| נשלח ב-17/1/2010 16:22 |
|
| |
חיים שלמה קומט מיט ר' מענדל און ר' זאנוויל פאגעל ברענט
יעדער ווייסט אז צו פארדאנקען די מוסדות פון ר' אהרן אין ירושלים, איז נישט פאר ר' אהרן זעלבסט, און נישט פאר יצחק ראזענבערג און נישט פאר אנדערע אהרוני שישקעס, נאר פאר איין מענטש, ר' שמואל זאנוויל פאגעל, וואס שטייט צו די רעכטע האנט פון ר' אהרן נאך מיט 20 יאר, זייענדיג דער איינציגסטער "מיטעלמאן" וואס גייט אמת'דיג און פייער פאר זיין רבי'ן, אזש אז ווען ר' אהרן איז צובראכן איז ער אויך שרוי בצער, און אז ווען ר' אהרן איז שטארק בשמחה איז ער אויך בשמחה.
און אויב שרייבן די אהרונים אין ירושלים א טאוועל אויף זייערע מוסדות "בהתייסדות כ"ק וכו' זי"ע" זענען זיי ליגענער און בלאפער, ווייל זיי קענען רואיג שרייבן בנשיאות ר' שמואל זאנוויל פאגעל וועלכער האט עס אויפגעבויעט פון די ערשטע מינוט און שטייט ביים רידער עד עוצם היום הזה.
ר' שמואל זאנוויל האט זיך א תקופה באזעצט אין קרית יואל אין מאנארא, און איז ביז א האלבע ימאר צוריק געפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, זיין צוריק פארן קיין ארץ ישראל איז געווען פארמיט מיט מיסטעריזקייט, קיינער האט נישט געוויסט פארוואס, אבער יודעי חן האבן געוויסט צו זאגן אז וואוינענדיג אין קרית יואל איז אריבערגעלאפן א שווארצע קאץ צווישן עם מיט דעם הויפט גבאי'ן חיים שלמה פישער, און זענען געווארן צווי אידן השונאין זה לזה, די סיבה דערפאר איז, ווייל ר' שמואל זאנוויל האט צוגעזען פון זיין פעטער דער יועץ פרטי אהרן מתתי' דייטש ווערט דערווייטערט פון די הויפט פאזיציע ביי ר' אהרן אינדערהיים, און חיים שלמה ווערט דער פולמאכטיגער בעלעבאס איבער אלעם,דעריבער אזוי ווי יעדעס מאל וואס ער איז אריין אל הקודש פנימה, האט ער זיך צוהאמפערט מיט חיים שלמה האט מען עם מייעץ געווען "גוטע ידידים" אז אויב וויסטו נישט אויסקוקן ווי ר' אורי שווארץ און ר' דוד פערל, ביטע פאר אהיים קיין ירושלים, און פון דארט פיר אן דיינע ברייטפארצווייגטע געשעפטן, וכך הוה, דער איד האט מקיים געווען די קלוגע עצה.
מיט דעם אלעם איז די באציאונגען פון ר' שמואל זאנוויל מיט חיים שלמה אנגעצויגן ביז גאר, און זיי פירן איינער קעגן צווייטן א שטילע פארמעסט וועלכע ענטהאלט אין זיך השמצות מיט אנדרייעריעען איינער אויפן צווייטן, וואס נעמט נישט קיין עק.
ווי באקאנט זונט ר' מענדל טייטלבוים'ס איידעם שיחי' לאויט"א איז געווען אין שפיטאל,קומט ר' מענדל צופארן יעדן יאר ווינטער אויף א שבת קיין מירון מיט די ירושליימער אהרונים, איך וועל נישט אריינגיין און דיסקוסירן דאס עצם שבת אין מירון מיט ר' מענדל וועלכע איז גאר אן ערענסטן פראייעקט פאר זיך, וועלכע עס ווערט געפראוועט יעדעס יאר בימי השובבי"ם מיט בכיות נוראות פון ר' מענדל איבער דעם חטא וכו'.
איך וועל צוקומען צום פוינט, דער שבת התאחדות מיט ר' מענדל אין מירון איז אויך איינע פון די פראייעקטן וואס ר' זאנוויל האט אנגעהיבן און איינגעפירט, וועלכע איז מאחד זייער קהלה, און ראטעוועט זיי אפ פון די רשעות'דיגע נעגל פון דעם רינדעכיגן יפו'ער שליבאוויץ'ער שיכור.
אבער חיים שלמה פישער טוט פאר זיינע אייגענע מאכט אינטרעסן פארפאקן די הייליגע מערכה, און האט באשלאסן מיטקומען קיין מירון צוזאמען מיט ר' מענדל, און ווייזן דערמיט פאר ר' שמואל זאנוויל פאגעל, אז אפילו אויף דעם שבת התאחדות איז אויך דא א בעלעבאס, און ער קומט צופארן צוזאמען מיט ר' מענדל.
וואס ר' שמואל זאנוייל פלאנט צו טאן ווייס איך נישט, אבער ווי איל הער פון זיינע נאנטע גייט ער נישט שווייגן.
תוקן על ידי סוג ב- 17/01/2010 16:35:02
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 18:27 |
|
| |
סוג וואלט זייער גיוואלט פארשאפן עפעס א מחלוקעלע ציווישן חיים שלמה מיט שמואל זאנוויל, אזויווי משה גבאי מיט שמואל טייטלבוים, אבער סיארבייט נישט ווייל חיים שלמה איז כסדר מכבד שמואל זאנוויל מיט כיבודים, ער ווייסט ווי שטארק דער רבי שליט''א איז עם מחבב, אין אזוי אויך דער רב שליט''א, אפילי ביי די נסיעה קיין ירושלים ווי ש/מואל זאנוויל איז גיווען דער אנפירער, האט חיים שלמה גיריפן שמואל זאנוויל ער זאל ארויף אויפן טיש טיילן די שריים, אלזא, סאיז נישט ווי ביי די זאלונים, יעדער איז כאיש אחד בלב אחד להגדיל התורה ולהאדירה, דער שבת אין מירון פארשפרעכט צי זיין א שבת וואס ארץ ישראל קיקט שוין ארויס דערויף, הונדערטער אידן פין פרעמדע קרייזן קימען ציפארן זיך מסתופף צי זיין ביים רב שליט''א, אין די זאליס/חיים הערשעלעך שטייען אין פלאצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 19:56 |
|
| |
ר' שמואל זאנוויל פויגל איז געפארן אפנעמען חיים שלמה מיט יעקב זוסמן סופר מיט א משלחת פון ירושלים און עירעפארט!! אזוי אז עס איז נישט קיין שום מחלוקת!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 20:34 |
|
| |
גערעכטער1
ווי שטארק ר' שמואל זאנוויל פאגעל האט זיין אהבה צו חיים שלמה פישער וועסטו דערציילן פאר דיין עלטער באבע, וועט מעיד זיין די פאקט אז ר' שמואל זאנוויל האט אפילו נישט געוויסט ביז שבת אז חיים שלמה קומט צופארן קיין ארץ ישראל.
בכור שוטה פרובירן זאל ר' שמואל זאנוויל נישט פארן מקבל פנים זיין, נאר דאס פעלט עם אויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 21:25 |
|
| |
דע זאליס זענען נעבעך ציריק גיבליבענע קינדער, מקען מיט זיי נישט טענהן, אויב איז חיים שלמה מכבד שמואל זאנוויל איז דאס ווייל ער וויל וואזן אז ער איז בעלבאס, אויב איז שמואל זאנוויל מכבד חיים שלמה, איז דער תירוץ, פרובירן זאל ער אז נישט, אויב פיקט ער עם אויף זינטיג ביים עירפארט איז דער תירוץ אז פראטיג האט ער אפילו נישט גיוויסט אז ער קימט, מיט אזעלעכע חכמים פארשטייען מיר פארוואס זיי האבן פאללאקס לאט, אין מע האט פארשפארט די רעבעצין קרעטשמע,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 21:25 |
|
| |
איז נישט שמואל זאנוויל אליין אמאל געווען א קאנדידאט צו ווערן גבאי פון ר' אהרן?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 21:26 |
|
| |
סוג!! עס איז שוין א רעדע פין צוויי וואכן אז ער קומט אויף מנוחה און ירושלים. נאר מען האט נישט געוויסט אז ער וועט אויך קומען אויף מירון...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 21:30 |
|
| |
סאיז קיינמאל נישט גיווען קיין קאנדידאטן ווייל חיים שלמה איז דער גבאי נאך אלץ קרית יואלער רב, אין מעהאט קיינמאל נישט גיזיכט קיין נייע גבאים, דאס איז א זאלי געבעקטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 02:27 |
|
| |
בכור שוטה
דאס אז יעדער ראצער אין בני ברק האט שוין געוויסט צווי וואכן בעפאר אז חיים שלמה קומט צופארן, און נאר ר' שמואל זאנוויל האט נישט געוויסט, (און ווען איך זאג אז ר' שמואל זאנוייל האט נישט געוואוסט ווייס איך וואס איך זאג) דאס זאגט אלעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 03:55 |
|
| |
סוג/יוסף90/קבלת פנים/YUCHW דאס צו ר' שמואל זאנוויל האט געוויסט צו נישט ווייסעך נישט, אבער אפשר בוסטו מסביר פארוואס די משלחת נגידים וואס האט געזאלט קומען פון אמעריקע צוצוגרייטן דעם שבת פרה באזוך זענען נישט אנגעקומען??????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 20:16 |
|
| |
| סוג כתב: |  | גערעכטער1
ווי שטארק ר' שמואל זאנוויל פאגעל האט זיין אהבה צו חיים שלמה פישער וועסטו דערציילן פאר דיין עלטער באבע, וועט מעיד זיין די פאקט אז ר' שמואל זאנוויל האט אפילו נישט געוויסט ביז שבת אז חיים שלמה קומט צופארן קיין ארץ ישראל.
|
|
דאס האב איך באקומען אין תיבה פרטיות, יעצט רעדט ווייטער

ווארט נאר, יעצט גייט קומען א גיטס
תוקן על ידי דיןתורה ב- 18/01/2010 20:16:45
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 20:20 |
|
| |
דין תורה דאס האבון גישריבן די זאליס פין כולל מצויינים, שמואל זאנוויל פויגל האט אפילו נישט גיוויסט!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 21:57 |
|
| |
דיןתורה
אפשר דערציילסטו פאר די ליינער ווען מ'באט געהאנגען דעם ברוך הבא, נעכטן אדער היינט,אדער פאר שבת.
וועמען פארקויפסט ליגענט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 22:31 |
|
| |
זייער א שוואכע ספין..... די האלטס טאקע אז מ'האט עס אויפגעהאנגען ווייל סוג פין היידפארק האט געפענט א אשכול קעגן ר' שמואל זאנוויל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:37 |
|
| |
דין תורה איך בין זייער טשעלעס אויף דיין תיבה פרטיות, ווי אזוי מאכסטו דאס אלץ צי באקומען עפעס, קען זיין דיין תיבה איז אויף סרעטש ענטשענט,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:46 |
|
| |
רוב ניקס פין מהר''א שרייבן נישט דא אין זיי ווייסען אז איך וועל קענען באשטיין עס ארויפצולייגען
סיי וויאזוי, די צעטיל דארף נאר זיין א דורכפאל פאר סוג, כ'זעה נישט פארוואס די נעמסט דאס פערסענאל חוץ אויב ס'דיין ניק
|
|
|
|
|