איך האב געהערט אז דוריש בייניש (די אנפירער פון בג"ץ הציוני) האט פערזענדליך אינטערווירט אז דער גאון הגאונים זאל קומען זעהן פון די נאנט וואספארא גוטע דשאב זי מאכט
Inside Arguments Going On By Zalmen If To Fly To Israel Or Not, Der Yid Don't Write Anything Yet,
נשלח ב-15/1/2010 01:30
איך פארשטיי נישט דער איד אפיס האט דאך שוין געמפוט אויף ארץ ישראל, מיט צי האלטן פין די נאנט די גאנצע וויזיט, יעצט אויב ער קענסלט דער באזיך אויף ארץ ישראל איז די גאנצע מופעריי לריק רח"ל.
נשלח ב-15/1/2010 01:46
די מחלוקה איז שוין דאס 867'סטע זייט רז"ל איז געווארן רבי. מען קען זען אויף אלע זיינע חסידים איבער די וועלט, אן אנגעזעצקייט, א דיפרעסיע און א טאטאלע דעמאראלאזיציע. וויפיל מען פראבירט צו האלטן די מחלוקה אין דער שטיל, געלונגט דאס נישט. יעדעס מאל געלונגט פאר רבי יונה אפירצוקומען מיט די ריכטיגע שפיאנאזש. פארפאלן, עפעס א גייסט איז דא אין הויז ביי רז"ל אז אלעמאל טוט זיך דארט אויף טישן און בענק.
שכלדיג איך האב מיטלייד מיט דיר אבער משה גבאי איז סייווי בעל בעה"ב איבער די בג"ץ ענין אין ער וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון די טמאנעם בג"ץ
נשלח ב-15/1/2010 02:28
דער בראך איז אז זיין אונטערטאן דער הולך לבג"ץ הציוני מיטן פיס אויפן נוגארט מוז אים נעבעך נאכטאנצן.
הה"ד אבי נישט צווישן אידן.
נשלח ב-15/1/2010 02:31
ביזט גערעכט אז די פראבלעם ביי דעם קעיס אין בג"ץ איז מען תלוי אין משה'ן און פארדעם האלט דאס וואו עס האלט אבער אין אזא צייט איז בואו חשבון מען דארף צוקומען צו אַ בוררות וואס שנעלער און זיך אפלאזן פון די בג"ץ
נשלח ב-15/1/2010 02:50
ערענסט גערדט די נעקסטע וואך גייט אויפטרעטן א געוויסער העצער פון די רעכטע עקסטרעמיסטן -א. ק.- אויף די ראדיא הער איך א שמועס אז מ' זאל אריין קאלען זאגען אזער זאל אויפהערען צי רעדען אין אונזער נאמען וואן ער מאכט א געוואלדיגע התגרות באומות בפרט ווען ער רייסט אראפ אזוי געמיין די אמעריקאנע פרעזידענט פארען טרייען צי ברענגען א שלום דארטען אין אר"י וואס ס'איז א געוואלדיגע סכנה פאר אלא אידן ח"ו, אין אים זאגען אז אין לנו חלק ונחלה מיט די גאנצה מרידה אין התגרות. אבער איינער האט ארויפגעברענגט אז ער קען נאך צירוק שליידערען (זיי האבען דאך נישט קיין שום אחריות אין חשבון) אז ס'איז דא וואס גייען אין די בג"ץ אין ארנקענען געהריג זייער מדינה רח"ל אין די חיש"ש וועט נאך ח"ו זיין פיל ארגער, במילא בארעכנט ענק גיט אין וואספארא סכנה עטץ לייגטץ אריין כלל ישראל ח"ו פאר אני ואפסי רח"ל