בית פורומים כל העולם כולו

די פאלטשע שקרים פין די זאלי'ס אין די טעגליכע סקאנדאלען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2010 01:33 לינק ישיר 
די פאלטשע שקרים פין די זאלי'ס אין די טעגליכע סקאנדאלען

ווי באקאנט פראבירן די זאלי'ס לעצטענס צו פאברעצירן יעדע פאר טאג פרישע סקאנדאלען אין שקרים קעגן די בארימטע בית השחיטה המוהדרת,
די פשוט'ע ציל דערפון איז, 'השנאה מקלקלת את השורה',
אבער דא קומט נאך אויך צו די גרויסע געלט שאדען וואס די 82 בוטשער האט זינט די בית השחיטה המהודרת האט זיך געפענט אין איז ב''ה היינט די גרעסטע היימישע בית השחיטה פאר עופות 'בכמות' 'ובאיכות' בליעה''ר (היימישע מיין איך היימישע פלייש וועלכע ווערן פארקויפט אין וומ''ס אין און היימישע פלעצער) 

סיי ציליב די הידור בכשרות וואס דער בית השחיטה המהודרת פארמאגט מיט זיך, חומרות אין הידורים ווערן טעגליך ציגעלייגט טראץ די קאסטען פין שווערע טויזענטער'ס,פין  וואס מ'קען שרייבן אין שרייבען אין נישט אויפהערן,
וואס אויף דעם זענען עדות, סיי וועלכע ת''ח עס האט שוין באזיכט אינעם בית השחיטה המהודרת,
זייענדיג די ''איינציגע בית השחיטה'' וואס מ'לאזט יעדן אזוי גרינג אריין.

סיי ציליב דעם וואס 82 האט אנגעהויבן נאכצולאזען אין לאנגיעריגע הידורים אין הוראת פין רביה''ק אין די גאנצע השגחה האט ליידער יענע צורה..

למעשה יעדע שקר קלאפט זיי נעבעך ציריק אין פנים, לדוגמא די שקרים וואס זיי האבען פארקויפט בשם הרב קארשינסקי פין לעיקוואד ביי די צומות הגידין פרשה, וועלכע האט פאר יעדן מגלה געווען אז קרית יואל איז גאר דער ערשטער צו טרעפן די פראבעלם וואס אלע עופות האבען געהאט - ווייל זיי קומען פין איין העטשערי אין דארט איז מען טאקע בודק יעדן עוף.
(עס איז לעכערליך אריינצוגיין איז זייערע נערישע שקרים אז נאר קרית יואל האט געהאט דעם פראבעלם 1) הג''ר אהרן גאלדמינצער פין סקווירא האט קלאר געזאגט אז ביי זיי טרעפט מען אויך ''ווייל מ'קוקט'' 2) קרית יואל שעכט א טאג איבער 30 טויזענט עופות בליעה''ר אין יעדער פארשטייט אז ס'נישט מעגליך אז איין פארעם זאל צושטעלן אזויפיל עופות טעגליך אין וועגן דעם האט 'יעדע' בית השחיטה אסאך פארעם'ס פין ווי זיי קויפן, אין ס'קען נישט זיין אז פינקט די 20 פארעם'ס פין ווי קרית יואל נעמט האט געהאט דעם פראבלעם 3) קרית יואל האט עטליכע מאל גענומען פין די  זעלבע פלאץ ווי וויינלאנד אדער GG האבען גענומען פריער אין האבען אויך געטראפען רוב מאל גרויסע פראצענטן פין מיט צומות הגידין 4) עס פארשטייט אליין יעדער, אז וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין לוינט זיך פאר קרית יואל צו טוישען פארעם ווי איידער דארפען אויפהאלטען א מנין משגיחים און אוועקווארפען אזוויפיל שטיקען'ס, אלע מאי?...5) די פלאץ ווי מ'האט מתקן געווען דעם פראבלעם, איז געווען אינעם 'העטשערי' אין אלע פארעם'ס פין די גאנצע געגענט קויפן נאר דארט די אפרוחים וכן הרבה, די פלאץ איז נישט דא דערפאר)

יעצט האבען זיי  די פרישע סקאנדאל, וועגן די קאטשקעס, אויף א עירעור פין איינעם וואס דארט איז אויך שייך 'והכבוד מוציאין את האדם מן העולם' , און אינאיינעם פארבירן די לוזערס צו ארויפשמירען יעדן טאג פרישע שקרים אויף די בית השחיטה

כ'וועל ברענגן א טייל דערפון, ווער עס האט נאך זאך מיך ביטע ציהעלפן
זאל זיך דער עולם אביסל אינטערהאלטן וואס פאר א נידריגקייט שנאה קען אראפברענגן א מענטש,
אז די קלעבעלך זאלען גלייבען א נערישע טוויטער מעסעזש וואס ווערט ארויסגעשיקט דורך א נידריגע עלטערע קווינס  בחור'ל




תוקן על ידי rebyankel ב- 18/01/2010 01:49:54




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:37 לינק ישיר 

SatmarHQ

OU Kashrs meeting yesterday if they should remove Hashgucha of KJ Bies Hashchita or put in Mashgiach Temidi cuz Aronim Duck Meat Scandal.DTF




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:38 לינק ישיר 

SatmarNews

RT @SatmarHQ: PASAK HALUCHA From Gaved Karlyisburg Shlita: All who ate from the KJ poultry Duck Meat needs to Kashar the tap in his house!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:40 לינק ישיר 

SatmarNews

R' Chezkel Roth, Gaved Karlysburg Shlita said today nobody should eat the duck meat from KJ poultry because its a Shaale of Treifa R"l

מערקט די דאטום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:43 לינק ישיר 

SatmarHQ

U/D yesterday was a meeting by Harav Mshilom Polatshek, attend Hr' Hilel Weinberger(CRC),Hr' Yitzchok Shtein(Karlsburg)&More, ALL who have>

ר' הילל וו''ב איז קיינמאל ביי די מיטינג נישט געווען, די מיטינג האט נישט געהאט מער ווי 4 באטייליגטע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 01:49 לינק ישיר 

SatmarHQ

CONFIRMED!! Aronishe butcher in boro park removed from shelves the TREIFAH katchkas meat what came from Shchitah "Mehideres" of kj.

מערקט די דאטום, דארט האט מען נאכנישט געוויסט פין די יעצטיגע שערריא, דעמאלטס האט נאך שטיין פראבירט צו פארקויפן אז מ'האט ג'שחט'ן מוסקאווי'ס קאטשקעס..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פאלטשע שקרים פין די זאלי'ס אין די טעגליכע סקאנדאלען
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext