט דא,
דאס ווענד זיך ווי דער חמר שטייט איין וד"ל
און גימפל, האסט דיך תולה געווען און א אילן גדול מר. סקאט,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/01/2010 21:33:45
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:38 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | ווען כ'האב גערעדט פון כשר'ן טעפ האט זיך פון מיינע ווערטער פארשטאנען אז כ'מיין צו זאגן בכלליות דארפן "אלע ארונים" כשר'ן? נאכאמאל, ווען דו האסט א שאלה אין שטוב קוקסטו אריין אין יטב לב אדער דו רופסט אן א מורה הוראה? איך האב נישט מער ווי געשריבן וואס א אנגענומענע מורה הוראה האט געפסקנט אויף די מאסקאווי פלייש! יעצט טו ווי אזוי דו פארשטייסט! אמעסארי איך מיין נישט דיך, איך מיין צו זאגן ווער ס'האט גענוצט דע מאסקאווי |
|
די ערשטע מאל וואס איך הער אז אין סאטמאר טאר מען נישט אריינקוקן וואס עס שטיט אינעווייניג און מ'דארף בלינדערהייט פאלגן מורי הוראה.
איך מיין אז אויב ר' יחזקאל דינגט זיך אויפן ייט"ל דארף עס לכאו' מער באדערן ווי זיין הסכמה צום עירוב...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:45 |
|
| |
סקאט שרייבט אז ער גייט נישט פרעגן ר' יחזקאל ראטה ווייל ער האט נישט געגעסן מאסקאווי, רבונו של עולם! דו האלסט אין איין שרייבן פסקים אז מ'דארף נישט כשרן ברענגסט תשובה ספרים צוזאמען מיט GIMPLE פלוצלינג ווער איך געוואור אז ס'איז דיר ניטאמאל נוגע, וואס מישסטו דיך אריין אין יענעם'ס פלאנטער, וועם ס'איז נוגע זאל עס מברר זיין מיט זיין דיין אבער ווי קומסטו דא אריין?
אבער נישט פארגעסן, בני יואל שטעקט זיך איבעראל אריין זייער נאז!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:46 |
|
| |
ווייסט וואס איך טו ווען איך האב א שאלה, איך גיי ארויף אויף היידפארק זעהן צו א ניק פארציילט עפעס וועגן ר' יחזקאל ראטה און דאס פונקטליך טי איך.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:48 |
|
| |
די ערשטע מאל וואס איך הער דאס ווען איינער האט א יורה דעה שאלה קוקט מען אריין אין יטב לב,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:54 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | סקאט שרייבט אז ער גייט נישט פרעגן ר' יחזקאל ראטה ווייל ער האט נישט געגעסן מאסקאווי, רבונו של עולם! דו האלסט אין איין שרייבן פסקים אז מ'דארף נישט כשרן ברענגסט תשובה ספרים צוזאמען מיט GIMPLE פלוצלינג ווער איך געוואור אז ס'איז דיר ניטאמאל נוגע, וואס מישסטו דיך אריין אין יענעם'ס פלאנטער, וועם ס'איז נוגע זאל עס מברר זיין מיט זיין דיין אבער ווי קומסטו דא אריין?
אבער נישט פארגעסן, בני יואל שטעקט זיך איבעראל אריין זייער נאז! |
|
די אנדערע פאליטיק זאכן איז מיר פערזענליך יא נוגע? און דיר יא? דו האסט אמאל געגעסן קאטשקע? איינער דא אויף הייד פארק האט געגעסן די KJ קאטשקע? איך גלייב אז נישט, מ'זיץ מיר דא אויף היידפארק סתם להגדיל תורה ולהאדירה, זיך צו ענדשויען און ארומרעדן אקטועלע חסידישע פאליטיק, יעדער פארשטייט דאס, אין קיינער גייט נישט ארויסנעמען עפעס הלכה למעשה פון היידפארק, אויב יא פעלט יענעם א שרייפל, ממילא ווער נישט אזוי גערעגט און נעם נישט גארנישט דא פערזענליך.
מיט דאנק
סקאטמאלען
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 21:58 |
|
| |
ר' סענדר
מיטן איבערקייען אז מ'דארף פרעגן א מורה הוראה, טוישט זיך נישט דער מציאות. איך פרעג דיר נאכאאל (און בל"נ די לעצטע מאל אויב די תשובה דערויף וועט פארמאגן דער זעלבער כאראקטער ווי די פריערדיגע) ווי איז דער מקור צו אזא פסק תמוה אז צוליב א מסורה כשר'ט מען?
אויב ענטפערסטו אז ר' יחזקאל'ס פסק אין מהרהרין אחריו, בין איך נייגעריג;
1. אויב דו טראגסט מיטן עירוב כפי פסקו אויך.
2. צו די האלטסט א א"י איד דארף גיין צו בחירות ווייל אין להרהר אחר פסקם פון די גאונים, וואס פארשטעקן ר"י ראטה כבודו הגדול במקומו מונח...
תוקן על ידי gimpele ב- 19/01/2010 21:58:34
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:04 |
|
| |
| gimpele כתב: |  |
די ערשטע מאל וואס איך הער אז אין סאטמאר טאר מען נישט אריינקוקן וואס עס שטיט אינעווייניג און מ'דארף בלינדערהייט פאלגן מורי הוראה.
|
|
האסט נישט גענומען די גוטע ניק, פאר דע ווערטער דארף מען נעמן דיןתורה אדער גערעכטער1 ניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:20 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | גימפל איך בין נישט אינטייטלד פאר א ענטפער? |
|
און סענדרר וואס איז מיט מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:22 |
|
| |
וואס זאל איך אייך זאגן, יא קאטשקע נישט קטשקע יא מסורה נישט מסורה, די קר"יער רב איז מסוגל אויף אסאך אסאך הארבער'ס פון דעם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:27 |
|
| |
בקיצור לאמיר מאכן א סך הכל:דער קאטשקע מוסקאווי, האט עטליכע פראבלעמען: ס'איז דא וואס שרייבן אז דער זכר פון דעם מין איז א דורס, וואס דאס איז א סימן עוף טמא. ס'איז דא וואס שרייבן אז די אייער פון דעם קאטשעקע האבן סימני טומאה. אפילו אויב אלעס וואלט געווען גוט, איז דא א פראבלעם פון מסורה, אז וויבאלד מיר ווייסן נישט קלאר די סימני עוף טהור, קען מען נישט נוצן א עוף וואס מען האט נישט גענוצט במסורה, אפילו אלע סימנים זענען טהור.
לגבי דעם מאסקאווי, הגם עס איז דא מתירים, (און עס איז וויכטיג צו דערמאנען אז טייל מתירים באציען זיך בלויז צו א געוויסן חלק פון די שאלה, למשל נאר אויף "מסורה" וכדומה), איז עס ביי אונז אנגענומען אלס ספק עוף טמא.
איך ווייס אז מיט פראפעגאנדע, קען מען אהערשטעלן כאילו ס'איז מותר לכתחילה, און מען קען אפילו שרייבן אין בלאט וואס א גאון דער דברי מלכיאל איז געווען, און ס'איז אמת אויך. און אראפלייגן וואס א ווינדעליכער צדיק און מחמיר ר' אהרן איז, אז לפני ולפנים משורת הדין איז ער עפעס חושש, אין די צייט וואס אלע גדולים דיינים און שוחטים זאגן קלאר אז מען דארף נישט. פשוט ער האט א אבסעסיע צו כשרות... און די גאר גרויסע חסידים וועלן אפילו מיינען אז מוסקאווי קאטשקעס איז א הידור... אבער יעדער ווייסט ווי פאלשט דאס איז.
די עיקר טענה וואס מען האט אויף קרית יואל, אז אין די רגע וואס זיי זענען געוואויר געווארן אז ס'איז דא א פראבלעם, אנשטאט צו מודיע זיין פאר זייערע קאסטומער דערפון, האבן זיי דעם ערשטען פראבלעם געהאט וויאזוי צו באשמוצן דעם רב המעורר, און וויאזוי צו לייקענען און פארשטילן די זאך. וואס דאס איז א געפערליכע עוולה, אז ביי די בית השחיטה איז פראפעגאנדע דאס וויכטיגסטע, און הערשט נאכדעם קומט כשרות.
אויף די שאלה צו מען דארף למעשה כשר'ן, דער אמת איז אז דאס דארף א מורה הוראה פסק'ענען, פאר ווער עס האט די שאלה. אויף די שאלה צו מען דארף כשר'ן וועגן מסורה. די מוסקאווי קאטשקעס האבן נישט "נאר" דעם פראבלעם פון מסורה, נאר וועגן סימני טומאה אויך, ממילא קען זיין אז מען דארף יא כשר'ן.
במציאות ווייס איך פון א קעיטערער, וואס זיין רב המכשיר האט אים געהייסן כשר'ן פון די קרית יואל'ע פלייש, אבער דאס מוז נישט זיין אז מען "מוז", נאר קען זיין אז יענער איז אויך אבסעסט מיט כשרות, און האט עס נאר געטאן לחומרא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:29 |
|
| |
איבער די בחירות און עירוב, איז דא אנדערע פוסקים להחמיר וועלן איך פאלגן די מחמירים, דא איז אויכעט דא לכאן ולכאן, יעדער יר"ש וועט דא בוחר זיין דעם פסק לחומרא, אויסער די ארונים וועלן זוכן תשובה ספרים להקיל, ווייל ס'קען שאטן די מלוכה. דאס אלעס וואס כ'האב געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:30 |
|
| |
וואס? די גלייכסט נישט ר' אהרן'ען? פארוואס? איך האלט ס'קומט זיך איהם אסאך קרעדיט פאר אסאך גוטע ענינים וואס ער האט אויפגעטאן, דארפסט איהם נישט אזוי אראפרייסן, ער מיינט עס לשם שמים, נישט אומזינסט זעהט מען אזויפיל ברכה וסייעתא דשמיא בעמלו. איך האלט דו זאלסט זיך איבערטראכטן דיין קעגנשאפט צו איהם.
|
|
|
|
|