בית פורומים כל העולם כולו

קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2010 23:11 לינק ישיר 
קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!!

לא יאומן כי יסופר!!!
 
עס איז נישט דא די ווערטער, די פענע בלייבט פשוט שטיין נישט קענענדיג ארויס ברענגען די שרעקליכע געמיינע נידיריגע ליצי ליצנות, וואס די זאליס טוען מיט מרן רבינו הקדוש והטהור בעל דברי יואל זי"ע.

די זאליס האבן געמאכט א גאנצער אפאראט, א פליג בלעטעל, אינטערנעט, טעלעפאן ליין, צו באיינפלוסען אלע ציונים, מחללי שבתים, פרייע אידן, א.ד.ג. אז זיי זאלן פראווענען אינאיינעם די גרויסען יאר טאג 60 יאר וואס רביה"ק זי"ע איז געקומען אויף אמעריקא, און זאלן שטיצען די זאלי גע'גנב'טע מוסדות.

די זאליס פרובירען מיט אלע כוחות אהער צו שטעלען רביה"ק זי"ע, אז ער איז געווען גענוי ווי שלמה קאלבאך!!!

רחמנא ליצלן!!!

פונעם ליצי ליצנות פליג בלעטעל, ווי זיי זענען מבזה רביה"ק זי"ע באופן נורא, האט איר דא א קאפיע, זיי טיילן דאס, און שיקן דאס אויף די פאסט פאר די אלע מיני אידן, און געוועזענע אידן, פארשטייט זיך אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט ח"ו, אז מרן רביה"ק האט לוחם געווען מיט מסירות נפש קעגן ציונות, והתבדלות, וכו', אפילו דאס אז ער האט לוחם געווען קעגן מחללי שבתים ווערט ח"ו אויך נישט דערמאנט.

אפען טעלעפאן ליין, הערט מען דרשות אויף ענגליש איבער וואספארא פיינער לאוולי מענטש רביה"ק זי"ע איז געווען, ווי שלמה קאלבאך, דער געלער בדחן - וואס רביה"ק זי"ע האט מרחק געווען - האלט דרשות אין ענגליש מיט פריש געבאקענע מעשיות, ווי אזוי רביה"ק זי"ע האט מקרב געווען אלע מיני אידן, כל צרוע וכל זב.

א גאנצער אפאראט אהער געשטעלט דורך די זאליס: רעבע זכרונו לברכה 2010!!

2010 איז דא א נייע רעבע זכרונו לברכה, א רעבע זכרונו לברכה וואס גייט בעטן געלט פון אלע ציונים, רייע אידן, מחללי שבתים, וכו', התבדלות אין גארביטש, די רעבע זכרונו לברכה איז געווען פונקט ווי שלמה קאלבאך!!! וואס האט ליב געהאט יעדער מחלל שבת, יעדער ציוני וכו'.

לויט ווי מען גיט איבער איז אריינגענומען געווארן אינעם קאמפיין דער ממלא מקום פון שלמה קאלבאך, יודא גרין.

אט אזא פנים שטעלן די זאליס די נייע: רעבע זכרונו לברכה 2010.

און מען איז נאך נישט פארטיג! נאך א ליצנות און פורים! דערצו קומט א קוויטל אויף ענגליש ווי די ציונים, מחללי שבתים, קענען שרייבן זייער נאמען, און דער ענגלישער קוויטל גייט מען לייגן ביים ציון הקדוש, ווי אויך גייט מען צינדען א ליכט ביים ציון הקדוש לטובת די נשמה פון די ציונים, פרייע אידן וכו'!!!

פארשטייט זיך אז די זאליס וועלן זיך ווייטער אנטאן דעם ריזיגען ביבער היא, און זיך איינקנייטשען אין צווייען, זיך איינציען די שטערן, און שרייען און ברעטשענען רעבע זכרונו לברכה...

יא אז 2010 רעבע זכרונו לברכה הייסט מיט מסירות נפש, און גאר געזאגט אז עס איז א מצוה... צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ, און מען האט א רעבע אן ע"ה, א בארא פארקער רעבע, איז שוין נישט קיין קשיא אויף די זאליס.

פארשטייט זיך איז מיט דעם צעטיל פרובירען זיי אויך גרויס צו מאכן רז"ל ביי אלע ציונים פרייע אידן וכו'.
 
ווייל ביי ערליכע אידן בכלל און ביי חסידי סאטמאר בפרט, איז ער אויסגעשפילט, אראפגעקוקט, אפגעפרעגט, וואוסענדיג וואספארא ביטערע עם הארץ ער איז בפרט, און בכלל וואספארא קל ער איז, ער שפילט רבי מיט א ברייטע ביבער הוט, ער האט די גאנצע תורה אין דער ערד, ווי: בג"ץ, מסרב לדין, דשיגאן, גנב, ממליחה ואילך, עטרת בלעם, וכו', ממילא גייט ער זיכן איצט אז ביי די פרייע אידן זאל ער גרויס ווערן, און הערן וואס ער האט צו זאגן.

רייב זיך די אויגן, יא איר שלאפט נישט, איר זענט וואך, קוקט דאס!!!





תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/01/2010 23:14:50




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2010 23:18 לינק ישיר 

די פעטש פונעם שרעקליכען געמיינעם ליצי ליצנות פונעם ציון המצויינת פון מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע!!

די ענגלישע קוויטל, מיט די ליצנות ליכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 00:23 לינק ישיר 

כ'בין געווען זיכער אז מ'רעדט דא פין גרויס געלט, (איז אויך נישט קיין שום תירוץ)
מ'רעדט דא פשוט צווישען $36 ביז $180
אין פארדעם גייט מען זיך משפיל זיין?????




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:37 לינק ישיר 

ענדליך האט שוין משה וואלף קליין, מיט שמשון יענקעל, מיט פארמעגליך, מיט דאסקאל, ציריק געטראגען די קרוין קיין יושנה!

יא, יא, מיר געדענקען נאך די אלע הבטחות, מיט שביעות, אז ר' זלמן גייט מתקן זיין דאס דור, און די בתדבקות און רבינו הקוה''ט זי''ע גייט ארויף גיין 300 דעגרי,

ביזדערווייל גייט מען און בג''ץ, און מען רייסט אויס בשאט נפש, אלעס וואס איז געווען הייליג און די אויגן פון רבינו הקוה''ט זי''ע, מען אדאפטירט די ביליגסטע פאנדרעזינג מיטלען, אלעס צו פייכט מאכען די טריקענע קאסע,

דאס הייסט יושנה, יא! די עטרה פארט קיין יושנה,

זאליבאנעצעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 02:48 לינק ישיר 

ס'איז צי שטוינען ווי ווייט זייער ליצינות אפאראט טיט סיסטעמאטש אויסרייסען א יעדעס ביסעל פארבליבען געפיל צי אידישקייט מיט די הילף פון זייער טריפנעם שונד בלעטעל דער שמוץ איד וואס די די רעדקטארען זענען נעבך אנגעפראסען מיט השכלה אין מינות ר"ל וואס נדי אלטע משכילים קענען זיך פארשטעקן פאר זיי אין נאך דעם ווינדערט מען זיך ווי זיי זיצען אפ אין די ציוניסטישע ערכעות, די טריפענע בג"צ.
 ניין די זענען נישט סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 02:57 לינק ישיר 

סתם אזוי א קשיא. קוקט גוט, סיי רביה"ק בעל דברי יואל און סיי רביה"ק בעל ברך משה זכותם יגן עלינו איז דא א שיין בילד ווי ער שמייכלט. נאר ביי הגז"ל איז דא א בילד ווי ער איז אנגעזעצט, ווייסט אפשר איינע די סיבה פארוואס? משה וואלף האט נישט געהאט קיין איין בילד ווער ער שמייכלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 14:18 לינק ישיר 

אזוי ביליג האלט מען שוין ! זענען זיי שוין אנגעקומען לדיוטא תחתונה אבער עס איז נאך דא נידריגערע שטאפל ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 18:32 לינק ישיר 

יונה- נצחתי יעצט איינמאל האסטו מיך געוויזען ווי עקלדיג די זאליס זענען (איך בין נישט קיין חסיד פון קיינמעם פון די ט"ב)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 19:33 לינק ישיר 

בין איך טאקע דער איינציגסטער דא וואס זעט נישט די "שוידערליכע עוולה" פון די אונטערנעמונג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 19:35 לינק ישיר 

די זאליס ברענען אויף די אויפדעקונג, נעכטן נאכט האבן זיי שנעל אראפ גענומען פון זייער קאלבאך טעלעפאן ליין, די עקעלדיגע דרשה פאר די פרייע אידן דורך דער געלער בדחן.

מען קען נאך איצט אריין קאלן די נומבער 718-963-9567, ווי מען קען נאך הערן ענגלישע ליצנות דרשות איבער רביה"ק זי"ע, קאלט שנעל אריין פאר זיי סטאפען די גאנצע לייין, און די זאליס דא וועלן נאך שרייען רבי_יונה האט געבאקען עס איז קיינמאל נישט געווען...

די דרשה פונעם געלען בדחן איז איצט אראפ, ווייל דאס איז געווען דאס ארגסטע, אזא שרעקלכיע בזיון מיט ליצנות אפען ארגסטען פארנעם!!!

צווישען וואס ער דערציילט דארט, אז אמאל איז אריין געקומען א באוויסטער מחלל שבת צו רביה"ק זי"ע, און רביה"ק האט אים אויפגענומען גאר פריינטליך מיט די גרעסטע ליבשאפט, דער מחלל שבת האט געגעבען פאר רביה"ק 100 דאלער פארן מוסד וואס בימים ההם איז עס געווען א גרויסע סכום.

ווען דער מחלל שבת איז ארויס האבן די גבאים געפרעגט רביה"ק פארוואס ער האט אים מכבד געווען מיט גאר א זעלטענע ליבשאפט אסאך מער ווי ער איז מכבד א אייגענע חסיד, כאטשיג ער איז א מחלל שבת?

האט רביה"ק געזאגט די דארף מען די מערסטע מכבד זיין, ווייל יעדער איד איז א חלק אלוקי ממעל, נישט קיין חילוק וואספארא איד ער איז בלייבט ער א חלק אלוקי, נו א איד וואס איז א חלק אלוקי זאל איך נישט מכבד זיין? א איד וואס איז א חלק אלוקי זאל איך נישט נעמען זיין געלט פארן מוסד?

אזוי האט האט ער דארט דערציילט אזאנע סטאריס און מופתים פאר די מחללי שבתים.

איצט האט מען דאס און איילענישט אראפ גענומען, און זיי זאגן דארט אז די דרשה פון "ראביי געלבמאן" איז נישט עוועליבעל איצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 20:18 לינק ישיר 

אויב איז אמת וואס דו שרייבסט וועגן שלמה יאנקל דאן ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט. און ס'קוקט אויס אז דו ביזט גערעכט ווייל איך זע זיי האבן עס טאקע אראפגענומען פון זייער סיסטעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 20:53 לינק ישיר 

א שאנדע.

מי יגלה עפר מעיניכם רבותה"ק.

---

הייסט עס אז רביה"ק הברך משה זי"ע איז געווען דער סאטמאר'ער רבי נאר ביז 04'?

קוקט אויס אז איינס מ'האט ארויסדערווישט א אונטערשריפט אויף א געטייפטע צעטל, האט שוין גענצליך נישט אויסגעפעהלט אים צו האבן אלס רבי.

דער זעלבער משתב"ק וועלכער האט געמאכט רז"ל פאר רבי, דער זעלבער מאכט זיין פאטער אויס רבי.

ביליגע לצים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 21:32 לינק ישיר 

הערטס דא דעם ענגלישן מעסעדזש אויף UTA'ס סיסטעם

http://www.filesend.net/download.php?f=9c745a1049ebf566f765a6c451f76719



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 21:33 לינק ישיר 

נאך א סייט וואו מ'קען עס דאונלאודן

http://www.zshare.net/audio/71374892c263dfa1/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 22:14 לינק ישיר 

האט די רבי מקרב געווען נאר אן עכטער מח"ש אדער איינער וואס טראגט מיט די עירוב אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 22:58 לינק ישיר 

קיין ווארט איבער ציונות הערט מען נישט דא.
קיין ווארט קנאות
קיין ווארט איבער התבדלות מרשעים.




להחזיר עטרה ליושנה !
צי רבי שימעלע'ס יושנה !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext