בית פורומים כל העולם כולו

קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2010 01:01 לינק ישיר 

אפשר זאל די זאלי'ס אויך ארויסגעבן א קונטרס לכבוד די נסיעה קיין אר"י, ווי אזוי די רבי זי"ע עגעבן געלט פאר יעדע מזרחי'סט, און ווי אזוי ער האט געגעבן אן אינטערוואו מיט אן מזרחי'סטידע צייטונג, און ווי אזוי די רבי האט מקרב געווען יעדן איד אפילו די פרייע איד, און ווי אזוי די רבי האט פאראיס געזאגט אז די מדינה וועט געווינען די ששת ימי אפלה מלחמה וכו' וכו' אפשר וועט דאס ברענגן געלט פון זיי????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2010 03:03 לינק ישיר 

די זאליבאנעצעס זענען לעצטענס אויזערגעווענדליך געדריקט און געלט, צילוב פארשידענע סיבות

1 אז א גרויסע פארצענט פון קונדער וואס לערנען און די 82 מוסדות זענען בנש''ק'ליך וואס צאהלען נישט קיין שכ''ל

2 די זאליבאנעצעס האבן א געפיל צו די 82 מוסדות פינקט וואו ר' זלמן האט צו די תורה,

3 די היימישע נגידים, וואס זענען אומפארטייאיש, געבן נישט קיין געלט פאר א מוסד, וואס איר אפיציעלע נשיא, האט פיינט די תורה, און טרעט אויף די תורה, כסדר, און די יושב ראש פונעם מוסד אז עמיצער מיטן נאמען קעסטנבוים, וואס מען איז מרנן אויף אים אז ער איז עובר אויף 2 ל''ת פון עשרת הדברות, לא תגנוב, און לא תנאף, און דער עיקר אז די בניני המוסדות זענען געגנבעט געווארען פון אירע אייגענטימער, דעריבער גיבן זיי ענדערש געלט פאר ערליכע מוסדות,

4  אז דער אפאציעלער מנהל המוסדות פינקעציענירט נישט געהעריג צילוב א גייסטישע קראנקהייט,

5 דער בן השני נעמט תרימות און מעשרות פון די 82 קאסע, במידה גדושה,

6 פארמעגליך מיט דאסקאל קאסט אפ ימים מיט געלט, 

7  די בוטשער וואס איז געווען א ערענסטע הכנסה, איז כמעט באקראט, צילוב דעם אז מען קען באקימען געהעריגע כשר'ע פלייש און אנדערע פלייש בענק,

8 די געלט וואס איז אריין געקימען ביים דינער היי יאר, האט קוים געקלעקט אויס צו צאהלען דעם זאל,

דעריבער זענען זיי געצווינגען צו גייען און פרעמד, צו יודען וואס האבן נישט קיין אנונג, פון די קאראפציע, ברוחניות ובגשמיות פון די 82 מוסדות, און זיי ווערן באיינדרוקט פון ר' זלמן'ס פאטריכאלישע בארדע, מיט די שיינע פארקעמטע פיאות, און זיינע זיסע ווערטליך וואס ער זאגט כסדר נאך פון זיין אומפארגעסליכען רבי'ן ר' שימלע, און זיי האפן צו זען פון די דאזיגע עלעמענטען א פאר גרייצער, מען זאל קענען צאהלן פאר די איינגעשטעלטע און 82

לעולם ידון אדם את חבירו לכף זכות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 09:14 לינק ישיר 

" > <*

תוקן על ידי SatmarBum ב- 19/01/2010 09:15:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 19:16 לינק ישיר 

כ'האב נעכטן געוויזען די ערשטע בלאט פינעם ענגלישען בראשור פאר א זאלי, א שטיקעל זאך ביי זיי מיט א גרויס מויל
אין איךפרעג אים וואס זאגסטו צו די ארונים, זיי האבען א גיטע פאנד רעיזינג סיסטעם?
איך פארצייל אים וועגן די ענגליש קוויטעל אין איך האט אים געלאזט אביסל הערן די טעלעפאן ליין.
וואס זאל איך אייך זאגען?
די קללות וואס דער איד האט דאן ארויסגעזאגט פין זיין מויל
די ארונים רשעים ערגער ווי ציונים, מכם ובכם, מ'וויל נאר אויסרייסען דעם רעבין זיכרונעליווראכע, מ'נעמט געלט פין אזעלכע מענטשן, כח הפועל בנפעל, נעמטס אראפ דעם נאמען סאטמאר, דאס וויל א''ט מיט ס' וכו' (די ניוויל פה וויל איך נישט שרייבן)

כ'האב אים קוים געקענט שטיל מאכען אין ווייזען די איבריגע בלעטער ווי די אדרעס איז 82 LEE AV אין די רעדע איז פין זיי אייגענע שמיץ
אבער דא איז ער געכאפט געווארען אין שאק, אין אנגעהויבן פארפירן אז די ארונים האבען עס געמאכט כדי צו באשמיצען די זאלי'ס האב איך אים געגבן די נומבער אליין'ס צו קאלען אין הערן ווער עס רעדט וכו' אין מ'קען גאר אנקומען צו זייער יו''ר וועד הפועל...
ופני הזאלי'ס חפו, כ'דארף ענק נישט זאגען וואס דארט איז געווען ווייטער, אבער כ'האב אים געזאגט ביזט LUCKY אז כ'האב עס נישט אפגעטעיפט.

--------------------

די עקעלדיגקייט פין זיך אזוי ביליג אראפלאזען צו די שוואכע יודן מיט אזעלכע אופנים זאגט זייער אסאך.

געלבמאן'ס דרשה האבען זיי טאקע אראפגענומען

אבער די דרשה פין דעם קלויזנבורגע יונגערמאן (אויף נומבער 2 האלט איינער א גאנצע דרשה וועגן סאטמאר אניווערסיטי, ער איז א קלויזנבורגער יונגערמאן ער הייסט גאלדשטיין אין ארבעט אין 82 ביי די בוקקיפינג)  וואס רעדט דארט לכבוד די 60TH אניווערסיטי ליגט נאך דארט

ווי האט נאר דער זאלי געשריגן: נעם אראפ די נאמען סאטמאר......

אזא פנים האבען די צבועים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2010 19:30 לינק ישיר 

בושות נוראות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2010 22:19 לינק ישיר 

די בילד אויבען ווי די קארילבאך היפיס ווילען פארוואנדלען די הייליג ציון ווי אידען זענען זיך שופך שיך מיט טייכען טרערן, אין א נא. נאאך. אטמאספערע מיט גיטארס, איז די דירעקטע אין פירות פון די פארדארבענע חינוך וואס די זאליס געבען ליידער מיט זייערע האט ליינס.  ברוך השם אז מ'האט באוויזען ארויס צי ראטעווען דאס הייליג פלאץ אז ס'זאל נישט אריינפאלען אונטער די נעגל פון די כת,  השי"ת זאל ווייטער העלפען. די בילד ברענגט ארויף טרויעריגע זכרונות ווען די כת האט ארומגעבוזשעוועט אין סאטמאר מיט א געוואלדיגע טעראר. אין איינגעפירט נייע מנהגים יעדען טאג אבי אויסצירייסען א יעדעס געפיל צום אלטען סאטמארען דרך וואס רביה"ק האט איינגעפירט, איינע פון די השחתות וואס זיי האבען געוואלט איינפירען, איז געווען צי מאכען די ציון המציונת א ריזיגע געביידע אין א פעסטונג,  אין אזא פלאץ ווי מ'גייט הוליענען אין טאנצען.(עפעס אזא שטייגער ווי די איזרעליס אין מתנחלים טיען ערגעץ ווען ס'פאלט אריין אין זייער רשות) -אין די  געלער בדחן וואלט זיך אויפגעשטעלט צווישען איין ניגון אין די אנדערע מיט א דרשה אויף ענגליש  אין געהאלטען דרשה'ס מסביר זיין פינקטליך דעט די ביג רעביי לייקס עוורי וואן דה וועי הי איז רח"ל- 
 די פלאן האט דעמאלטס אויפגעשוידערט די סאטמארע קהילה אין די דעמאלסדיגע ראשי קהלה  האבען אינטערגענומען אלע מיטלען אפצישטעלען די פלאן אין געפירט א ביטערען קאמף, אנטקעגן דעם. טראץ דעם וואס זיך שלאגען מיט די טעראריסטען האט זיך געגרעניצט מיט סכנות נפשות. בימים ההם (ס'דא וואס געדענקען נאך די גאנצע פרשה)

מען בעט טאקע די ח"ק זאל אינטערנעמען שטערענגע שריט אפציהיטען די הייליגע מקום ווייטער פון אזוינע פגעים, אין דאס אפשטעלען תיכף ומיד, אין זיי זאלען זיך נישט דערשרעקען פון די היפיס וואס וועלן שרייען אז זיי מעגען דאס טיען אין מ'דערדריקט זיי ווען מ'לאזט זיי נישט מאכען קאנצערטען ביים ציון פון רביה"ק,
 די ציון איז נישט קיין שטח הפקר חלילה.
 מ'זאל זיי תיכף ומיד ארויס שיקען אין זאגען אז זיי קענען נעמען אלע גיטאר'ס אראפ קיין חרדים אין דארטען קענען זיי טאנצען אין הוליענען אין טרינקען וויפיל זיי ווילען, די מתחדשים אין די מוסרים דארטען ווילען דאך די זאכען טא וואס דארף סאטמער ליידען. אדער קען מען זיי גאר שיקען צו עטי טא לי  עוו. דארטען טרינקען אין שפרינגען מיט ליפא (ער האט ליב קארילבך'ס שפכו) און זיך אפלאזען פון סאטמאר וואס זענען מיר שילדיג אז זיי ווילען מאכען טריפה'נע האט ליינס און אויפרייצען אלע קארלבך היפיס זאלען קומען קיין סאטמער
נ.ב. ווער עס האט די פיקטשער ווי אזוי די רעבע פון עטי טא לי עוו. זיצט מיט די תלמיד פון שלמה קארלבך, יודא גרין קען עס פאסטען דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 23:09 לינק ישיר 

חברה, וואס זאל איך ענק זאגן? ווען נישט איך זע און הער די קראנטע באווייזן וואלט איך עס נישט געגלייבט

פארגעסט נישט אז דאס איז דער צד סאטמאר וואס האט מכלומרשט צוריקגעברענגט דעם גלאנץ פון דעם רבין ז"ל אז זיי זאלן טאן אזא זאך איז ממש א בושה אין א חרפה

אגב וויל איך ענק זאגן אז דער מענטש וואס איז אויפגעקימען מיט די איידיע צו מאכן דעם קאמפיין צווישן די פרייע אמעריקאנער גאס דארף מען פייערן

דער קאמפעין האט נישט קיין שום טשענס צו זיין סוקסעספול. רוב פון די מאדערנע אין פרייע אידן האבן נישט קיין שום הערצה צו די סאטמארע חינוך אין ספעציעל די זאלונישע חינוך

דער רבי ז"ל איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, יא הונדערט פראצענט, אבער די סאטמארע חינוך איז אפגעפרעגט ביי די אלע מענטשן כידוע, ווי מען קען אלעמאל הערן פין זיי אין ליינען אין זייערע פעפערס. זיי זענען זייער נישט צופרידן אז אונז געב מיר נישט אונזערע קינדער א קאליזש עדיוקעשן אין אז מען לערנט נישט מער ענגליש אין מער סעקולערע לימודים.

עווענשולי וועלן די זאליס עסן די ביטערע בזיונות אין פין שטאט ארויסגעווארפן ווערן מיט ליידיגע טאשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2010 00:08 לינק ישיר 

ביבער טייערע. אוי די מישט דא אביסעלע די פרייע קוקען אן די זאליס מיט סאטמאר.. די זאליס האבען נישט מיט סאטמאר גארנישט. זיי -די פרייע ציונים- האבען נישט ליב סאטמער ווייל די ציוניסטישע גאס שמעקט נישט אז סאטמאר שרעקט זיך נישט אויס צישרייען א קול מחאה אויף די אלע מעשה רשע וואס די ציונים טיען אף אין נאמען פון כלל ישראל. אין זיי האבען אוודאי יא ליב די כת זאליס -וואס האבען זיך אפאר יאר צירוק אפגעטיילט פון סאטמאר ב"ה-. וואס אנערקענען היינט צי טאג'ס זייער טריפה'נע בג"ץ, אין אז זיי חנפ'נען זיך צי ווילי ראאבפאגעל.  אין קארילבאך'ס תלמידים די היפיס.אין פארענטפערן יעדען שגץ אבער סאטמער וועט די כת אייביג אראפרייסען אין פארשעמען מיט ליצי לצינות.  טאקע אזא שטייגער ווי די פארווערטס וואס איז אייביג אויפגעקומען מיט סקאנדאלען אויף סאטמער, טא פארוואס זאל די אלגעמיינע גאס זיך נישט פרייען אז די כת מיט די הילף פון זייער שונד צייטונג דער איד לייגט אריין אזא פארדארבענע חינוך אין ליצנות   אין זייערע אייגענע קינדער.
נאר איינער וואס איז אנגעשטאפט אין אנגעשטעקט מיט זייער ליצנות אין השכלה קען מאכען אזא טעות, אז די פוינט איז  צי מ'קען מאכען געלט דא אדער נישט, אין זאגען אז די סאטמרע חינוך איז אפגעפרעגט ביי די פרייע גאס.
 ס'איז נישט אפגעפרעגט זיי ווייסען אז סאטמער האט זיך נישט וואס צי שעמען מיט זייערע חינוך וואס די מדינה הטמאה געט א חינוך  פיל מיט רציחה אין גניבה.אין אלע איבלען..
 יא,  זיי האבען אוודאי נישט ליב אז אלע ערליכע אידען און סאטמאר אין שפיץ  דעקען אויף די אלע מעשים תעתועים אבער רעספעקט פאר אונזער חינוך.?  זיי ווייסען אויך אז סאטמער האט נאך די איידעלסטע אין ערליכסטע חינוך. ו ממילא מישט ארום א ביסעל ווען די זאגסט אז זיי לאכען עניוועס פון אינזער חינוך.


