די סיבה פארוואס איך האב איך גענומען די מי און צייט צו שרייבן איבער משפחת טענעבוים איז ווי פאלגענד:עס איז שוין היינט צו טאגס גוט באקאנט פאר אלע חרדישע אידן בכלל און פאר סאטמארע חסידים בפרט אז "מלכות סאטמאר" איז נאר דא "איינס". דאס אז די "הולכי ערכאות עולמי" זענען נישט אנגעקומען צו וואס זיי האבן לאנגע יארען געפלאנט, געהאפט, געגארט, געחלשט, געפייגערט צו ווערען, איז היינט א געשעעהנעער פאקט און דאס לייקענט קיינער נישט. יעדער ווייסט היינט אז געבליבען איז היינט פון דעם גרויסען מעכטיגען תקיף ובעל יכולת, בלויז בילדער. אלע זיינע טישן, מסיבות, וואס זיי מאכן, איז היינט געווארען צו "ווייזען" זייער מעכטיגקייט. אלע זייערע מעשים האט זיך פון רעאליסטישקייט אריבערגעפירט צו מאטרעאליסטישקייט. דאס איז שוין יעדער מודה.
אזוי אויך אז די אלטע פארביסענע ווערעמדיגע משוגענע בני יואל'ס זענען נישט אנגעקומען און ערגעץ איז שוין אויך יעדער מודה, אז זיי האבן קום עטליכע הונדערט קינדער אין זייערע גע'אסר'טע מוסדות איז א פאקט וואס מען קען נישט פארלייקענען, דאס אז זייער רוחניות און מיידל סקול איז נידריגער ווי סיי ווי איז אויך א פאקט וואס מען קען נישט פארלייקענען, דאס אז זיי ווייסן נישט וואס עס מיינט זיין דבוק און א צדיק אמת איז שוין אויך יעדער מודה, דאס אז זיי זענען אינגאנצן אויסגעשפיגן פון כלל ישראל איז א מציאות, דאס אז זיי היטן נישט קיין תורה ומצוות נאר וואס עס שמעקט זיי קען מען נישט לייקענען אפילו מען וויל, דאס אז שיעורי תורה איז ביי זיי נישט קיין ארטיקל אין אויך יעדער מודה, דאס אז 99% ביי זיי איז מענטל העלטה קראנק וועט יעדער דאקטער מעיד זיין, דאס אז זיי וויסן נישט פון קיין ביטול פאר צדיקים פונעם פריערדיגן דור קען זיך יעדער אליין איבערצייגן, ועוד ועוד ואכמ"ל
האב איך געשריבען "יעדער"? אויב יא, צו איך צוריק. עס איז נאך נישט יעדער מודה. עס איז פארהאן בלויז איין משפחה וואס האט אמאל באלאנגט אין סאטמאר וואס ווייסען נאך נישט, און ווילן נישט איינזעהן די מציאות, וואס יעדע נארמאלער מענטש איז שוין מודה היינט ווינטער תש"ע. און דאס איז די באוויסטע טענעבוים משפחה.
און אט פאר די משפחה ווידמע איך מיין ארטיקל. ווי עס איז באקאנט פאר אלעמען, איז די איינציגסטע פלאץ וואו בני יואל מיט די זאליס זענען די שטערקסטע אין די וועלט איז "הייד פארק". אין הייד פארק ווערען געשריבען אזעלעכע נארישקייטען וואס לאזט דעם ליינער'ס מוח פארטעמפט און פארשטאפט. פון הייד פארק ווערען אלע מעשיות טראנספארמירט צום איד אדער צו זייער אייגענע שונד בלעטעל CHOMAS HADAS דארט ווערען יעדען איינציגען טאג געשריבען אזעלכע גראבע אפגעריסענע שטותים אז עס איז שוין נישט פארהאן קיין איין איינציגער וואס גלייבט איין ווארט.
זייערע אינטערנעט כוחות מיט וועבסייטס ובראשם הייד פארק, גייען שוין אן יארן. יעדע וואך איז דארט דא כאטש איין מעשה וואס רבינו שליט"א זאל האבן געטוען עפעס אנטקעגן די תורה, אדער די ראשי קהילה. עס איז שוין נישט אפילו דא איינער וואס ווענדט עס אפ ווייל אזאך וואס חזרט זיך איבער וועכנטליך איז שוין אפילו נישט שייך צו שפילן נצחון...
אפגערעדט וואס אויף הייד פארק איז רבינו שליט"א משנה יעדע זאך וואס מען האט געזעהן ביי די פריערדיגע צדיקים, און איז דער וואס ארבעט מיט שווערע כוחות אז אמעריקע זאל צוריק אויסקוקן ווי אמאל, ווען עס איז נישט געווען קיין כשרות און ערליכקייט, ביז דער אייבערשטער ברוך אשר לא השבית לנו גואל האט ברוב רחמיו וחסדיו געשאנקען פארן דור דעם מעכטיגען משפחת טענעבוים אז זיי זאלן זיין זיינע שומרים און מגלה זיין די אלע פרצות און שערריה'ס.
אצינד לאמיר אביסל איבערגיין און זעהן ווער איז די הייליגע משפחה וואס זענען זייערע אויפטוען און אזוי ווייטער
צום ערשטן לאמיר זעהן ווי אזוי קוקט אויס זייער דאווענען וואס ווי באקאנט בשם צדיקים אז מען וויל זעהן ווי אזוי א איד פירט זיך אויף זאל מען קוקן ביים דאווענען, זייער דאווענען קוקט אויס בערך אזוי: קודם איז מען מקיים די מאמר חז"ל חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת, זיי זענען דאס מקיים מיט אלע חומרות אפילו צולייגענדיג מער ווי איין שעה, און רעדן דעמאלט צוזאם כל דבר ... על ה' ועל משיחו, דערנאך ווען עס איז שוין לכל הדיעות נאך זמן תפילה שטעלט מען זיך דאווענען, ווי אזוי דאס דאווענען קוקט אויס וואלט איך יעדעם איינגעלאדענט אליין צו קומען און עס זעהן, וויפיל שחוק וקלות ראש עס גייט אן אינמיטן דאווענען, (ב"ה אז היינט קומט עס שוין נישט פאר במקום שהתפללו אבותי רביה"ק נאך דעם וואס געלויבט דער אויבערשטער איז דער מקום פארשפארט).
שבת האבן זיי אן אייגענער ביהמ"ד, וואס איך האב אמאל געהאט חשק צו אליין זעהן ווי אזוי עס קוקט אויס די ביהמ"ד פון "קהלות היראים" בין איך אליין אהון געגאנגען, נאך עטליכע לאנגע מינוטן זיכן האב איך ענדליך געטראפן די טיר וואס פירט אראפ צום בעסמעינט פון ק"ק טשאטה אריינקומענדיג האב איך מיר געווינדערט האיך יכנס כל הפשתן הזה, איז דאס טאקע דער ביהמ"ד ווי עס דאווענען הונדערטער און אפשר טויזענטער אידן, איז דאס טאקע דער ביהמ"ד ווי מען פירט כלל ישראל, עס פיט דאך אריין קום 60 70 מענטשן, אפי' זיינע ברידערס וואס האבן אויך בתי מדרשים אין קרית יואל האבן שוין גרעסער בתי מדרשים, און אפילו א מקוה, און דווקא דער ברידער וואס פירט כלל ישראל האט נישט קיין מקוה, און א פיצל ביהמ"ד.
מיט א תמימות גיי איך צו צי איינע פון די מתפללים און פרעג אים ווי איז די ישיבה?, וואס הייסט פרעגט ער מיר, וועלכע ישיבה?, איך קוק עם אינגאנצן פארווינדערט, טשאטהע ישיבה, יענער לאכט טשאטה האט נישט קיין ישיבה, און א כולל יא? געב איך אים א פרעג, ווייטער די זעלבע געלעכטער, איך טראכט ביי מיר וואס הייסט בין איך אפשר משוגע, איז אפשר אריין און מיר א דיבוק, איך האב דאך קלאר געזעהן ווי ער שרייבט זיך אינטער ר"מ טשאטה, און אזוי אויך מאכט ער יעדעס יאר א דינער פאר זיינע "מוסדות", יא! יא! דאס איז נישט די ערשטע שקר פון זיי.
די משפחה האט שוין א בית דין וואס קען מחרים זיין לעת הצורך, מתיר זיין עגונות וד"ל, גיין אין ערכאות ביי אייגענע אינטערעסן וד"ל, פארן מיט על-אל ווען עס פעלט זיך אויס, נאר ווען מען האט חתונה מיט א פרוי פון ארץ ישראל וואס וויל נישט אוועק מופן פון אירע עלטערן גייט מען צום קאנסול פון ארץ ישראל זאגן איני מכיר אזוי אז מען פארשיקט פון ארץ ישראל און די פרוי בלית ברירה מיז אהער קומען וואוינען (קצרתי במקום שאפשר להאריך),
מיר געדענקן נאך זייער גיט וואס נאך יארן וואס מען האט געוואלט ווייזן פאר די וועלט אז מיר קענען אלעס אליינס, און נישט געוואלט פארקויפן די חמץ דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מען האט עס אליינס פארקויפט האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט במשך 8 יאר פארקויפט די חמץ פאר א גוי וואס זיין מאמע איז א "איד" (דער גוי דזשאסעף וואס פלעגט ארבעטן אין ילד).