תוקן על ידי ערענסטער ב- 20/01/2010 00:12:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2010 00:47 לינק ישיר 

זייער גוט ארויסגעברענגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2010 01:25 לינק ישיר 

ווי נעמט מען די כוחות צי קענען אפשאצען ווי טיף מיואש דיפרעסט אין באנקראטירט די זאלי קאמפאני מיז זיין צי מיזען גיין צי די קרייזען שנארען ?

דאס זאגט זייער אסאך איבער זייער צישטאנד
  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2010 01:49 לינק ישיר 

הלוואי ווען זיי וואלטן דאס געטון בלויז פאר געלט. דער היסטאריע ווייזט אז זיי וועלן טון אלעס אויף די וועלט צו געפעלן פאר די פרייע גאס, אלעס וואס איז ביי אן ערליכער איד דערווייטערט די ווייסטע וואס מעגליך.

ממש נישט צום גלייבן ווי ווייט אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אין סאטמאר זאלן אזוי ווייט אוועקפאלן נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2010 19:18 לינק ישיר 

סתם, להעיר:
די נאמען איז קארליבאך, נישט קאלבאך

בכלל די היסטעריע דא איז נישט צום פארשטיין

איר זענט אלע סתם דעפרעסד מענטשן - טאמער זענט איר די גרויסע געווינערס איז צו וואס מאכט איר זיך צו טוהן פון די נארישע זאליס?!

ומסיימים בטוב

_________________

http://theantitzemach.blogspot.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/1/2010 20:32 לינק ישיר 

דער בלאט די וואך האט די א שטארקע עדיטאריעל איבער די נושא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2010 02:28 לינק ישיר 

עס איז אומגלויבליך ווי די נארישע קעלבלעך זוכן צו מאכן א געטומל און געפילדער פון יעדע זאך פאזיטיווע זאך סאטמאר טוט, און אזוי ארום צו כשר'ן זייערע געמיינע שטיק
ווען איך האב פריער געזען דעם קעפל פון יונהל'ע קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!! האב איך זיכער געמיינט אז מ'רעדט פון עפעס א שרעקליך מיאוסע פלוג בלעטל וואס האט צוטאן מיט אלע דריי הארבסטע עבירות, דערווייל זע איך אז ס'האנדלט זיך פון א פלענע פאנד-רעיזנג בראשור וואס די סאטמארע מוסדות האבן ארויסגעשיקט אין צוזאמענהאנג מיטן זעכציגסטן יאר פון דאס דרינדונג פון די מוסדות, האב איך באלד פארשטאנען אז יעצט מוז מען אפווישן די קאטשקע שטינק וואס לויפט נאך די פארטיי אויף א אופן וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען, איז אינטערעסאנט צו פאוסטן א קאפי פונעם ספר יובל החמישים וואס הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל האט ארויסגעגעבן צום  שנת החמישים להתייסדות מוסדות סאטמאר, ווי ער שרייבט איבער דעם ענין פון גיין נאך געלט צו די פרעמדע גאס! וירא הקהל וישפוט,
וויאזוי אלע זייערע טומלערייען קוקן אויס!   זעה קאפי דערפון.. 













תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/01/2010 02:32:36




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/01/2010 22:18:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:10 לינק ישיר 

דאכצעך מיר אז אינעם יעמאלטדיגן בראשור אינישט געשטאנען די דברי ניאוץ וואס זיי פראפאגאנדירן יעצט אז די רבי האט ליב געהאט איעדן מחלל שבת און טמעניאק.. די עוולה אינישט צו בעטן געלט פון אמעריקאנער יודן. די עוולה איז אראפצוגעבן דעם הייליגן רבי'ן אין אזאנע האר אויפשטעלנדע ליבעראלע פארבן. מקען מיינען אז ער איז געווען אין קאמפאטישן מיט קוק'ס ליבשאפט צו עוברי עבירה. (עי' ערך דעם געלער בדחנ'ס רעדע וואס איז אראפגענומען געווארן פון זייער האטליין)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.