מען קען אנפירן פראטעסטן אין די גאנצע וועלט אבער נאר ווען עס איז אנטקעגן די דעת פון רביה"ק בעל דברי יואל זצוקללה"ה, אלע פראטעסטן אנטקעגן די ציונים ימ"ש וואס איז אנגעפירט געווארן דורך זיי איז נאר געווען און אזעלכע צייטן וואס רביה"ק בעל דברי יואל זצוקללה"ה וואלט נישט געלאזט (כמבואר ע"י הרהה"ח ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א), אבער אין די אלע פארגאנגענע יארן בימי רביה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה זענען זיי קיינמאל נישט געקומען צו פראטעסטן.
אצינד ביי די סכסוך פון בית פיגא וואס איז שוין קלאר פאר יעדעם ווער עס וויל גיין צו דין תורה און ווער נישט, ווייסא מען ביי די משפחה גארנישט, מען נעמט צוויי ערליכע אידן תמימי לב הרה"ג משארמאש והרה"ג קויפמאן, און מען מאכט א פסק דין און מער ווייסט מען נישט, און ווען מען באקומט אן הזמנה שרייט מען איך דארף נישט גיין צו דין תורה.
און די אלע יארן וואס עס זענען געווען מחוצפים אנטקעגן רביה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה האט זיך קיינמאל נישט געפינען קיין מחוצף וואס זאל פארלאנגען א פערמיט צו מאכן פראטעסטן, אפילו דער מסור הידועה האט זיך דערצו קיינמאל נישט געוואגט, ביז עס איז אפיר געקומען איינע פון די חשובע משפחת טענעבוים (וואס אגב איז ער דער באום פון די משפחה, ווייל ער דרייווט א קאר), און זיך געוואגט צו פארלאנגען א פערמיט אנטקעגן רבינו שליט"א, און דא דארף מען טאקע ארויסברענגן לשבח די חשובע הנהלת הווילידזש פארן מקיים זיין לא תגירו בפני איש.
אצינד איז מען פארנומען מיטן עירוב, מען קוקט עס איבער און מען פארעכט ווייל עס האט ביז היינט נישט געהאט קיין השגחה, וויל איך ענק פרעגן א פשוטע שאלה, ווי אזוי האט עטץ געטראגן ביז היינט אדער איז עס כשר נאר עטץ זענטץ פשוטע היפאקריטאן אדער זענט עטץ פשוטע מחללי שבת.
בשנת תשנ"ה ווען מען האט בפקידת רביה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה להוראת שעה נישט געלאזט אז די ווערעמיגע קרעציגע משוגעים זאלן קומען צום ציון פון רביה"ק בעל דברי יואל זצוקללה"ה ביומא דהילולא כ"ו אב האט דער מיסטער טענענבוים געהאלטן א דרשה פאר די איבער א מנין קרעציגע אידן וואס זענען זיך צוזאם געקומען הערן זיינע דברי דופי, אז רביה"ק ליגט שוין מער נישט דארט ברוב קדישתו האט ער נישט געקענט אויסהאלטן צו ליגן אין א מקום ווי עס זענען בעה"ב די חברה קדושה [וואס לשיטתו המסולפת פירן זיי זיך נישט ווי עס דארף צו זיין], אשר ע"כ דארף מען מער נישט גיין צום ציון, עטליכע יאר שפעטער ווען מען האט בפקידת רבינו שליט"א אראפ גענומען די הוראת שעה זענען זיי פלוצלינג געקומען צו לויפן צום ציון, וואס גייט פאר רביה"ק איז דאך נישט דארט, און אזוי אויך די בזיון המת וואס זיי האבן געמאכט בעת די פטירה פון רביה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה אז מען טאר אים נישט לייגן נעבן רבי'ן וואס איז ער איז דאך שוין נישט דארט, נאר דאס איז אלעס א חלק פון ענקער היפאקריזם.
המשך יבא
(אזוי ווי איך מיז יעצט מפסיק זיין, וועל איך מיר דא אפשטעלן און איך וועל אי"ה ממשיך זיין, איך שיק ענק שוין די בריוו אפי' עס איז נאך נישט פארטיג ווייל יעדע מינוט איז טייער וד"ל)
איך וויל נאך שרייבן וועגן ענקער טייערער איידעם מיט די white sooks
און איך פעלט זיך נאך אויס א לאנגע אריכות וועגן די chomas hadas
אזוי אויך בנוגע ענקער מערכה אנטקעגן די צייטונגען
ועוד ועוד אי"ה
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/01/2010 19:48:50